chaims האט געשריבן:דולה וואס זענען דיינע מקורות?
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
גם אני מצרף לשאלה הנ"ל.
chaims האט געשריבן:דולה וואס זענען דיינע מקורות?
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.
יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.
אחד העם האט געשריבן:שש,
מיט רבי איציקל בריסקער איז געווען כמה אזאנע מעשיות ווי מען האט געשפילט שארף און נישט געפענט קיין טיר.
בין כך ובין כך, איז די התנהגות נישט עפעס וואס האט מיט אונז, סהאט נישט גארנישט מיטן כלל. התנהגותו הפרטית של יחיד הוא ולא ניתנה לרבים ולבני הכלל. ובפרט שלא היה מושתת על שיטה או איזשהו מן הדיעות.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:מיין תגובות זענען אין דעם ציטוט:אדנירם האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער בריסקער רב האט פארלוירען זיין פאסטענט, און איז געגאנגען פון זיין א רב פון א גרויסע שטאט צו זיין א פריוואטע איד. ער האט פארלוירען זיין ווייב מיט א פאר קינדער. זיין גאנצע וועלט [אירופה] איז חרוב געווארען. טראץ דעם האט ער חתונה געמאכט זיין קינדער [חוץ חיים], געבויט א ישיבה פאר זיין זוהן הגרי"ד, געשריבען ספרים, געפירט פוליטיק, און משפיע געווען אויף בני דורו. מענטשען וואס געדענקען ווי געשמאק ער האט דערציילט מעשיות שמייכעלען נאך אלץ יעצט פון דעם. ער האט זיך ליבלאך אפגעגעבען מיט זיין אייניקלאך [ער האט אפילו איינגעקויפט קליידער פאר די קליינע אייניקלאך און זיין שנור האט מעידה געווען אז "ער האט געהאט א גוטע אויג"]. בקיצור, ער איז געווען א הודרעדט פרוצנט פונקצינאל (functional) בכל חלקי החיים. אויב ער איז געווען א ביסל מער נערוועז אין ארץ ישראל ווי פאר דער קריג [לפי ידיעתי זה לא נכון, ואולי ההיפוך נכון שהיה יותר רגוע כדרך זקני תלמידי חכמים שכל זמן שמזקינים דעתם מיושבת עליהם] וואלט אויך געווען שפיץ נארמאל. וועלכע מלחמה געליטענע איד וואס איז געבליבען אן אלמן מיט א שטוב מיט קינדער איז נישט געווען א ביסל מער נערוועז און ביטער,
אפאר נקודות להעיר או להאיר:
א. ר' וועלוועלע'ס רבנות איז בכלל נישט געווען סוגה בשושנים. ריכטיג ער איז געווען רב אין שטאט, אבער געוועלטיגט האט ער קוים אויף אפס קצהו. מיט אלע די השכלה און ציונות וואס איז דארט געווען קען מען נישט אוועק מאכען א כח פון רב פון א קהילה פון אן עיר גדולה אין אירופה. באקאנט איז ווען דער יונגער קאמוניסט'קע האט געגעבן א דרשה אין שול, און ר' וועלוועלע האט נישט געהאט קיין שום מאכט. ידוע אויך אז דערפאר איז ער געווען מער ווי צופרידן צו זיין אין ווילנע נראה שצריך לומר: ווארשא - ער האט אויך געווען א סאך ארויס פון שטאט ווייל ער האט געליטען פון asthma. אין ווילנה איז ער געווען נאר אלץ פליט בשעת'ן קריג, ואכמ"ל.
ב. ר' וועלוועלע איז בכלל נישט געווען אין די ליגע פון די 'גרעסטע' גדולי ישראל בעפארן קריג. טעות גמורה! ער איז יא געווען צוליב צוויי סיבות. ערשטענס איז ער געווען דור שלישי פון בית בריסק, און צווייטענס זכות עצמו יוכיח, ער איז דאך געווען א ריזיגע גדול בתורה. כאטש ער איז געווען א גדול. די גרעסטע זענען געווען ריכטיגע אריות שבחבורה, דער חפץ חיים איז נפטר געווארען עטליכע יאר פאר'ן קריג, ר' חיים עוזר האט טאקע געשפילט א גרעסערע ראלע, ר' ברוך בער בכלל נישט, און ער אליין האט זיך ברוב ענוותונו משפיל געווען לגמרי פאר זיין רבי'ן זוהן כמו שנראה בעליל בספרו למי שעיין בו אפילו רק פעם אחת, ר' שמעון שקאפ געווען די גרעסטער מרביץ תורה פונעם דור, אבער נישט געשפילט אזא גרויסע ראלע אלץ מנהיג ווי דער בריסקער רב, ר' אלחנן איז געקומען יעדער פרייטיג נאכט אין די צייט וואס זיי זענען ביידע געווען אין ווילנה צו לערנען פונעם בריסקער רב כעבדא קמיה מרא!!, ועוד- למשל?. נאר נאכן קריג איז זרחה שמשו צוזאמען מיטן חזו"א בחייהם האבען די אליטה (elite) ארויף געקוקט א סאך מער אויף דער "קלוגער" בריסקער רב, לאחר מותם צוליב גדלותו המפולגת כאחד מדורות הראשונים, איז געשטיגען די נאמען פונעם חזון איש. צוליב די אויבנדערמאנטע צוויי נקודות, זעט מען אז דער קריג האט נישט צופיל אויסגעמאכט אין זיין רבנ'ישן געשטעל, און אפשר גאר בעסער געמאכט. א מענטש קוקט נישט אזוי פיל ווי אזוי די הסטוריה וועט עם אנקוקען, ער קוקט זיך ארום און זעהט אז ער איז אן אויסגעשפילטע אלמון און נישט רב העיר וכו'
ג. אויב איינער האט געפירט, געעפנט ישיבות, אוועקגעשטעלט רבנים, און מעודד געווען בחורים - צוקונפטיגע ראשי ישיבות וגדולי ישראל, איז עס געווען דער חזו"א. ער האט פערזעליך מייסד געווען ישיבות, און געפירט רבנים מיט זיינע צוויי הענט. לעומת זה, דער בריסקער רב האט נישט געהאט קיין שייכות דערמיט, ער האט מייסד געווען ישיבת בריסק אין ירושלים און איינגעשטעלט זיין זוהן הגרי"ד אלץ ראש ישיבה, חוץ פון דעם אז ער האט געהאט א קבוצה פון תלמידים בכל התקופות. די חזון איש האט דאס קיינמאל נישט געהאט. נישט פארגעסען אז ער האט אויך געשטיצט מוסדות ווי למשל אתרא קדישא. סך הכל איז ער געווען גענוג אן אנערקענטן רבנ'ישער אויטאריטעט אז מ'איז ארויף זיך דורכשמועסן מיט אים ציבור'ישע זאכן, און זיין ווארט האט געהאט מער האפט און קראפט. אבער מכאן ועד לומר אז ער האט געפירט און געמישט פאליטיקס וכו' איז גאר א ווייטע גוזמא. איך וואלט ענדריש מקבל געווען שלמה לורענץ'ס גירסה, און פון זיין באשרייבונג זעהט אויס אז דער בריסקער רב האט געשפילט גאנץ א פיינע ראלע. די קנאים וואס ווילן מאלען א בילד כאילו ער איז געווען קיצוניתדיג קעגען בחירות און אגודה ווילן משכיח זיין אז ער האט זיך גאנץ פיין אינטערסירט אין די ענינים.
ד. וואס ער האט געטון מיט זיין ווייב קינדער און אייניקלעך, איז נישט מעלה און נישט מוריד. מ'מעסט [ווער מעסט? די שמועס איז געווען לגבי דער קאקצער וואס כפי הנראה איז צוגעקומען צו א מצב פון dysfunction, לגבי דעם האב איך געוויזען א בילד פון א איד וואס איז געווען גאר גאר functional מיט דעם וואס ער האט פרייליכערהייט חתונה געמאכט זיין שטוב מיט קינדער בכבוד. ער האט זיך אפגעגעבען מיט חינוך הבנות. איך האב א מאל געהערט פון אן אייניקל אז דאס וואס מען דערציילט אז דער בריסקער רב פלעגט בעטען 'מען' זאל עם איבערזאגען די דרשות פון ר' שלום שבדרון, כך היה מעשה: דער בריסקער רב האט געזוכט אז זיין טעכטער זאלען קענען ארויס גיין פון שטוב [בשעה ווען די יוגענט אין לאנד איז געווען אין געפאר פון התבוללות] און קענען האבען entertainment, פלעגט ער זיי שיקען צו הערען די דרשות פון ר' שלום וואס איז געווען א מחיה צו הערען. שפעטער [מסתמא צו האבען וואס צו רעדען מיט זיי] האט ער זיי געבעטען זיי זאלען איבער זאגען די דרשות. ער פלעגט אויך בעטען מענטשען [תלמידי חכמים] וואס פלעגען קומען צו זיין שטוב רעדען מיט עם, אז זיי זאלען מיט ברענגען זייער טעכטער כדי אז זיין [הגרי"ז] טעכטער זאלען האבען מיט וועמען צו פארברענגען. איך וויל מיט די נקודות ווייזען א הפרש מקצה אל הקצה פון א הנהגה פון "ימי הסגר". אויב טאקע איז ער געווען א ביסל נערוועז וכו' איז דאס געווען אויף גאר א נארמאל אופן. דעפרעסיע און סיי וואספארא פארם פון מרה שחורה דורך דעם מענטש'נס כלליות'דיגן התנהגות [אגב, דער קאצקער בימי הסתגרותו האט אויך אריינגעלאזט [אריין געלאזט!!? דאס איז נארמאל?] אייביג זיין זון ר' דוד, און זיין איידעם דער אבני נזר]. און מה נעשה, דער בריסקער צוגאנג צום רבים איז געווען קפדנות'דיג, רגזנות'דיג, און שווארץ. דאס איז א גוזמא גדולה! אויב איינער קען זיין אייניקל [ראש ישיבת בריסק] קען ער זיך פארשטעלען ווי אזוי זיין זיידע'ס פרעזענליכקייט [נישט גדלות] איז געווען. זייער נארמאל נאר א ביסל אנגעצויגען.
ה. און צום לעצט: לדעתי האט [tag]אחד העם[/tag] גערעדט מער פונעם באקאנטן פאקט אז ער האט געדארפט פארשליסן דעם טיר פינף מאל. דהיינו, די פחד מיט וואס ער האט געלעבט [א שטייגער פון פארשליסן די טיר ביי א הפגנה, ווייל די ציונים זענען עלול אויף שפיכות דמים], איז געווען א תוצאה פון א צובראכענע מענטש. נישט דער אפיציעלער שטארקער 'סולובייצ'יק' כאראקטער. איך האב אויך געהערט די שמועה וועגען שפארען די טיר, אבער מען דארף נעמען אין באטראכט אז א סאך מאל ווען עס האנדעלט זיך א גרויסע מענטש נעמט מען עם צו ערענסט, און מען כאפט נישט אז אפשר "דברו חכמים בלשון גוזמא". א גוטע משל אויף דעם איז רבי חיים קניבסקי שליט"א. דער וואס קען עם ווייסט אז ער איז גאר א געשמאקע מענטש וואס קען מאכען זאפטיגע וויצן. א סאך פון זיין funny תשובות זענען פשוט א humorous וועג ווי צו ענטפערען א נארישע שאלה. אבער אויף מען רעדט זיך איין אז כל היוצא מפיו איז תורת משה מסיני קוקט עס אן נאריש. לאמיר זאגען אז דער בריסקער רב איז געווען א ביסל נערוועז און זיך נישט געפילט באקוועם בשעת הפגנות - גאנץ א נארמאלע זאך - און האט צוגעשפארט די טיר זאגענדיג "זיי זענען דאך חשוד אויף רציחה" - ער האט געוואוסט אז זיין טאטע האט דאס געמיינט אין אן אופן פון יגאל אמיר אדער די שיסיריי צווישען זיי בשעת די ערשטער יארען, אבער ער האט דאס דערמאנט בשעת פארשפארען די טיר. די גאנצע ספר "הרב מבריסק" לייד פון דעם אז דער שרייבער מיינט אז יעדער מאל דער בריסקער רב האט זיך געריקט זיין פוס איז דאס געווען א רמב"ם. לא מיניה ולא מקצתיה, כלשון נכדו "ער איז געווען א נארמאלע מענטש מיט נאך א שמיץ אריבער!". דער בעסטע ראיה אויף דעם איז א בילד אינעם בוך וואו דער רב קומט צוריק פון שווייץ מיט א פעקל עפעלאך אין האנט. שטייט אין דעם בוך אונטער די בילד "בחזרתו משוויצריה בשנת המשיטה" - פארוואס? ווייל דער נארישע כותב מיינט אז נאר אין שמיטה וואלט דער בריסקער רב געברענגט עפעלאך! למעשה איז דער בריסקער רב קיינמאל נישט געווען אין שווייץ בשנת השמיטה. נאר וואס דען? אין ארץ ישראל אין יענע יארען איז נישט געווען קיין עפלאך [קודם שכבשו את הגולן והחרמון], איז עפלאך געווען גאר א געשמאקע זאך. דער רב האט ווי אלע זיידעס [בפרט ווען עס אז נישט דא קיין באבע] צוריק געברענגט זיסע עפלאך פאר זיין אייניקלאך - שמעתי מבעלי המעשה- די מעשה וואס דער וועלט ליינט פארבט א בילד פון א מענטש וואס קען נאר אויסדרייען זיין קאפ ווייל אזוי שטייט אין רמב"ם. די אמת'ע מעשה ווייזט א גאר נארמאלע זיידע וואס ערזעצט נאך אויך די ארט פון א באבע. נאך א מעשה בענין שווייץ ששמעתי מנכד הגר"מ סולוביציק משווייץ, אז ווען דער בריסקער רב איז געקומען דארט באזוכען זיין פלומעניק רבי משה, האט ער מיט געברעגט א קליינע תהילים'ל פאר איינער פון רבי משה'ס קינדער [מסתמא האט ער געברענגט עפעס פאר אלע קינדער - איך האב דאס געהערט פון יענעם'ס איידעם]. נאך א מאל גאר א נארמאלע גאסט - ער ברענגט עפעס מיט פאר א קינד. די סארט מעשיות דערציילט מען ליידער נישט און פון דעם שפראצט ארויס אזא משוגעת אז מען עם צושטעלען צו די הנהגה פון "ימי הסגר".
אדנירם האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.
יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.
יותר מסתבר איז צו גלייבן אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געשען...
דולה ומשקה האט געשריבן:נישט שיין,
אויף דער בריסקער רב ביטע עפענען א באזונדערע אשכול, דער אשכול איז אך ורק אויף רבי מנחם מענדל מקאצק.
מנהל ביטע טוה עפעס דערצו, העלף מיר ארויס דא דער אשכול זאל נישט האלטן אין ווערן פארקראכען.
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.
יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.
יותר מסתבר איז צו גלייבן אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געשען...
און אז ער גייט זיך טרעפן מיט'ן חזון אי"ש האט איינער יא געוואלט גלייבן...? נאר בן גוריון האט אין יענע יארן (בראשית התייסדות המדינה) געוואלט רעגירן מיט די הסכמה פון די רעליגיעזע אידן. און ער האט געוואלט אז ס'זאלל הערשן אחדות. די גאנצע רעיון פון "סטאטוס קווא" (כידוע ליודעים, ואכמ"ל) איז געקומען פון איהם.
