אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך בר-כוכבא »

ווער זענען מיר? מיר זענען אידן; מיר באלאנגען צום אידישן פאלק. וואספארא באשעפעניש איז דאס אבער, דאס אידיש פאלק? בעסער געפרעגט: וואס איז דאס אזוינס "יהדות"?

די שאלה איז נישט די זעלבע ווי "מיהו יהודי", וואס האט אין דער פארגאנגענהייט אויפגעקאכט די אידישע וועלט און שאפט נאך אלץ נישט ווייניג קאפ-ווייטאג ביי חוקרים און געלערנטע. די פראגע איז וואס איז מגדיר, וויאזוי זאלן מיר דעפינירן, יהדות, אידן, כלל ישראל?

וואס דער תירוץ זאל נאר זיין, איז עס אבער נישט דאס: א רעליגיע. יהדות איז גרעסער ווי רעליגיע און אויך שמירת המצוות. די חוקי התורה זענען א פרט, זאל זיין א וויכטיגער, אפילו יסודותדיגער, אין יהדות. זיי זענען אבער פארט נישט דער דעצידירנדער פאקטאר וואס דעפינירט יהדות.

יהדות איז נישט די תורה; די תורה איז געגעבן געווארן צו אידן, צום אידישן פאלק, וועמען דער רבונו של עולם האט אויסגעקליבן פאר דעם שליחות פון פארשפרייטן די השגות און ווערדן פון דער תורה, אויף וויפיל זי איז נוגע דער מענטשהייט, פאר אלע אנדערע פעלקער. אידן זענען אבער געווען אידן פאר דער תורה, און זיי וועלן בלייבן אידן אפילו אן דער תורה. א איד וואס האלט גארנישט איז פארט א איד, און נישט קיין איד בדיעבד, נאר א איד לכתחילה למהדרין. אפילו ווען ער טוט נישט וואס ער דארף, אדער טוט וואס ער דארף נישט, ישראל הוא.

וואס דארפן מיר מער? רוב פון כלל ישראל איז במשך רוב צייט פון אונזער אור-אלטער היסטאריע ביז היינט נישט געווען קיין גוטע אידן. מיט ווייניג אויסנאמען, פון גאר קורצע תקופות, האבן רוב אידן נישט אויסגעפאלגט רוב פון דער תורה. דאס גייט צוריק ביז עטליכע טעג נאך מתן תורה, ווייטער ביז רוב תקופות פון ביידע בתי מקדש, ביז אונזערע צייטן, ווען רוב אידן זענען נישט פרום.

ווען דער אויבערשטער האט אויסגעוועלט כלל ישראל אלס עם סגולה, האט ער אויסגעקליבן דעם גאנצן פאלק, און יעדער יחיד וואס באלאנגט צו דער אומה איז אריינגערעכנט אין "כלל ישראל". א פאלק איז א דבר השלם וואס באשטייט פון א ברייטן ספעקטרום מינים און טיפן מענטשן, אריינגערעכנט מענער און פרויען, אלטע און יונגע, קלוגע און נארישע, בעסערע און שוואכערע, צדיקים און בינונים, און אפילו אזעלכע וואס זענען לכתחילה פטור פון מצוות. דער אויבערשטער האט א תורה, און האט אויסגעקליבן דעם פאלק אלס זיין שליח, צו שלעפן זיין מעסעדזש צו אלע ווינקלען און מענטשן פון דער וועלט. ער האט די מענטשן פון דעם פאלק אויך געהייסן האלטן די תורה, אבער נישט אין דעם באשטייט דאס פאלקישקייט פון עם ישראל.

וואס יא? דאס אידיש פאלק איז באשאפן געווארן צו דינען א באשטימטן אוניווערסאלן צוועק. יהדות איז געמאכט געווארן כדי אראפצוברענגען און פארשפרייטן אויף דער וועלט די פונדאמענטאלע מושגים פון מענטשליכקייט און ג-טליכקייט, פון יושר און צדק, און פון אן איין-איינציגקייט וואס האט די בריאה וכל אשר בה (אריינגערעכנט דארוויניזם, אטעאיזם, מאלעקיולן, פלאנעטן, ספרים, מענטשן, מילבן, אויטאמאבילן, יוטוב קליפס, און מזוזה-שיידלעך) באשאפן פאר א ציל און מיט א צוועק. ס'איז אמת אז נישט אלע געדאנקען וואס מיר אידן האבן במשך די דורות ארומגעפירט מיט זיך צו אלע פלעצער וואו מיר זענען אלץ פארוואנדערט און פארווארפן געווארן זענען אייגנס. דאס ווארט איז נאר אז מיר זענען באאויפטראגט געווארן צו פארשפרייטן די רעיונות און זיי צעטראגן און צעפירן איבער אלע ווינקלען.

דערפאר זענען מיר ווירקליך פארשפרייט געווארן איבעראל, נישט נאר געאגראפיש, נאר אויך איבער אלע שטרעמונגען און סעקטארס פונעם לעבן. כמעט, אויב נישט ממש יעדע באוועגונג און אפצווייג פון מענטשליכן שאפן און דענקען פארמאגט אן אומפראפארציאנעל הויכן פראצענט פון זרע אברהם יצחק ויעקב. יעדער חידוש פון א באוועגונג, אפילו ממש אין אונזערע צייטן, איז אנגעפיקעוועט מיט אידישע קינדער. אידן זענען היפער רעפרעזענטירט אין דעם פינאנציעלן סעקטאר, קונסט, דענקערס, טומלערס, מחדשים, און אפילו פארברעכערס...

בתורת לאנד, איז די היינטיגע ארץ ישראל א פיצל מדינה, קוים א נאדל-שפיץ אויף דער מאפע, אבער פארט איז זי איך שהוא אין די נייעס יעדן צווייטן טאג. בתורת מענטשן איז נישט פאראן נאך א פאלק אדער אפילו גרופע וועגן וועמען עס ווערט אזויפיל גערעדט און וואס ווערט אזוי דורכאויסיג באהאנדלט און באקוקט. ס'איז אויך נישט פאראן נאך א פאלק אדער לאנד וועגן וועמען עס זענען פאראן אזויפיל קעגנגעזעצטע מיינונגען און געפילן. בתורת דת זענען מיר קיינמאל – קיינמאל! – נישט באשטאנען פון מער ווי א מאקסימום פון עטליכע הונדערט טויזנט פולשטענדיגע שומרי תורה ומצוות, און פארט איז די השפעה וואס דת יהודית האט געהאט און האט נאך אלץ אויף דער וועלט אן אומפארגלייכליך פענאמענאלער.

דער מדרש אויפ'ן פסוק אין ישעיהו "תורה מאתי תצא" זאגט, "תורה חדשה מאתי תצא". לעתיד לבוא וועט דער אויבערשטער דרש'ענען א נייע תורה. דאס מיינט נישט אז די יעצטיגע תורה וועט גיין אין שמות, נאר אז די עקזיסטירנדע תורה וועט אננעמען א נייעם משמעות. אויף פשוט-אידיש וועט עס זיין תורה חדשה, אבער באמת וועט יענע תורה זיין די אנטפלעקונג פון טיפערס וואס געפינט זיך אפילו יעצט באהאלטן אין דער זעלבער תורה נצחיות.

מיר אידן וועלן דעמאלט האבן פארענדיגט אונזער תפקיד פון דער פאר-גאולה וועלט, אבער פונקט ווי די תורה וועלן מיר, אונזער וועזן און אויפגאבע, אויך אננעמען א נייע משמעות, וואס וועט זיין אין איינקלאנג מיט יענער "נייער תורה" פון יענע נייער, פּאָסט-גאולה וועלט.

אידן און די תורה זענען ביידע אייביגקייטן. די תורה איז דאס שליחות און כלל ישראל איז דער שליח. די נואנסטן און פרטים – דאס שליחות און דער אופן ווי די שלוחים פירן עס אויס – בייטן זיך אינאיינעם מיטן מציאות און אומשטענדן.

און דאס איז יהדות. דת יהודית איז א פרט, א וויכטיגער און יסודות'דיגער, אבער פארט נישט די עצם זאך, פון יהדות.

_____

באזירט אויף דעם שיעור פון דעם איד.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר