וואלט איר געגעבן געלט פאר א דראג עדיקט צו קויפן דראגס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

וואלט איר געגעבן געלט פאר א דראג עדיקט צו קויפן דראגס?

שליחה דורך moshav zekeinim »

א פאני שאלה. אבער דאס איז א עקסטרעמער דוגמא פון א כלליות'דיגע שאלה צו איר וואלט געווען גרייט צו העלפן א מענטש מיט א זאך וואס איז שעדליך פאר אים. (איך רעד נישט דא אין א פאל ווען יענעם'ס החלטה קען זיין שעדליך פאר אנדערע). עס קען מיינען נשמה'דיגע שאדן, ווי מאוויעס (איך גיב דער ביישפיל ווייל דאס איז דער קלאסישער נשמה דעמידזש אין אונזער געזעלשאפט), עס קען מיינען געלט שאדן, ווי א נארישער ביזנעס, עס קען מיינען געזעלשאפטליכער שאדן, אויב איז זיין באגער צו טון "פאני" זאכן, און עס קען זיין געזונטהייט שאדן (מענטל אדער פיזיקלי, ווי דראגס וכדו', און עס קען זייין אמאל עטליכע שאדן'ס אינאיינעם.

די שאלה איז, אז וויבאלד יענער האט אפגעמאכט אזוי צו טון, צו איך ווייז בעסער וואס עס איז גוט פאר יענעם. ווייל סוף כל סוף איז דאך לב יודע מרת נפשו, און אז ער וויל עפעס טון ווייסט ער וואס עס איז בעסער פאר אים.

אז מיר נעמען דעם ביישפיל פון דראגס. אפשר וויל ער דאס ווייל ער זעט נישט קיין צופרידנשטעלנדע וועג ארויס פון זיינע פראבלעמען, אדער אפילו ער איז בלויז אריין געפאלן אין אן עדיקשן, אפשר ווייסט ער בעסער פון א צווייטן אז דערווייל איז דאס זיין איינציגסטער אויסוואל, ווייל זיין הארץ (אדער וואטערווער) איז נישט גרייט צו סטאפן. אין אנדערע ווערטער, אפשר איז דאס טאקע דער בעסטער פאר אים לויט זיין מצב, נאר דו פארשטייסט עס נישט וויבאלד דו ביסט נישט אין זיינע שיך.

און פון דער אילוסטראציע פון דראגס לערן אפ אויף אנדערע אזעלעכע סיטואציעס.

די צווייטע סיבה פון די שאלה איז נאך מער, וויבאלד ער איז אפגעמאכט וואס ער דארף, איז טאמער וועסטו אים נישט העלפן, איז ער דאך עלול צו צוקומען צו ערגערע מצבים צוליב דיין נישט העלפן. מילה איז עס א שאלה פון אוי לי אם אומר אוי לינאם לא אומר.

דריטנס, לאמיר שוין זאגן אז עס וואלט טאקע בעסער געווען פאר זיין טובה דאס נישט צו טון (אליהו האט די מגלה געווען), איז די פראגע, אז דו וועסט אים נישט העלפן, וועט ער דען אויפגעבן אויף זיין געברויך? טא, פארוואס אומזינסט פייניגן א מענטש, ווען דו קענסט אים העלפן.

פערטנס, לאמיר שוין זאגן אז דו ביסט בכח מיט דיין אפהאלטן הילף אים צו שטעלן אויף די גלייכע רעסלען אן קיין שאדן. ביסטו טאקע אזוי זיכער אז דו דארפסט עס בכלל טון, אפשר אז דו וועסט שטעלן יענעם'ס "נישט נארמאלער" צורך למבחן הפראפארציע וועסטו זען אז עס איז נישט מער שעדליך ווי אנדערע זאכן וואס מענטשן פארשטייען אז עס איז "נארמאל"?! און פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז עס איז אינו מן המוסר יענעם איינצוטיילן מיט מפוקפק'דיגע זאכן וואס איז בגדר נארמאל, דאס זעלבע איז מיט אזעלעכעס וואס איז בגדר אינו נארמאל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב יעצט נישט קיין צייט פאר קיין לענגערע דעבאטע.

אין איין ווארט: זיי עס מדמה [אקעי, נישט אין יעדן ציור, נישט יעדע מענטש, נישט יעדע זאך וואס דער משוגענער וויל, און נישט..., אבער פארט באופן כללי] צו א טאטע וואס דארף טון וואס איז גוט פארן קינד, אפילו ווען דער קינד איז איבערצייגט אז ער פארשטייט בעסער פונעם טאטן וואס איז גוט פאר אים.

ומכאן יש לחלק בכל המקרים ופרטיהם, ואין לי פנאי לע"ע.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

שאלת חכם חצי תשובה...

האסט געפרעגט א שאלה אבער האסט זייער קלאר אויסגעשמועסט ווען און פארוואס יא, און די צדדים און מצבים וואס נישט,

נישטא וואס צו צולייגן...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: וואלט איר געגעבן געלט פאר א דראג עדיקט צו קויפן דראגס?

שליחה דורך שמערל »

ארויסצונעמען א גרייצער פון טאש, דארף איך האבן א גענוג צופרידנשטעלדן סיבה פארוואס עס יא צו שפענדן. וויבאלד דא האב איך גענוג סיבה צו בארואיגן מיין באוואוסטזיין פארוואס איך וויל עס אים נישט געבן, וועל איך איך נישט קוקן אויף די סיבות עס יא צו געבן, נאר ענדערש האלטן דעם טאלער ביי מיר אין טאש.
ווי וועט אבער זיין אויב איך וועל טרעפן א פעקל קאוקעין וואס איך קען גארנישט טוהן דערמיט נאר עס אדער אוועקווארפן, אדער עס מנדב זיין פאר א דראפ עדיקט, דארט וועל איך ווארשיינליך עס יא מחליט זיין עס צו מזכה זיין איינעם וואס קען דערפון הנאה האבן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נניח אז ס'איז יא נארמאל, איז אבער דא בעסערע וועגן פון ווי צו טרעפן תענוג. דהיינו, פון תורה ומצוות, און טרינקען לחיים, אבער ער האלט פשוט נאך נישט דארט. ממילא מוז מען עם עס יא געבן ווייל דאס איז זיין תענוג (אפילו טלוויזיה אדער א הונטל) אזוי לאנג ביז ער וועט זאט ווערן.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יא צי געבען איז אמאל the easy way out נאך דערצו אויב מען מאכט פין דעם א שיטה
יא צו ניין ובלבד שיכוון ליבו צו טון א חסד מיט א צווייטען.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קויפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קויפער »

קודם, לאמיר אננעמען אז די געלט חלק איז נישט קיין צד און די שאלה איז בעיקר וועגן שטיצן יענעם גייסטיש באופן הסכמה, פאר מיר ווענדט זיך די שאלה אויב איך האב א געפיל צום נושא וואס יענער שטעלט פאר, און צו איך וועל דאס שטיצן אפילו באופן וואס פערזענליך האלט איך נישט ביי אזא סארט מעשה.

א גרינגע משל וואלט געווען אויב עמיציר קומט צו מיר נאך געלט פאר א נייע האליוואד פילם, איז מסתבר אז איך וועל עס נאר שטיצן אויב איך האב שטארק ליב דעם נושא פונעם פילם. למשל אויב וועט עס שמועסן וועגן די געהיימע אונטערערדישע לעבנסשאפט פון מורישקעס בין איך אינטערעסירט, אויב אבער וועט דארט באהאנדעלט ווערן די אמונות טפילות פוןן גואטאמאלא און וויאזוי די באבעס דארטן באקן נישט קיין קארנברויט צווישן פיר און זיבן אום פרייטאג, בין איך דערין נישט אינטערעסירט אבער מעגליך אז איך וועל נאך עניוועי ביישטייערן דורך אן אויסרייד (כדי להרבות ידיעות בעלמא אדער א אנדערע תירוץ) ווייל אין אמת האב איך גארנישט קעגן די באבעס אין גואטאמאלא און עס איז נישט מעלה אדער מוריד.

א הארבערער דוגמא וואלט געווען אויב עמיציר קומט צו מיר נאך א נדבה פאר א פאציענט וואס עס איז אים נמאס געווארן דאס לעבן און ער דארף געלט פאר אן אפוינטמעט מיט Dr. Jack Kevorkian ז״ל, דא איז שוין סאך ערנסטער דער מצב אבער כאטש איך בין געווענליך א שטארקער אקטיוויסט פאר לעבן און איך בין בדעה שארף אנטקעגן זעלבסטמארד איז מעגליך אז איך וועל אויך דא יענעם העלפן דורכן אויסרייד אז הכא שאני און עת לעשות אויסצולייזן א קראנקער אפגעליטענער פון עגמת נפש און פיין, א היכי תמצא ווי אפילו איך בין דערקעגן עפעס איז דא א אופן אז איך וועל עס נאך אלץ שטיצן.

דיין משל אבער רירט אן צוויי נקודות שונות, ערשטענס דער חלק פון דראגס, צווייטענס דער חלק פון עדיקשאן. לגבי מילדע דראגס וואלט איך יענעם געשטיצט ווייל איך בין אויך א חסיד דערפון און ביי מיר איז דאס פונקט ווי ער זאל בעטן געלט פאר ציגארעטלעך אדער א טרונק אלקאהאל, לגבי עדיקשאן וואלט איך יענעם נישט געשטיצט ווייל אויב ער האט א פראבלעם פון וואס ער דארף זיך אפגעוואוינען וועל איך נישט זיין דער וואס מאכט זיין פראבלעם ערגער.

אויב אבער פארלאנגט יענער א זאך וואס איך בין בשיטה שטארק דערקעגן און איך קען דאס נישט בארעכטיגן מיט קיין שום אמתלא שבעולם, למשל שטארק שעדליכע דראגס, וועל איך פארשטייט זיך נישט אנטייל נעמען אין ענדארסן אזא התנהגות און אויב איך קען וועל איך אויך יענעם אפרעדן דערפון. איך נעם נישט אן אז עס איז נישט מיין ביזנעס, קודם כל האט ער עס געמאכט מיין ביזנעס ווען ער איז געקומען צו מיר, צווייטענס וואלט איך עניוועי געפראווט משפיע צו זיין אויף אנדערע לגבי א נושא וואס איך גלייב שטארק און איך האב די אפפארטאניטי. דער טענה פון ״אפשר איז עס יא גוט פאר יענעם״ פאלט ביי מיר אוועק אויב איך פערזענליך גלייב נישט דערין, מעגליך אז עס איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן יענעםס מצב צו מיין אייגענעם, אבער איך קען בלויז דן זיין לפי מיין פארשטאנד.
״מה זה בו״ה, בו״ה״ ~ליפא
פארשפארט