מאכסט מיר לאכן, איך בין א מענדעליסט... האלסט אז אלס מענדעליסט וואלט איך געשריבן די דאזיגע תגובות?
שמואל פרימו האט געשריבן: זיין ווייב איז אויך געווען א שווערע סוחר'טע כידוע ליודעי חן, און דער צווייטער זוהן איז נאכגעגאנגען אין אירע דרכים.
שמואל פרימו האט געשריבן:ס'איז גלייך אויף גלייך: די מיליאנען אין שווייץ האט מענדעלע גע'לקח'נט, דעריבער האט ר' ישראל די מוסדות. בפרט אז דער טאטע האט געלאזט צוואה אז ר' מענדל דארף קומען אויף אמעריקע, א זאך וואס ער האט נישט געפאלגט. דעריבער, אויב וועט זיין א דין-תורה (וואס מענדל וויל נישט צוליב דעם וואס) דער דין תורה וועט פסק'ענען, אז וויבאלד יעדער זייט האט טענות איינע אויפן אנדערן, זאל יעדער בלייבן מיט זיינס, והכל על מקומו יבוא בשלום. דעריבער איז אלעס שטיל.
אויב דו קענסט זען פון מיין שרייבן אז איך בין א מענדעליסט, פארשטיי איך שוין וויפיל שיקול הדעת דו האסט... בכלל, האב איך נישט קיין סך מיט ויז'ניץ, קיינמאל אפילו נישט דארט געווען. איך בין א בחור, איך געדענק אפילו נישט די מאורעות, מסתמא דו אויך נישט. איך בין אויפגעצויגן געווארן טויזנטע קילאמעטער ווייט פון וויזניץ און בכלל נישט געלערנט אין ויז'ניצע מוסדות. איך האב קרובים פון דארט - ניין, נישט ביי די מענדעליסטן - פשוט, איך האב אסאך געליינט, געהערט און זיך נאכגעפרעגט, נישט נאר אויף דער נושא, נאר בכלל אויף אסאך אנדערע אוועלטליכע נושאים, וואו דו וועסט זען צווישן מיינע תגובות.
יעצט לעצם התגובה וואס דו האסט געשריבן צום לעצט:
שריי נישט אויף מיר און באשולדיג מיר נישט, ווייל אטאקירן איז נישט קיין וועג צו געווינען, איך קען דאס אויך טון. איך האב אויף דיר נישט געשריגן און דיר נישט אטאקירט. איך האב גערעדט ווי א מענטש. אויב דו האסט מיר צו ענטפערן ווי א מענטש, דאן ענטפער. אויב נישט, דאן שרייב אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן. געבן א וויש און שרייבן אז איך בין ראנג, איז ווי געשריבן "איך האב פארלוירן די מערכה, איך גיב אויף" און דאס האסטו געטאן. איך קען אויך צוריקשרייען און דיר אטאקירן אין די לופט אריין. אויב דו ווילסט געווינען דורך אטאקירן, לאמיר עפענען אן אשכול, זיך אטאקירן איינער דעם צווייטן און זען ווער עס קען בעסער. דאס איז נישט דער וועג דא, וואו מען רעדט פרידליך און נארמאל.
דערווייל קוקט מיר נישט אויס אז דו האסט וואס צו ענטפערן אויף מיינע תגובות, אויסער שרייבן אויף ר' משה'לע אז ער איז געווען א פראסטער גאסן יונג, אכזר און רוצח. אין דיינע אויגן וואלט ער מסתמא געווען פון די גרעסטע שרייבער אויף קאווע שטיבל אדער גאר אין פאליש...