וואלט איר געגעבן געלט פאר א דראג עדיקט צו קויפן דראגס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

וואלט איר געגעבן געלט פאר א דראג עדיקט צו קויפן דראגס?

שליחה דורך moshav zekeinim »

א פאני שאלה. אבער דאס איז א עקסטרעמער דוגמא פון א כלליות'דיגע שאלה צו איר וואלט געווען גרייט צו העלפן א מענטש מיט א זאך וואס איז שעדליך פאר אים. (איך רעד נישט דא אין א פאל ווען יענעם'ס החלטה קען זיין שעדליך פאר אנדערע). עס קען מיינען נשמה'דיגע שאדן, ווי מאוויעס (איך גיב דער ביישפיל ווייל דאס איז דער קלאסישער נשמה דעמידזש אין אונזער געזעלשאפט), עס קען מיינען געלט שאדן, ווי א נארישער ביזנעס, עס קען מיינען געזעלשאפטליכער שאדן, אויב איז זיין באגער צו טון "פאני" זאכן, און עס קען זיין געזונטהייט שאדן (מענטל אדער פיזיקלי, ווי דראגס וכדו', און עס קען זייין אמאל עטליכע שאדן'ס אינאיינעם.

די שאלה איז, אז וויבאלד יענער האט אפגעמאכט אזוי צו טון, צו איך ווייז בעסער וואס עס איז גוט פאר יענעם. ווייל סוף כל סוף איז דאך לב יודע מרת נפשו, און אז ער וויל עפעס טון ווייסט ער וואס עס איז בעסער פאר אים.

אז מיר נעמען דעם ביישפיל פון דראגס. אפשר וויל ער דאס ווייל ער זעט נישט קיין צופרידנשטעלנדע וועג ארויס פון זיינע פראבלעמען, אדער אפילו ער איז בלויז אריין געפאלן אין אן עדיקשן, אפשר ווייסט ער בעסער פון א צווייטן אז דערווייל איז דאס זיין איינציגסטער אויסוואל, ווייל זיין הארץ (אדער וואטערווער) איז נישט גרייט צו סטאפן. אין אנדערע ווערטער, אפשר איז דאס טאקע דער בעסטער פאר אים לויט זיין מצב, נאר דו פארשטייסט עס נישט וויבאלד דו ביסט נישט אין זיינע שיך.

און פון דער אילוסטראציע פון דראגס לערן אפ אויף אנדערע אזעלעכע סיטואציעס.

די צווייטע סיבה פון די שאלה איז נאך מער, וויבאלד ער איז אפגעמאכט וואס ער דארף, איז טאמער וועסטו אים נישט העלפן, איז ער דאך עלול צו צוקומען צו ערגערע מצבים צוליב דיין נישט העלפן. מילה איז עס א שאלה פון אוי לי אם אומר אוי לינאם לא אומר.

דריטנס, לאמיר שוין זאגן אז עס וואלט טאקע בעסער געווען פאר זיין טובה דאס נישט צו טון (אליהו האט די מגלה געווען), איז די פראגע, אז דו וועסט אים נישט העלפן, וועט ער דען אויפגעבן אויף זיין געברויך? טא, פארוואס אומזינסט פייניגן א מענטש, ווען דו קענסט אים העלפן.

פערטנס, לאמיר שוין זאגן אז דו ביסט בכח מיט דיין אפהאלטן הילף אים צו שטעלן אויף די גלייכע רעסלען אן קיין שאדן. ביסטו טאקע אזוי זיכער אז דו דארפסט עס בכלל טון, אפשר אז דו וועסט שטעלן יענעם'ס "נישט נארמאלער" צורך למבחן הפראפארציע וועסטו זען אז עס איז נישט מער שעדליך ווי אנדערע זאכן וואס מענטשן פארשטייען אז עס איז "נארמאל"?! און פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז עס איז אינו מן המוסר יענעם איינצוטיילן מיט מפוקפק'דיגע זאכן וואס איז בגדר נארמאל, דאס זעלבע איז מיט אזעלעכעס וואס איז בגדר אינו נארמאל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר