שענדליכער אקט פון מאנסי'ער 'עסקנים'

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

שענדליכער אקט פון מאנסי'ער 'עסקנים'

שליחה דורך הדד בן בדד »

מאנטאג ביינאכט איז געקומען די ביטערע נייעס אז איסט ראמאפא סקול באורד האט ארויסגעטראסקעט זייער לאיער, וועלכער איז געווען א ביין אין האלז פאר די אנטיסעמיטן. דאס איז געווען אזא סארט פרואוו זיך איבערצובעטן מיט די אנטיסעמיטן נאכדעם וואס די יעניגע האבן אזוי מיאוס פארלוירן מיט זייער ביל אריינצולייגן א דיקטאטארישן מאניטאר אין דעם סקול באורד, וועלכער וואלט געהאט דאס לעצטע ווארט איבער יעדע איינציגסטע זאך, אריינגערעכנט טעקס העכערונגען, סקול באסעס, ספעשל עד אא"וו.

מיר וואלטן געוואלט באגריסן דעם שריט אבער ליידער מוזן מיר עס קריטיקירן. מיר זענען אידן, און מיר דארפן זיך אויפפירן ווי אידן אפילו אונטער פרעשור. דער גוי מר. דאגעסטינא האט זיך שטענדיג אנגענומען פאר אונז און ווען ער האט געזען די ווילדע העצערייען פון די אנטיסעמיטן קעגן אונז האט ער געגעבן פאר די אנטיסעמיטן צו הערן וואס ס'קומט זיך זיי, און דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן אים אזוי פיינט געהאט. מיסטער דאגאסטינא האט געטאן אסאך טובות פאר'ן היימישן ציבור און פאר די מוסדות. ער האט פרייוויליג אריינגענומען אין זיך אלע פיילן וואס זענען געווען געוואנדן צום היימישן ציבור. יעצט האט ער באצאלט א ביטערן פרייז און געפלויגן ווי א הונט. מען וואלט אים געקענט געבן די געלעגנהייט זיך אפצוזאגן פרייוויליג, אבער ניין, מען האט עס געמוזט טאן מיט דעם גאנצן טראסק, מיט דער גאנצער פאמפע!

אין די לעצטע חדשים האט דאגעסטינא געפילט אז מען גרייט זיך צו שלאגן כפרות מיט אים און ער האט כסדר געבעטן מען זאל אים נישט מאכן קיין בזיונות. ער האט געבעטן אז אויב באשליסט מען אים צו שיקן זאל מען אים לאזן וויסן פאראויס און געבן א געלעגנהייט ארויסצוגיין מיט שיינעם, און נישט שעדיגן זיין קאריערע, אבער דער פארלאנג איז קאטעגאריש אפגעזאגט געווארן. מען האט באשלאסן אים ארויסצוטראסקען מיט א זעץ, און צוהאקן די טיר פון אונטער אים. די פארלאפענע וואך איז ער פלוצלינג געוואויר געווארן אז דער סקול דיסטריקט האט געהייערט א נייע פירמע און מען האט אים ניטאמאל איינגעמאלדן דערוועגן פון פאראויס.

אין אן אנדערן פלאץ וואלט מען אפשר געקענט פארענטפערן אזא פובליסיטי סטאָנט אבער איסט ראמאפא איז נישט יעדער אנדערער פלאץ. איסט ראמאפא פארמאגט א חרדי'שער סקול באורד. פאר חרדי'שע אידן פאסט נישט זיך אויפצופירן אזוי. ארויסקאפען א גוי, דיינס א פריינד, כדי צו געפעלן דיינע שונאים. נאכמער, אין יעדן אנדערן פלאץ וואלט אזא שריט מעגליך בארואיגט די געמיטער, אבער אין איסט ראמאפא איז די סיבה צו די אנגעצויגענע געמיטער "נאר" וויבאלד די שונאים קענען נישט פארנעמען די חרדי'שע אידן. גייסטו און דו ווארפסט ארויס א גוי? צי רעדט זיך איינער איין אז מיט'ן ווארפן דעם לאיער וואס האט באמת גארנישט געטאן שלעכט, חוץ פונעם פאקט אז ער איז געהייערט געווארן דורכ'ן פרומען סקול באורד, וועלן די גויים פלוצלינג אונז אנפאנגען ליב האבן?

די איינציגסטע זאך וואס ס'האט זיך געטוישט מאנטאג ביינאכט אין איסט ראמאפא איז געווען אז ביז מאנטאג האט איסט ראמאפא פארמאגט 3,000 שונאים (פון איבער גאנץ אמעריקע) יעצט פארמאגט איסט ראמאפא 3,001 שונאים, אריינגערעכנט מר. דאגאסטינא, וואס איז געווארפן געווארן אונטער'ן באס.

זאל דאס ח"ו נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א קריטיק קעגן די חרדי'שע סקול באורד מיטגלידער וואס זענען זיך מוסר נפש און באקומען דערפאר צוריק שטיינער. זיי באקומען נישט קיין געהאלט און באקומען נישט קיין כבוד, און זיי ארבעטן אונטער גרויס פרעשור צו העלפן לינדערן דעם שווערן לאסט פון די ריזיגע שטייערן און שוואכע סערוויסעס וואס דער חרדי'שער ציבור האט געליטן אין איסט ראמאפא נאך צענדליגער יארן פון א הפקר'דיגע ווירטשאפט, אבער דאסמאל האבן זיי זיך מיאוס באנארישט.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר