שמואל פרימו האט געשריבן:איך האב א פיליינג אז פיל מגיבים דא, ליינען נישט וואס איך האב געשריבן, אדער נישט בעיון און האקן תגובות סתם אין די לופט אריין. אזוי קוקט מיר אויס לויט די תגובות.
ריכטיג; דו זאגסט יעצט נאך אלי' ניימאנ'ס באשרייבונגען, אבער ער איז נישט גערעכט. טאקע ווייל ער איז געווען אין א קאלטן קריג מיט זיין ברודער, וואלט ער הערשט געדארפט אכטונג געבן וואס ער טוט, זיך נישט אריינצולאזן אין הייס וואסער און אויפפלאקערן די מעשה. מיט די מעשה האט ער אנגעמאכט אז די מחלוקת זאל פלאקערן פאר לאנגע יארן, עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט, אן איבעריגע מחלוקת געווען. פארוואס האט ער זיך נישט דורכגערעדט מיט זיין ברודער? - פארוואס האט ער נישט פראבירט צו מפשר זיין... לאמיר זאגן אז ער זאל רעדן מיט זיין ברודער, דערנאך מיט ר' ישראל. זאגן פארן ברודער אז ר' ישראל בלייבט יעצט דא א שטיק צייט, ער גייט ווערן א מענטש - דאן זאגן פאר ר' ישראל "דו ביסט יעצט דא, דו דארפסט טון אזוי און אזוי און זיך אויסמענטשלען, אינצווישן וועל איך דיר העלפן..." - האנדל כאטש ווי א דיפלאמאט. ער האט געמוזט נעמען א שטעלונג צווישן טאטע און זוהן, זיכער מאכן אז זיין ברודער ליידט בושות... כ'מיין, פארוואס? - פארווען? און זאג מיר נישט אז ער האט אים געהאלפן אלס מחותן... ער וואלט עס געקענט מאכן פיל קליגער זיך נישט צו צערייסן מיט זיין ברודער. עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט.
ראוונע: אנדערש ווי דיר, האלט איך גראדע יא פון ר' מאטעלע, אז דו וועסט קוקן אין מיינע פריעדיגע תגובות באטיטל איך אים אלס צדיק הדור אויף עטליכע פלעצער אין קאווע שטיבל (אדער קען גאר זיין אז דו ביסט א הייסער חסיד, נאר אלס מורא אז מען וועט דיר פארדעכטיגן שרייבסטו אז דו ביסט א קנאפער חסיד - ס'איז נישט משנה!), אבער אין דעם ענין קען איך ממש נישט פארשטיין וואס ער האט דא געטאן. ער האט לדעתי געהאנדלט זייער ווילד, נאך אונטערן שלייער פון גערעכטיגטקייט און אמת'קייט. לאמיר שוין זאגן אז ער האט באמת געמוזט העלפן - דערזעט ער זיך בין תנור לכיריים, צווישן ברודער און מחותן, וואס ווי אזוי ער זאל טון וועט עס זיין בא'עול'ט א צווייטן צד. פארוואס האט ער נישט אנגענומען דעם שב ואל תעשה עדיף? - אויב האט ער שוין יא געשפירט אז עס איז ממש פיקוח נפש, נישט קלערנדיג אז ער מוז רעדן מיט זיין ברודער פאר דעם (פארוואס טאקע?) - טוה עס כאטש קלוג. עס איז דא גענוג און נאך וועגן ווי אזוי מען קען עס טון אויף א נארמאלער וועג.
צו די אלע מגיבים, א בקשה: עס איז א תענוג צו רעדן מיט אייך און הערן אנדערע מיינונגען ווי מיינע, אבער ביטע דורכליינען גרינטליך וואס איך שרייב, איידער איר זענט מגיב. שכוח.
אקעי אז די ווילסט דוקא. איך בין נישט נאר גאנץ א קנאפע חסיד נאר איך גלייך אים בכלל נישט. אלץ איינער וואס איז אויפגעוואקסען אין מאנסי אין איך באלאנג צו א חסידות וואס איז נישט וויזניץ קען איך זאגען אז רבי מאטעלע קען נאך אסאך ארבייטען אויף זיינע מידות