עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:פון הרב ר' אדנירם שליט"א

ער זאגט דאך אז ער איז מער נישט דארט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:להערה: ס'שוין צום צוייטען מאל וואס דו דערמאנסט דעם אלטן קאפיטשניצער מיטן טיטול היה חביב אצל הסאטמארער, דאכט זיך ער האט געהאט נאך מעלות אויך.

הער אויס, דער משזר איז א קליג סוחר און קאן די טעקניקס דא. האסטו נאך נישט באמערקט אז א גבאי צדקה/מוסד/בעל דרשן וויל אויפטרייבן שטיצע, געלט, אויסהערער, (לייקס) עט ער אלטץ א' מאסט' אייביג טרעפן א שייכות פון סאטמארער רב צום צוועק...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:להערה: ס'שוין צום צוייטען מאל וואס דו דערמאנסט דעם אלטן קאפיטשניצער מיטן טיטול היה חביב אצל הסאטמארער, דאכט זיך ער האט געהאט נאך מעלות אויך.

הער אויס, דער משזר איז א קליג סוחר און קאן די טעקניקס דא. האסטו נאך נישט באמערקט אז א גבאי צדקה/מוסד/בעל דרשן וויל אויפטרייבן שטיצע, געלט, אויסהערער, (לייקס) עט ער אלטץ א' מאסט' אייביג טרעפן א שייכות פון סאטמארער רב צום צוועק...

האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.
לאמיר מסביר זיין קלארער: היות די איבערוויגנדע מערהייט פון ליינער דא זענען עכ"פ אפשטאמיגע פון סאטמארע שטובער, איז ווען מ'דערמאנט א קירבה צום סאטמארער רב געבט דאס גלייך א שטיקל 'איזי-פעס' אויף דעם מענטש.

אבער לדעתי, אודאי דארף דער קאפישניצער נישט צוקומען צו סאטמארער רב'ס הסכמה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כוכב האט געשריבן:שש, שש, איך שריי, איך טו מיך אויס נישט נאר דעם דאשיק פאר דיר, נאר אויך דעם שניפסל, דאס איז דאך עולה כל כולנה.
איי ר' שלמה ר' שלמה, א איד א מדוכא ביסורים, זיך געמוטשעט מיט צער גידול בנים, און דאך א שטיק שלוות הנפש.
איבער ר' שמעי מעריל האט מיר שלמה יאנקל געלבמאן פארציילט, אז איינמאל האט ער אים געזען איינקויפן צוואנציג קעסטלעך וויין, אויף דער שאלה פארוואס עפעס אזויפיל וויין, איז געקומען דער תירוץ, אז ס'האט זיך אים פונקט געמאכט א פאר דאלער, קודם וויל ער זיכער מאכן אז פאר די נעקסטע שטיק צייט וועט ער האבן וויין צו קידוש...

גלייב מיר, אז מיט א דאשיק און א שניפסל, וועסטו אויסזען ווי א ריכטיגער [tag]כוכב[/tag]...
----------------------
אויב דו האסט וואס מוסיף צו זיין אויף ר' שלמה, אדרבה. מאך דא א שטיקל זכר פאר אים. איך קען רעדן נאנ-סטאפ, ואין לדבר סוף.
----------------------
וואו קומט דער קאץ איבערן וואסער? כלומר, וואס האט שלמה יאנקל געלבמאן מיט ר' שמעי' מעריל? אבער די מעשה איז א גוטע מעשה...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:יעדען שבת וואק איך אדורך אמשינאווער שטיבל און אלס פארגלוסט זיך מיר אריינצובליקן דארט. אבער איך האב נישט דעם קוראזש, נאך דערצו אז מ'הערט שוין די קולות פון טיף אינמיטן דאווענען. איך מיין אז יעצט וועל איך מיר שוין נישט קענען איינהאלטן.

אדרבה, גיי אריין. בעיקר, קוק נאך די צוויי אידן הגרח"ד קופיץ והגר"מ מאנדלבוים.
נעם אין באטראכט אז אין די זומער קען עס אפשר זיין אביסל ליידיגער.
און פארגעס נישט פון מיינע פריערדיגע ווערטער:
אדנירם האט געשריבן:אדרבה, מאכטס נאכאלס אמאל א 'סטאפ' אין אמשינאוו א שבת, ווער רעדט נאך אין די הייליגע טעג וואס איז ממש דערהויבן, און באטראכטס אביסל די דערהויבענע אידן, וואס דרייען זיך מיט די פשוטי עם און שלעפער'ס [וואס פעלן אויך נישט אין אמשינאוו...], האנט ביי האנט.
מ'דארף וויסן אז אמשינאוו איז א קיבוץ גלויות פון אלע טיפן...

אבער ר"ה יו"כ אריינצופאלן אפאר מינוט ביי מוסף, איז לעילא ולעילא.
גרויסע רבי'ס מאכן נישט אזא התעוררות...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:פון הרב ר' אדנירם שליט"א

ער זאגט דאך אז ער איז מער נישט דארט?

כ'פאל נאך אמאל אריין פון צייט צו צייט.
כ'האב נישט אפגעהאקט מיט אמשינאוו.
אבער גלייב מיר, פון אדנירם דארפסטו נישט מורא האבן, ווילאנג דו זעסט אויס ווי א [tag]בן אדם[/tag] איז גוט...
אדרבה, פרעג די מענטשן אין שטיבל אויב 'אדנירם' האט זיי אמאל עפעס שלעכטס געטון, וועסטו זען אז כ'בין אזא נחבא אל הכלים אז זיי ווייסן ניטאמאל ווער 'אדנירם' איז... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אדנירם[/tag], ווי ליגט רבי איציקל?
(איז מיט אים געווען די מעשה מיטן פליגער?)
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין די חסדישע בית החיים אין טברי'.
וועלעכע מעשה מיט וועלעכע פליגער?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שש איך בין מוחה מען קען נישט אויסרעכנען אלע די נעמען קופיץ מאנדלבוים וכו' און אויסלאזן אליחאמיש וואס שטייט ביים בימה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag], ווי ליגט רבי איציקל?
(איז מיט אים געווען די מעשה מיטן פליגער?)
כאפסט הייסטע לאקשן.
די נעקסטע קאפיטל גייט רעדן פון מקום מנוחתו.
אבער דער ירח בן יומו ווייסט יא עפעס. וואס איז טאקע די מעשה מיטן פליגער?


לית דין בר נש האט געשריבן:שש איך בין מוחה מען קען נישט אויסרעכנען אלע די נעמען קופיץ מאנדלבוים וכו' און אויסלאזן אליחאמיש וואס שטייט ביים בימה
איך לאך און איך לאך... :lol:
אבער פון וואו ווייסטו פון אלי חאמיש צו זאגן?!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אדנירם האט געשריבן:אבער פון וואו ווייסטו פון אלי חאמיש צו זאגן?!

אוי וויפיל ציגארעטלעך איך האב שוין אויסגערייכערט אין דער ביהמ"ד דוירט אין די בעק אויף די רעכטע זייט. וואס נאך זאל איך דיר פארציילן?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:פון הרב ר' אדנירם שליט"א

ער זאגט דאך אז ער איז מער נישט דארט?

כ'פאל נאך אמאל אריין פון צייט צו צייט.
כ'האב נישט אפגעהאקט מיט אמשינאוו.
אבער גלייב מיר, פון אדנירם דארפסטו נישט מורא האבן, ווילאנג דו זעסט אויס ווי א [tag]בן אדם[/tag] איז גוט...
אדרבה, פרעג די מענטשן אין שטיבל אויב 'אדנירם' האט זיי אמאל עפעס שלעכטס געטון, וועסטו זען אז כ'בין אזא נחבא אל הכלים אז זיי ווייסן ניטאמאל ווער 'אדנירם' איז... :lol:

אויס צו זען ווי א בן אדם ? אהממ..... אקעי כ'וועל פרובירן. כווייס נאר נישט וואס א סארט צו פון די עובדים אדער פון די שלעפערס...
שוין איך קום אניוועי...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אונז ווארטן נאך שבת אויף א באריכט, בן אדם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:לידיעת הציבור:
בערך פון דעם דאנערשטאג ביז מאנטאג פרשת דברים, גיי איך אויף וועקאציע, און בפשטות וועל איך נישט האבן קיין אינטערנעט קאמוניקאציע. אלזא, אויב מען הערט נישט פון מיר, מאכטס נישט קיין ויצעקו אזויווי לעצטע מאל.

[tag]אדנירם[/tag], איך ווייס אז דו ביסט אויף וועקאציע, אבער בלויז וועגן די ווערטער אליין ווארטן מיר אז דו זאלסט שוין צוריק קומען און זיך נעמען ווייטער שרייבן:
אדנירם האט געשריבן:איך בין יא פון די גרויסע מעריצים פון רבי אלימלך בידרמן.
לייגסט זייער גוט אראפ דעם בילד, פון אן אאוטסיידער'ס קוק ווינקל. כ'האב שוין אנגעמערקט בעבר אז כ'פלאן נאך אפצושרייבן א הערליכע באשרייבונג אויף דעם איש גדול, אלס איינער וואס קען אים פון דער נאנט. ווען מ'ענדיגט מיט אמשינוב, גייט מען בעז"ה באשרייבן רבי אלימלך בידרמן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]איין און צוואנציגסטע קאפיטל:
הוספות ומילואים איבער חסידי ותלמידי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center]



[center]וויבאלד אפאר חברים האבן מיר געבעטן אביסל מער מרחיב צו זיין איבער די אינטרעסאנטע פערזענליכקייטן אין אמשינאוו,
וועל איך אוועקגעבן פאר דעם נאך א קאפיטל:
[/center]

[center]מילואים על חסידים הנודעים שהוזכרו בפרק האחרון.[/center]
אויף רבי שמעיה מעריל שליט"א הנ"ל, האב איך געהערט נאך אפאר גוטע מעשיות פון מיין פעטער, וואס ברענגען גוט ארויס זיין עילוי'אישן דמות. למשל, איינמאל בשעת'ן קאכן אין לערנען זיך טענה'נדיג מיט זיין חברותא, האט ער ארויסגענומען א ציגארעטל, און אזוי שפאצירנדיג מיט זיין חברותא איז ער צוגעגאנגען צום סינק, אויפגעמאכט די וואסער, און אריינגעלייגט דעם ציגארעטל נישט כאפנדיג אז ער האט אנגעצינדן 'וואסער' אנשטאטס 'פייער'...

נאך א מעשה'לע האט פאסירט, ווען ער האט מחליט געווען אז 'גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה', און ער איז אריינגעגאנגען צו 'פאוקוס' אויף 13'טע עוועניו, און געבעטן פון ר' דוד זינגער א דזשאב אין געשעפט. ר' דוד האט געזען אן אינטרעסאנטע באשעפעניש וויל ארבעט אן קיין שום עקספיריענס, און האט אים געגעבן א ביליגע דזשאב צו שלעפן באקסעס. נאך אפאר טעג איז אריין עפעס א איד וואס האט געוואוסט ווער דאס איז 'רבי שמעי' מעריל', און זעענדיג ווי ער שוויצט און שלעפט באקסעס האט ער געמיינט אז ר' שמעי' האט עפעס איינגעקויפט, האט ער אים געפרעגט וואס ער האט געקויפט און צו ער דארף הילף. ר' שמעי' האט אים געענטפערט: נו, שששששש... יענער האט נישט פארשטאנען וואס ר' שמעי' וויל, האט אים ר' שמעי' געזאגט אז די רמב"ם לאזט אים נישט רעדן, ווייל ס'ווערט גע'פסק'ענט אז א פועל דארף ארבעטן 'בכל כוחו'... ווען יענער האט געזען וואס דא גייט פאר, איז ער צוגעגאנגען צום בעה"ב און פרעגט אים צו ער ווייסט ווער די נייע ארבעטער איז, האט ר' דוד זינגער אים געזאגט אז ער קען אים נישט, און ער זעט אויס ווי אן אינטרעסאנטע מענטש און האט אים געגעבן א נארישע דזשאב, האט אים יענער מסביר געווען 'דו ווייסט ווער דער איד איז?! א גאון עצום ובקי בכל הש"ס!', און נאר דעמאלס האט אים ר' דוד זינגער אהיימגעשיקט...


רבי שלמה קופיץ זצ"ל איז נישט גענוג אויסגעשמועסט געווארן. באמת איז ר' שלמה געווען א חידה סתומה ביים לעבן, און א היבשע פירוש אויף מסכת אמשינאוו. א פרעמדער וואס איז אריינגעפאלן אין אמשינאוו, האט גלייך געקענט באמערקן די הייליגע דמות פון רבי מאיר מאנדלבוים, אדער רבי חיים דוב קופיץ, וכו', אבער צוגלייך וואלט ער מסתמא געמיינט אז ר' שלמה איז איינער פון די 'אנדערע חלק' וואס אמשינאוו פארמאגט. זיצנדיג אינעם צימער וואו די שמועסער'ס זיצן, פלעגט ער מאכן ווערטלעך און וויצן א גאנצע צייט, און כלומר'שט ארומשמועסן רוב דאווענען. זיין שמייכל, זיין מילתא דבדיחותא, און זיין פרייליך געמיט, פלעגט זיך כמעט נישט אפטון פון זיין געזיכט א גאנצן דאווענען. ער פלעגט קענען 'שרייען' אויף רבי מאיר מאנדלבוים: 'מאיר, דו מיינסט אז דער באשעפער הערט נישט אויב דו שרייסט נישט?! רעד צו אים שיין, האסט אמאל פרובירט מיטן גוטן אז דו מאכסט גלייך אזאנע צעקות?'... ואף רבי מאיר מנענע לו בראשו מיט א שמייכל, ווי צו זאגן: 'ביזט גערעכט רבי שלמה'...

שווער מסביר צו זיין פאר איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט אינעם אמשינאוון קאשע, די היימישקייט צווישן די גרויסע לייט. רבי שלמה איז גארנישט געווען קיין קטלא קניא, נאר אן עובד ה' אויף זיין שטייגער, אויפן פארקערטן דירעקציע פון רבי מאיר מאנדלבוים. אויב רבי מאיר דינט דעם באשעפער מיט א קול חוצב להבות אש, האט רבי שלמה געדינט דעם אייבערשטן מיט א קול דממה דקה. אויסערליך האט ער געלאכט און געשטופט, אבער אינערווייניג איז געווען א קאכעדיגע איד, א ריכטיגער אמשינאווער באהאלטענער צדיק. אזוי אינמיטן לאכן מיט די חברה אין די 'בעק', האט מען פלוצלינג געקענט באמערקן ווי רבי שלמה איז פארגלייזט געווארן אויף זיין ארט, זיינע אויגן זענען געווארן געווענדעט אין א ציללאזע ריכטונג, צומאל האבן זיינע אויגן געקענט ווייעך ווערן, און ער האט אראפגעצויגן די טלית, און ווייטער האט מען שוין נישט געקענט מיטהאלטן. מ'האט געזען בחוש אז דער איד לעבט אין זיין אייגן וועלט, און זיין שמחה איז נאך א גוטע כיסוי אויף זיין אויסטערלישע עבודה.

געקאכט האט ער ביי א פארברענגען, צו א פרייטיג צונאכטס ביי א היימישע באטע. כאטש ער האט כסדר געמאכט ווערטלעך, האט ער נאכגעזאגט די טיפע תורות פון רבי שמעון שלום אמשינאווער, אדער די היינטיגע אמשינאווע רבי'ס תורות, וואס ער האט פארברייטערט מיט זיינע משונה'דיגע ידיעות בתורת החסידות. ער איז געווען אויסגעקאכט מיט רבי צדוק, שם משמואל, תניא, שפת אמת, און בעצם - וואס נישט. דעמאלס האט ער ארויסגעוויזן אביסל פון זיין אינערליכע פייער. אזוי אויך ביי א ווארימע ניגון, ווען ער פלעגט פלוצים באקומען אן ערנסטן פנים. אבער גלייך נאכדעם האט ער פארווישט די שפירן מיט נאך א זאפטיגע ווערטל.


[center]רבי שלמה קופיץ עומד מאחורי הרבי הנוכחי מאמשינאוו בארא פארק:[/center]
2.JPG

נאר לאחר פטירתו איז מען געוואויר געווארן אביסל פון זיין באשיידנקייט. וויאזוי ער פלעגט באטראכטן די בריאה מיט זיינע אייגנארטיגע גלעזער, ברוחב בינתו וואס ער האט געהאט אויך אין וועלטליכע 'סייענס', וויאזוי ער פלעגט זיצן און לערנען צען שעה ברציפות, זיך צוגרייטנדיג זיין לומד'ישע שיעור וואס האט געהאט זיין שטעמפל פון מקיף זיין א נושא פון אלע זייטן מיט א טיפקייט און מיט א בהירות, און וויאזוי ער האט זייט אלס בחור נישט געלייגט קיין צוקער אין זיין קאווע, 'ווייל ס'איז גוט אזוי אויך'. מיט זיין צניעות האט ער זיכער מיטגענומען אין קבר פארשידענע סודות פון זיין גרויסקייט, אבער זיין פנים שוחקות וועט פארבלייבן אן אייביגע זכרון אין אמשינאוו.


דערנאך איז דא דער אויבנדערמאנטער רבי דוד דואיק שליט"א. ער איז דער ריכטיגער אפטייטש פון די אמשינאווע דריי יסודות: שמחה, אהבת ישראל, און פארשלעפטקייט. אבער אז ער וועט אנקומען צו שפעט צו מעריב, שוין נאך 'ברכו', וועט ער נאכדעם מאכן א 'ברכו' מיטן ראש השנה'דיגן נוסח, ווייל 'אז דער עולם וועט אזוי הנאה האבן, דעמאלס פארוואס נישט?!'... האט אים שוין איינער אמאל געזאגט: 'רבי דוד, דו דארפסט זיך נישט זארגן פאר קיין יום המיתה, קענסט זיין זיכער אז דו וועסט דאס פארפאסן'....

אבער דאס איז נאר אין פריוואטן לעבן, משא"כ אין נחלת הכלל, לעבט ער פאר יענעם במלוא מובן המלה. זיין צדקות און מסירות נפש פאר א צווייטן איד - וואס ער קען ניטאמאל - איז אומבאגרייפבאר. נישט אומזיסט האט רבי דוד אבוחצירא פון נהריה זיך אויסגעדריקט אויף אים, ווען ער האט אים געזען צום ערשטן מאל – נאכנישט וויסנדיג ווער דאס איז, אז ער איז פון די צדיקי הדור! (דאס האט אמאל רבי דוד דואיג אליינס דערציילט, לאכנדיג אויף רבי דוד אבוחצירא'ס 'טעות'...). אבער היות זיין הויכפונקט, דער ארגעניזאציע 'מגן אברהם' פאר אנערעקסיע ליידענדע, איז געגרינדעט געווארן בהכוונת אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל שליט"א, און פארשידענע סיפורים פארבינדען אים מיטן ארגעניזאציע, דערפאר וועט מען דאס איבערלאזן ביז מ'וועט אנקומען צום אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, בעז"ה.


