עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

הדברים לכשעצמם תמוהים עד למאד, ואסור להאמין שדברי בלע כאלו יצאו מפי האדמו"ר זצ"ל. אין פשוטע ווערטער, איך האלט אז ס'איז א טעות צו זאגן אזעלכע דברי נחמה של הבאי לנפש החוטאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך האב געזען ירח'ס ווערטער בין איך לכתחילה געווארן איבערראשט, צוליב דיינע סיבות.
אבער למעשה, לויט וויפיל איך פארשטיי ר' איציק'לס קו, האט ער געזאגט ענדליך צו דעם. מן הסתם האט ער געזאגט, אז היינט צוטאגס מיט די היינטיגע גאס און די שוואכע כוחות [און דאס מיינטי 'גראבע נשמות'] אנטקעגן אמאל, איז דער המלך פון סיגופים נישט דער גוטער וועג, נאר ענדערש חרטה האבן אויף וואס מ'האט געטון, און בעיקר - טוישן צום גוטן.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

פארשטייט זיך אז דער חידוש דא איז נאר דער צווייטער חלק.
געהערט פון א אלטע איד, אז אין תניא שטייט אז היינט דארף מען פודה זיין די תעניתים מיט צדקה (אחוץ פאסטן האלבע טעג). האט ער מסיים געווען, און וואס טוט דער וואס האט ניט קיין כח און ניט געלט: דארף מען נ-י-ט ז-י-נ-ד-י-ק-ן ...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

שליחה דורך ירא שמים »

וואס פונקט איז די גרויסע פלא אז די פגם פון די מענטש האט צוטוען מיט די גרויסקייט פון זיין נשמה און ווי גרעסער די נשמה איז גרעסער די פגם ממילא דארף ער שווערער ארבעטן צו מתקן זיין און קליינע נשמות מאכן א קלענערע פגם דארפן זיי ווייניגער ארבטן אויף מתקן זיין אודאי איז דאס חוץ פון די עקרי התשובה חרטה על העבר וקבלה אויף להבא נאר אויף די שווערע תיקונים וואס שטייט אין אריז״ל און אנדערע מקובלים וואס קומט אויף מתקן זיין די פגם ווענט זיך אין די גרויסקייט פון די פגם.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

פארשטייסט טאקע ניט דער חילוק פון זאגן אז ביי א העכערע נשמה איז מען מדקדק אפילו ביי א קליינע פגם (כדברי כת"ר ומקרא מלא במלאכיו ישים תהלה) ביז די געפערלעכע ווערטער "וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק." ופשוט הוא.
מיט אביסל מער הסברה: לפי פשוטו איז דער סיבה פארוואס למעלה איז מען מער מדקדק ביי א צדיק איז ווייל מ'מאנט פון עם מער. מ'ערווארט פון עם מער זהירות. העכערע עקספעקטיישענס. משא"כ דער פשוטער איד האט ניט געדארפט זיין אפגעהיט אין יענע חוט השערה. ס'איז .O.K . ווען א איד טוט פאלט דורך ר"ל איז דער מעסעדש וואס מ'דארף עם געבן איז אז ס'איז ניט .O.K, אדרבא מ'דארף זיף מיישב זיין ווי פונקט'ליך איז שייך אויף דעם א תיקון און ערשט דערנאך עם מעודד זיין שאע"פ שחטא וכו'. דאס איז אלץ פסיכאלאגיש, אן אריינגייען לגופו של דבר.


ס'הערט זיך אביסל קארלבאכיש, האט א שייכות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רוסישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

דו האסט א פראבלעם מיטן מושג אז א גרויסע נשמה איז פוגם מער ?
אדער אין די לשון?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:דו האסט א פראבלעם מיטן מושג אז א גרויסע נשמה איז פוגם מער ?
אדער אין די לשון?

די לשון.
עס מאכט נישט קיין סענס אז א ערליכע יוד האט געזאגט אזאנס, אבער די כוונה פונעם שרייבער איז פארשטענדליך וואס די רבי האט געמיינט צו זאגן, כדברי [tag]רוסישער[/tag] ו[tag]אדנירם[/tag] לעיל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הוי זהיר בגחלתן

שליחה דורך ירח בן יומו »

איך בין ציפרידן צו זען אז די עולם פארשטייט וואס די כונה פון דעם רבי'ן איז געווען, ח"ו האט ער נישט געמיינט צו זאגן אז לכתחילה זאל א יוד טארכטן אז היינטיגע צייטן איז נישט קיין פראבלעם צו זינדיגן.
(אויב האט איינער דא אזוי פארשטאנען האב איך חרטה אז איך האב עס בכלל דא געשריבן, און איך בעט מחילה פון רום כבוד קדושתו, דאס איז נאר געמאכט פאר איינער וואס כאפט אן עסק).
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

די שטיבל אין וויליאמסבורג איז נאכדא? און וואס הייסט דאס חבורות אין א״י ?א כולל ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמואל שלמה טעללער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:די שטיבל אין וויליאמסבורג איז נאכדא? און וואס הייסט דאס חבורות אין א״י ?א כולל ?

די שטיבל אין וומסב"ג לעבט נאך. [אפשר אויף ראדני? כ'ווייס נישט פונקטליך].

די חבורות מיין איך כפשוטו, אז ס'זעצן זיך צאם יונגעלייט און בחורים יעדן וואך פאר א אמשינאווער פארברענגן וכו'. בעיקר זענען זיי סייווי חסידים פונעם אמשינאווער רבי פון בית וגן שליט"א, און מ'קומט זיך פשוט צאם אלס אמעריקאנע חסידים פון רבי איציק'לס חבריא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו, אז אפילו דער זייפן טעלער איז מסכים אז ר' שמעון שלום אמשינאווער איז געווען אהוב וחביב ביים סאטמארן רבי'ן, שטיי איך דאך גוט [?]. אי"ה ווען מ'וועט אנקומען צו ר' שמעון שלום, וועט בעסער אויסגעשמועסט ווערן זיין שייכות מיט סאטמארער רב.

======
במאמר המוסגר: ווי פארשטענדליך רעדט זיך פון קלויזנבורגער רב. כ'האב נאר איין הערה אויפן סוף פון די של"ס תורה, אז סאטמארער רב האט זיך אויסגעדריקט אז ער וויל נישט ס'זאל זיין א מחלוקת מיטן גאנצן קנאק, און דערפאר הפרד נא מעלי, איך גיי מיך מיט מיינע מענטשן און דו מיט דיינע מענטשן און 'שלום על ישראל'.
ולפלא בעיני וויאזוי דער שלום על ישראל האט זיך אויסגעלאזט. מיט גלאז אין די מקוה, מיט פארשמירן פעינט אויף קלויזנבורגער רב'ס ביהמ"ד, מיטן ווארפן אייער אויפן קלויזנבורגער, מיטן רודפ'ן אים מיט זיינע חסידים. דאס איז דער 'נישט מחלוקה'?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

די זענען געווען די רועי ״אברם״[emoji23][emoji28]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א לייק פארן געדאנק.
אבער סאטמארער רב איז נישט געווען קיין 'לוט', כאטש זיינע שלעגער'ס האבן זיך אפשר אויפגעפירט ווי די רועי לוט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

אדנירם האט געשריבן:א לייק פארן געדאנק.
אבער סאטמארער רב איז נישט געווען קיין 'לוט', כאטש זיינע שלעגער'ס האבן זיך אפשר אויפגעפירט ווי די רועי לוט.
כהאב נישט געזאגט אז ער איז געווען לוט , די קוואטעישען מארקס קומען פונ׳ם קאמישען צוגלייכען זיך אליינס צו אברהם און די קלאזענבורגער צו לוט לשש״ט…
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צוואנציגסטע קאפיטל:
רשימת גדולי תלמידי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל,
ביניהם רבנים אדמורי"ם ומרביצי תורה.[/center]



[center]רבנים וצדיקים מפורסמים.[/center]
כדי צו האבן א קלארע בילד איבער דעם הלוך ילך אין אמשינאוו, און די מאגנעטישע כח וואס האט געצויגן ערליכע אידן פון אומעטום צו ר' איציק'ל, דארף מען אביסל אראפברענגען די נעמען פון די אויסגעצייכנטע עובדי ה', ביניהם רבנים וצדיקים מפורסמים, וואס האבן זיך געדרייט ביי ר' איציק'ל, און קונה געווען פון אים א דרך אין עבודת ה'. געוויסע זענען ווידער געבליבן טיפישע אמשינאווע, נחבאים אל הכלים, וואס נאר די וואס קענען זיי פון דער נאנט ווייסן וואספארא געהויבענע אידן זיי זענען.