ריכטיג האט געשריבן:די דערמאנונגען אינעם יומן זענען פון שפעטער, און לויט ווי איך געדענק רעדט זיך בן גוריון אפ דארטן אז ווען ער האט איהם געטראפן האט ער געמיינט אז ער איז א מצומצם וואס קען בלויז לערנען און ס'גייט איהם נישט אהן וואס טוט זיך, אבער פון זיינע בריוון זעהט ער אצינד אנדערש און ער וואונדערט זיך אויב אזוי פארוואס האט די חזו''א איהם נישט געענטפערט צום זאך אויף די פראבלעם וואס ער האט איהם פארגעלייגט.
די סיבה פארוואס ער האט זיך געוואלט טרעפן מיט די גדולים איז געווען פשוט ווייל ער האט געזעהן אז די חרדישע וועלט פארלאזט זיך בלויז אויף זייער מיינונג האט ער געוואלט האנדלען מיט די גדולים דירעקט און נישט נאר מיט די נציגים.
אדנירם האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער בריסקער רב האט פארלוירען זיין פאסטענט, און איז געגאנגען פון זיין א רב פון א גרויסע שטאט צו זיין א פריוואטע איד. ער האט פארלוירען זיין ווייב מיט א פאר קינדער. זיין גאנצע וועלט [אירופה] איז חרוב געווארען. טראץ דעם האט ער חתונה געמאכט זיין קינדער [חוץ חיים], געבויט א ישיבה פאר זיין זוהן הגרי"ד, געשריבען ספרים, געפירט פוליטיק, און משפיע געווען אויף בני דורו. מענטשען וואס געדענקען ווי געשמאק ער האט דערציילט מעשיות שמייכעלען נאך אלץ יעצט פון דעם. ער האט זיך ליבלאך אפגעגעבען מיט זיין אייניקלאך [ער האט אפילו איינגעקויפט קליידער פאר די קליינע אייניקלאך און זיין שנור האט מעידה געווען אז "ער האט געהאט א גוטע אויג"]. בקיצור, ער איז געווען א הודרעדט פרוצנט פונקצינאל (functional) בכל חלקי החיים. אויב ער איז געווען א ביסל מער נערוועז אין ארץ ישראל ווי פאר דער קריג [לפי ידיעתי זה לא נכון, ואולי ההיפוך נכון שהיה יותר רגוע כדרך זקני תלמידי חכמים שכל זמן שמזקינים דעתם מיושבת עליהם] וואלט אויך געווען שפיץ נארמאל. וועלכע מלחמה געליטענע איד וואס איז געבליבען אן אלמן מיט א שטוב מיט קינדער איז נישט געווען א ביסל מער נערוועז און ביטער,
אפאר נקודות להעיר או להאיר:
ב. ר' וועלוועלע איז בכלל נישט געווען אין די ליגע פון די 'גרעסטע' גדולי ישראל בעפארן קריג. כאטש ער איז געווען א גדול. די גרעסטע זענען געווען ריכטיגע אריות שבחבורה, דער חפץ חיים, ר' חיים עוזר, ר' ברוך בער, ר' שמעון שקאפ, ר' אלחנן, ועוד. נאר נאכן קריג איז זרחה שמשו צוזאמען מיטן חזו"א. צוליב די אויבנדערמאנטע צוויי נקודות, זעט מען אז דער קריג האט נישט צופיל אויסגעמאכט אין זיין רבנ'ישן געשטעל, און אפשר גאר בעסער געמאכט.
chaims האט געשריבן:דער רבי ר אברהם יהושע העשיל האט א שיין בוך און יודיש איבער קוצק און וואס עס איז פארגעגאנגען דארט זייער בעלערענד עס הייסט און געראנגעל פארן אמת
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:http://youtu.be/e0KG7cojfF0 מען זאל קוקען פון נאך 4:00
http://youtu.be/8K2x5YXw9GI