לאמיר אנהייבן מיטן גאון גדול רבי ישראל יצחק פיעקארסקי זצ"ל, ראש ישיבת בית התלמוד וראש ישיבת תומכי תמימים. וואס איז נאך געווען א חסיד פון זיין טאטן, רבי יוסף'ל אמשינאווער, און איז שפעטער געווען א גרויסער מעריץ פון ר' איציק'ל, און ער פלעגט אסאך רעדן אין סוגיות הש"ס והלכה למעשה מיט ר' איציק'ל, ממש אויף א טעגליכע באזיץ.


[center]זיצט גלייך פארנט פונעם בעל דרשן'ס עמוד ביי א סיום תלמוד ירושלמי:[/center]
ירושלמי תלמוד.jpg

אזוי אויך איז געווען דער אומבאקאנטער גאון, רבי צבי זשארקאווסקי ז"ל, וואס האט מחבר געווען עטליכע גאונ'ישע חיבורים [למשל, קדושת הר אויף עניני בית הבחירה והקרבת קרבנות בזה"ז, בית שמואל אויף מסכת ע"ז, מנחת צבי אויפן ספר החינוך], און איז שפעטער געווארן ראש הכולל אין אמשינאוו. דא קענט איר ליינען אביסל איבער דעם גדול, און דא אויך - פלוס א בילד.

הגאון רבי אברהם חיים שפיצער זצ"ל, אבד"ק אור חיים, האט זיך געהאלטן גאר נאנט מיטן אמשינאווער רבי'ן, און פלעגט כסדר קומען צו טישן וכו'. דאכצעך מיר אז ער האט באקומען דער צוואה פון ר' איציק'ל.

כ'ווייס אז הגה"צ רבי שרגא האגער, קאסובער רבי שליט"א, האט זיך אויך אסאך געדרייט אין אמשינאוו. פרטים וויי איך נישט כרגע.

א באקאנטער חסיד איז געווען דער היינט שוין באוואוסטער משפיע און רבי, הגה"צ רבי מאטל זילבער, סטיטשינער רב שליט"א, וואס פלעגט כסדר נאשן פון ר' איציק'ל, ובפרט נאך זיין רבי - דער אלטער סטיטשינער - איז אוועק. אין אמשינאוו האט מען געוואוסט אז ער מיינט דאס ערנסט, אבער פאר די געשמאקע חבריא איז נישט געווען אזוי ניחא זיין אנגעצויגנקייט וואס איז א שטיקל סתירה מיטן ליבלכקייט פון אמשינאוו. אבער פארט זענען אמשינאווע רבי'ס טויערן געווען שטענדיג אפן פאר אים, און ער האט אסאך קונה געווען פון ר' איציק'ל.

איינמאל נאכן רעדן א לענגערע שמועס מיטן רבי'ן, איז ער אריין אין ביהמ"ד און געזאגט צושטורעמטערהייט צו די חסידים: 'ענק ווייסן נישט וואספארא רבי ענק האבן, וואלט עטס געוואוסט - וואלטן ענק אים אויסגעפרעגט און גענאשט פון אים טאג און נאכט'. האבן די חסידים געענטפערט מיטן טיפישן אמשינאווקייט, אז פארקערט, זיי ווייסן שוין איינמאל ווער דער רבי איז, און וועגן דעם מאכן זיי אים נישט משוגע, וואס דער רבי וויל געבט ער זיי אליינס איבער... [עפעס אזוי. כ'געדענק נישט די פרטים כרגע]. אלענפאלס, איז ער געבליבן בקשרי ידידות מיט אנדערע געהויבענע אמשינאווע חסידים [זע מער דערוועגן, ביים סוף קאפיטל].

א מתפלל קבוע בבית מדרשו, איז געווען - און איז נאכאלס - רבי יוסף מייער, ראש ישיבת מאור התורה, וואס איז געווען א שטארקע חסיד פון רבי איציק'ל. איך געדענק זיין ליבליכע פערזענליכקייט און ווארימע דאווענען כמונה מעות, נאך בעפאר ער האט געעפנט זיין ישיבה.


[center]די געהויבענע היימישע חבריא.[/center]
אן אמאליגער מתפלל קבוע איז געווען דער גאון גדול ועילוי מופלא, רבי שמעי' מעריל שליט"א, ר"מ ישיבת תורה תמימה [כהיום ווייס איך נישט]. איך געדענק עפעס א לשון וואס רבי איציק'ל האט זיך אויסגעדריקט אויף אים כעין 'מיין הארץ'. ער האט מעיד געווען וויאזוי דער איינגעהאלטענער רבי איציק'ל, איז אמאל געווען ביי זיך אין צימער און געדאווענט, און מיינענדיג אז קיינער הערט נישט האט ער אנגעהויבן דאווענען מיט קולי קולות באש להבה, אז דער באהאלטענער דמות פון רבי איציק'ל איז אביסל נתגלה געווארן. רבי שמעי' איז א איד וואס קען ש"ס אויסנווענדיג, און ווען ער גייט אין גאס ווייסט ער נישט וואו ער גייט, ער טראכט - אדער זאגט בפה - שטיקער גמרות, און קען אריינ'באמפ'ן אין 'פאול'ס, און זיך אנטשולדיגן פאר זיי...

אן ערשטהאנטיגע מעשה אויף אים ווייס איך פון מיין פעטער, וואס האט געלערנט מיט אים אלס יונגערמאן אין כולל פון רבי אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א. אז איינמאל איז געקומען אינמיטן טאג, און ר' שמעי' זאגט אז ער פילט זיך נישט גוט און ער דארף אהיימגיין. אויפן פראגע פונעם חברותא פארוואס ער טראכט אזוי, ווען ער האט פיין געלערנט אינדערפרי, האט ער געענטפערט אז ער שפירט זיך גאר הונגעריג, און וויבאלד ע"פ חשבון וואלט ער שוין געדארפט צו האלטן נאכן עסן, מוז זיין אז ער שפירט אזוי ווייל ער פילט זיך נישט גוט. אויפן שאלה ווען ער האט געגעסן, האט ער געענטפערט אז ער געדענקט נישט, אבער היות די עסן איז מער נישטא מוז זיין אז ער האט שוין געגעסן... דער עולם - שוין קענענדיג דעם דמות פון ר' שמעי'ן - האט זיך ארויסגעלאזט אויף א באזוך אין די ווינקלען פון כולל, אויפצוזוכן די עסן פון ר' שמעי', וואס האט דאס געקענט איבערלאזן סיי וואו. צום סוף האט מען דאס געטראפן אונטער דעם רעכטן זייט פון די גמרא [ס'דארט דא פלאץ פאר א סענדוויטש, ווען מ'האלט אנהייב א מסכתא, ודו"ק], וואו ער האט דאס געגעבן א ווארף אונטער זיך זעצנדיג לערנען. און דערנאך האט ער ניטאמאל געוואוסט צו ער האט שוין געגעסן צו נישט... דאס איז דער דמות פון ר' שמעי' מעריל.

אזוי אויך איז דער אומאפיציעלער קאפישניצער רבי שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ רבי זושא העשיל שליט"א, געווען א חסיד מובהק פון רבי איציק'ל. ר' זושא איז דער טיפישער נחבא אל הכלים, וואס ראשו מגיע השמימה און איז א ריזן ת"ח ועובד ה', אבער וועט שמייכלן צו יעדן קינד, און זיין 'בידידות' מיט פשוט'ע אידן ווי ער וואלט געווען זייער'ס גלייכן. אבער הכרת פניו ענתה בו, און זיין איידלקייט, זיין שמייכל, און זיין יראה טהורה וואס ליגט אויף זיין געזיכט, איז אן אפשפיגלונג אין זיין רבי'ן רבי איציק'ל.

ווען זיין טאטע, דער פריערדיגער קאפישניצער רבי ר' משה מרדכי [א זון פונעם אלטן קאפישניצער, וואס איז געווען גאר נאנט מיט סאטמארער רב כידוע], איז אוועק יונגערהייט, האבן די חסידים אים געוואלט אויפנעמען אלס רבי במקום אביו. אבער ר' זושא, ווי א ריכטיגער אמשינאווער פרי, האט בשום אופן נישט געוואלט ווערן רבי. דער אמשינאווער רבי ר' איציק'ל האט אים אויך צוגעשטיפט דערצו, אבער ער האט נאכאלס נישט געוואלט ווערן רבי. איינמאל איז ר' איציק'ל אמשינאווער געזעצן מיטן היינטיגן סקולענער רבי שליט"א, און זיי האבן ביידע געשמועסט איבער דעם אז מ'דארף מאכן ר' זושא פאר רבי, האט מען אים אריבערגערופן און געזאגט חוות דעתם. רבי זושא ווידער האט זיך איינגע'עקשנ'ט אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא. למעשה איז געבליבן אז מ'וועט פרעגן זיין מאמען, און אויב זי וועט אויך האלטן אז ער דארף ווערן רבי, האט ער דאך א מצוות כיבוד אם, און ער וועט אננעמען דעם רבי'סטעווע. ווען מ'האט איר אנגעפרעגט דערוועגן, האט זי געזאגט אז אויב איר זון וויל נישט ווערן רבי, וועט זי אים נישט צווינגען דערצו... און אזוי האט כלל ישראל פארלוירן א ריכטיגער געהויבענער איד פון פירן אן עדה.

ווייטער געדענק איך א איד, הגאון רבי נפתלי ליפשיץ ז"ל, א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין, וואס פלעגט אויך דאווענען אין שטיבל [יתכן אז ער האט אים קענען געלערנט אין שאנכיי, ווי אפאר יח"ל תלמידים זענען אנגעקומען. איך ווייס למשל, אז הגאון רבי מרדכי יהודה לובארט בעל מלחמות יהודה אויף אסאך מקצועות בתורה, וואס איז אויך געווען א יח"ל תלמיד, און איז פארוואגלט געווארן קיין שאנכיי ביים קריג, האט זיך אויסגעדריקט גאר שטארק אויף ר' איציק'ל, זאגנדיג אז דארטן האט ער ארויסגעשיינט מיט זיין יראה טהורה ועבודת ה' במסי"נ].

אין וויליאמסבורג, דינט אלס אמשינאווער רב דער (אמאליגער) גאון מופלא, הרב ריבא שליט"א, וואס האט געקענט אויסענווענדיג ש"ס ופוסקים, און האט געקענט ציטירן תשובה ספרים בעל פה, ער האט געהאט א פאטאגראפישע זכרון [ווי רבי פנחס הירשפרונג ועוד]. ליידער איז ער אמאל אדורך אן אומגעלונגענער אפעראציע וואס האט אים חרוב געמאכט דעם זכרון מכל וכל, און איז געווארן בגדר שברי לוחות מונחים בארון. אבער ער איז געווען א דמות דיוקן פון אן אמשינאווער חסיד [כמדומה איז זיין טאטע געווען פון די מייסדים פון אמשינאוו, ארויסהעלפנדיג אויפצושטעלן דעם שטיבל אין וומסב"ג].

מבני חבורתא קדישתא איז אויך געווען הגה"צ רבי יוסף ארנסטר שליט"א, רב דקהילת אלכנסדר [די ארץ ישראל'דיגע אלכסנדר] בבארא פארק. ער איז אן אייניקל פון ר' איציק'ל, און מאנכע האבן גע'טענה'ט אז ר' איציק'ל וואלט אים געוואלט האבן אלס ממשיך דרכו. יהי' איך שיהי' איז ער א ת"ח מופלג [מלפנים ראה"כ בבאסטאן פלעטבוש], אן ערנסטער איד ועובד ה', און א פה מפיק מרגליות. אזוי אויך זיין ברודער הרה"ג רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א, מלפנים ר"מ בישיבת וויזניץ, א טייערע איד און שיינער ת"ח.


רבי איציק'ל ביים חתונה פון זייער פאטער, זיין איידעם רבי ישראל ארנסטר שליט"א:
asd13.jpg

אודאי מוז מען דערמאנען דעם איש יקר לתפארת, הרה"ח ר' דוד דואיק שליט"א, זיין שטענדיגע שמחה און למעלה מן הזמן'דיגע סדר היום, מאכט אים פאר איינער פון די שיינע געשטאלטן וואס אמשינאוו פארמאגט. ער איז פון די עמודי החסד בדורינו במלוא מובן המלה, האבנדיג אן אפן טיר פאר יעדן שלעפער, וועם ער נעמט אויף בסבר פנים יפות, און פער וועם ער וועט זיך לאזן קאסטן צענדליגע דאלער'ס פאר א פשוט'ן פרישטאג, ער איז ידוע במעשי החסד בגלוי ובסתר, און אפאר יאר צוריק האט ער געעפנט אן ארגעניזאציע - ע"פ בקשת אמשינאווער רבי שליט"א פון ארץ ישראל, בשם 'מגן אברהם' [ע"ש אביו הרה"ח ר' אברהם דואיק ז"ל], וואס געבט זיך אפ מיטן שרעקליכן מחלה פון 'אנערעקסיע'. וואס האט שוין גע'הרג'עט צענליגע נפשות, און וואלט בפשטות גע'הרג'עט הונדערטע ווען נישט ר' דוד האט זיך אריינגעלייגט דערין. אכהמ"ל, ויכתב זאת נאר ארויסצוברענגען וואס אמשינאוו פארמאגט.

אזוי אויך דאווענט דארט הרה"ח ר' פנחס ערליך שליט"א, וואס איז פון די וואס פירן די צדקה קאסע פון ר' הערשל שרייבער. זיין טאטע הרה"ח ר' בעריש ז"ל איז געווען פון די פאר מענטשן וואס האבן איבערגעלעבט דעם ווארשעוון אויפשטאנד, און איז געווען א הייסע אמשינאווער חסיד. נאך א חסיד וואס דאווענט נאכאלס דארט, איז הרה"ג רבי אריה זילבער שליט"א, א ת"ח וואס האט שוין מחבר געווען עטליכע ספרים בשם הכי גרסינן, וואס גייט אדורך לשונות הגמ' און תפילות אויף אראמיש. ביי אים איז אויך דא דער מיזוג פון אן ערנסטער איד געמישט מיט א פשטות. כ'דערמאן זיך פון א ת"ח מופלג, הגה"ח רבי אליעזר דוד פאללמאן ז"ל, מלמד מומחה צענדליגער יארן, א יודע ספר וחסיד מופלג [ערשטע קוזין מיט הגה"ח רבי זושא פאללמאן ר"י באבוב], וואס איז געבליבן באשיידן אזויווי מ'קען נאר אין אמשינאוו. נאך איינער איז געווען הגה"ח רבי ישעי' מאזעסאן ז"ל, א ת"ח וחסיד מופלג כנ"ל [ער איז געווען א געבוירענער אמעריקאנער, אפשר שוין מער פון איין דור, און זיי זענען געבליבן ווארימע חסיד'ישע אידן אינעם אמאליגן אמעריקאנעם מדבר שממה]. און אזוי קען איך אדורכגיין אן א שיעור חסידים ואנשי מעשה, און כרגע פרחו מזכרוני.


[center]די בעלי תריסין פון אמשינאוו.[/center]
לעצטענס איז אוועק איינער פון די חשוב'ע אמשינאווע חסידים, הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, ראה"כ באסטאן פלעטבוש, וואס איז געווען אן אויסערגעווענליכער חריף, בקי בתורה ובחסידות, א ריכטיגער אמשינאווער פרייליכער איד, און צוגעלאזן צו א יעדן איינעם. ער האט מיטגעמאכט אן א שיעור אין זיין פריוואטן לעבן, אבער ער איז געבליבן אן אמשינאווער טיפוס. זיינע גאונ'ישע שיעורים אין טיפע פילאזאפישע שיעורים געמישט מיט טיפע חסידות, איז א שם דבר ביי יעדער וואס האט דאס נאר אמאל געהערט [ס'געבליבן סי.די.'ס דערפון]. זיין טאטע איז אויך א באוואוסטער חשוב'ער איד, הגה"ח רבי פסח קופיץ שליט"א, מזקני חסידי אמשינאוו ומלפנים ר"מ בישיבת באבוב, וואס מ'קען טרעפן יעדן טאג אין ביהמ"ד אמונת ישראל, זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד, שוין צענדליגע יארן אין א ציה. ער איז היינט דער זקן החבורה פונעם אמשינאוון קרעמל.

ווייטער איז דא זיין יונגערער ברודער, הגה"ח רבי חיים דוב קופיץ שליט"א, ר"מ בישיבת שערי יושר [ער איז אנגעקומען אהין, זייענדיג בין חברי לומדי הכולל ביי הרב שטיינווארצל, מיט ר' שמעי' מעריל הנ"ל. און הרב שטיינווארצל האט - וויסנדיג זיין גרויסקייט - אים אריינגענומען אין זיין ישיבה, וואס איז שפעטער מחובר געווארן מיט ישיבת שערי יושר כידוע], וואס איז אן איש צדיק תמים, א ת"ח גדול און יר"ש מופלג, וואס לעבט א העכער לעבן און איז פון די חשוב'סטע אמשינאווע אידן. מיט די ריכטיגע אמשינאווע שטריכן, פון אהבת ישראל, צניעות ופשטות, געמישט מיט א העכערע דביקות בה', זעט מען אין אים אן אפטייטש פון משנתו של רבי איציק'ל אמשינאווער.

ער דאווענט נאכאלס אין אמשינאוו, און דינט אלס בעל קורא קבוע. ווען ער ליינט, שפירט מען מיט די מעשה וואס ער ליינט. ער איז אויך פון די וואס דאווענען פארן עמוד ר"ה ויו"כ, האבנדיג א קול מעורר לתשובה, און זייענדיג פון די דערהויבענע חסידים אין אמשינאוו. היינט צוטאגס איז ער [אזויווי זיין ברודער רבי שלמה זצ"ל] א חסיד נלהב פון אמשינאווער רבי אין ארץ ישראל שליט"א.

צום לעצט מוז איך דערמאנען, דעם גאון וצדיק וחסיד מופלא, רבי מאיר מאנדלבוים שליט"א, ר"מ בישיבת שערי יושר [אנגעקומען דארט אזויווי רח"ד קופיץ כנ"ל], און מגי"ש בביהמ"ד טשערנאביל. אויב וויל איינער זען א בבואה פון היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א אין ארץ ישראל, זאל אריינקומען אין אמשינאווע ביהמ"ד אין בארא פארק, קוקן אין ריכטונג פונעם הונטערשטן טיש אין ביהמ"ד, פון וואו ס'הערט זיך א דאווענען בקול חוצב להבות אש, און באטראכטן דעם הייליגן דמות פון רבי מאיר מאנדלבוים. היינט צוטאגס, ווען דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע איז ליידער נישט געזונט [רפואת הנפש], איז ער דער צענטראלער בליק פון אמשינאוו. דער געהויבענער איד, דער אש קודש, דער ת"ח וואס ווייזט נישט ארויס זיין גדלות בתורה, דער אוהב את הבריות ומקרבן, דאס שמייכל וואס נעמט נישט אוועק דעם יראה טהורה, מאכט א סך הכל אז ער איז דער אנערקענסטער עובד ה' אין אמשינאוו, פאר וועמען יעדער האט דרך ארץ, און פאר וועם ס'איז דא א לאנגע שורה ר"ה זיך צו וואונטשן 'לשנה טובה'.

ער דינט אלס בעל מוספים ר"ה ויו"כ, ווי אויך אלס בעל מקריא פאר די תקיעות. זיין פחד ה' אין די ימים נוראים איז אנטאפנד, און זיין דאווענען איז א ריכטיגע קול ה' שובר ארזים - צוברעכנדיג די שטערקסטע הערצער מיט זיין פייערדיגע דאווענען, ווען ער האט נאכדערצו א שיינע קול וואס דרינגט אריין אין די טיפענישן פון הארץ.

אינטרעסאנט איז טאקע געווען, ווען די לעצטע יארן ביים באקאנטן 'שושן פורים' טיש ביי רבי מאטל זילבער מ'סטיטשין שליט"א, האט רבי מאטל אפאר יאר געבעטן אינמיטן טיש אז מ'זאל אים אפירברענגען רבי מאיר מאנדלבוים, וואס איז פארשטייט זיך גלייך געקומען בענוות רוחו, און זיי האבן זיך ביידע געשטעלט טאנצן צוזאמען בדביקות נפלאה, ווען דער גאנצער עולם דארט פארשטייט נישט ווער רבי מאיר מאנדלבוים איז, און וואספארא נאנטע ברודערליכע פריינטשאפט די צוויי אידן האבן באקומען תחת דגלו פון רבי איציק'ל אמשינאווער. [אגב, דער צווייטער געהויבענער דמות אין אמשינאוו, רבי חיים דוב קופיץ הנ"ל, קען אויך נאך אריינפאלן אמאל ביי רבי מאטל'ן, נאך געדענקנדיג די שיינע צייטן ווען זיי זענען געשטיגן צוזאמען].

סוף דבר, ווען מ'זעט ווער ס'האט זיך אלס אדורכגעדרייט אין אמשינאוו, און וואס זענען די פירות עד היום הזה פון רבי איציק'ל אמשינאווער, קען מען כאפן א שטיקל הבנה אינעם צדיק נשגב וואס האט זיי מדריך געווען. אדרבה, מאכטס נאכאלס אמאל א 'סטאפ' אין אמשינאוו א שבת, ווער רעדט נאך אין די הייליגע טעג וואס איז ממש דערהויבן, און באטראכטס אביסל די דערהויבענע אידן, וואס דרייען זיך מיט די פשוטי עם און שלעפער'ס [וואס פעלן אויך נישט אין אמשינאוו...], האנט ביי האנט.


[center]רבי איציק'ל ביים וואונטשן מז"ט ביים בר מצוה פון בנו יחידו רבי יוסף שליט"א:[/center]
15.JPG


אין נעקסטן קאפיטל: אחרית ימיו, ביתו אחריו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

להערה: ס'שוין צום צוייטען מאל וואס דו דערמאנסט דעם אלטן קאפיטשניצער מיטן טיטול היה חביב אצל הסאטמארער, דאכט זיך ער האט געהאט נאך מעלות אויך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שש, שש, איך שריי, איך טו מיך אויס נישט נאר דעם דאשיק פאר דיר, נאר אויך דעם שניפסל, דאס איז דאך עולה כל כולנה.
איי ר' שלמה ר' שלמה, א איד א מדוכא ביסורים, זיך געמוטשעט מיט צער גידול בנים, און דאך א שטיק שלוות הנפש.
איבער ר' שמעי מעריל האט מיר שלמה יאנקל געלבמאן פארציילט, אז איינמאל האט ער אים געזען איינקויפן צוואנציג קעסטלעך וויין, אויף דער שאלה פארוואס עפעס אזויפיל וויין, איז געקומען דער תירוץ, אז ס'האט זיך אים פונקט געמאכט א פאר דאלער, קודם וויל ער זיכער מאכן אז פאר די נעקסטע שטיק צייט וועט ער האבן וויין צו קידוש...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדען שבת וואק איך אדורך אמשינאווער שטיבל און אלס פארגלוסט זיך מיר אריינצובליקן דארט. אבער איך האב נישט דעם קוראזש, נאך דערצו אז מ'הערט שוין די קולות פון טיף אינמיטן דאווענען. איך מיין אז יעצט וועל איך מיר שוין נישט קענען איינהאלטן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כוכב האט געשריבן:שש, שש, איך שריי, איך טו מיך אויס נישט נאר דעם דאשיק פאר דיר, נאר אויך דעם שניפסל,

וויפיל וועט ער דארפן שרייבן זאלסט אויסטוהן די העמעד אויך... :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח ר' שש פון טיפן הארצן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:יעדען שבת וואק איך אדורך אמשינאווער שטיבל און אלס פארגלוסט זיך מיר אריינצובליקן דארט. אבער איך האב נישט דעם קוראזש, נאך דערצו אז מ'הערט שוין די קולות פון טיף אינמיטן דאווענען. איך מיין אז יעצט וועל איך מיר שוין נישט קענען איינהאלטן.
[tag]בן אדם[/tag], פון וועם האסטו מורא?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון הרב ר' אדנירם שליט"א
פארשפארט