[center]הוספות = שמות חסידים ידועים.[/center]
נאך אפאר נעמען וואס כ'האמיך דערמאנט, און פארדינען צו דערמאנט ווערן, זענען א שטייגער ווי הגה"ח רבי ישראל מאזעסאן ז"ל, א יונגערע ברודער פון ר' ישעיה הנ"ל. ר' ישראל איז געווען א ר"מ בישיבת סטאלין פאר יארן לאנג, און פלעגט אראפלייגן א פלאמעדיגע דאווענען וואס פלעגט אויפשאקלען ווער ס'האט עס נאר צוגעזען. ווען ער האט משום סיבה געדארפט זוכן א נייע פרנסה, האט ער געמוזט אנטון די 'בלויע קליידער', און ער – מיטן טיפישן אמשינאווער פשטות – האט נישט געהאט דערמיט קיין שום פראבלעם, אפילו ער איז פארדעם געווען אן אנערקענטער מרביץ תורה. איינער האט אים דעמאלס געזאגט: לאמיר זען יעצט אויב דו וועסט אראפלייגן אזא דאווענען, ס'שטימט דאך פשוט נישט מיט די בלויע קליידער... אבער צו זיין וואונדער, האט ר' ישראל אראפגעלייגט דעם זעלבן קאכעדיגן דאווענען.

פארן אנקומען צו קבלת עול מלכות שמים, פלעגט זיין א באקאנטע מחזה הוד, ווי ער פלעגט זיך אראפשטעלן פאר די ספרים שאנק, און טראכטן און זיך שאקלן אזא צוויי מינוט, מ'האט געזען באשיינפערליך ווי ער 'גרייט' זיך צו מקבל זיין עול מלכות שמים. און אזוי נאכן קאכן פאר צוויי דריי מינוט האט ער 'אויפגעשאסן': "שמע ישראל!!!" מיט קולי קולות, אז יעדער האט געהאט א מוסטער וויאזוי מ'איז מקבל עומ"ש. און דאס איז געווען א טאג-טעגליכע ערשיינונג, צוויי מאל יעדן טאג, יארן נאכאנאנד. בכלל פלעגט ער דאווענען כמונה מעות מיט א געוואלדיגע התלהבות. נאכן דאווענען האט ער געקענט שמועסן און פארברענגען ווי א ריכטיגער אמשינאווער, און זיין דאווענען איז נישט געווען א פאקטאר וואס זאל אים מאכן 'גרויס' אין זיינע אייגענע אויגן.


דערנאך איז דא הרה"ג רבי וועלוול מרגליות שליט"א, מלמד יארן לאנג אין תורה תמימה [אדער עפעס ענדליכס], א געמישעכץ פון א חסידישע נשמה אין א ליטווישע טיפ איד, אן אראפגעבויגענער הוטל אבער א ווארימע איד. ער איז געווען בעל תוקע פאר א שיינע פאר יאר אין אמשינאוו.


אין נעקסטן קאפיטל: ובא השמש, וזרעו לברכה.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]אדנירם[/tag] זייער גוט אראפגעלייגט ר' שלמה קופיץ ע"ה
און בכלל פאר דער וואס קען די אלע אידן איז עס מוראדיג גוט אראפגעלייגט ווי ר' מאיר מאנדלבוים ענטפערט אים צריק וכו'
איך האב באמת מוראדיג הנאה געהאט פון די לעצטע פאר קאפיטלעך ווי די רעדסט פון ר' איציקל און זיין ביהמ"ד
די האסט א open checkbook ביי מיר וויפיל לייקסט די ווילסט פאר דעם!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צוויי און צוואנציגסטע קאפיטל:
ובא השמש – פטירת רבי איציק'ל אמשינאווער, וביתו אחריו.[/center]



[center]אחריות ימיו.[/center]
אין דעם לעצטן יאר פון ר' איציק'ל, האט מען געזען פארשידענען שינויים אין זיינע הנהגות וסדר עבודתו. א יעדן יאר ר"ה פלעגט ער בלייבן אין ביהמ"ד נאכן דאווענען וואו מ'האט איבערגעבלאזן די תקיעות, אבער ר"ה תשנ"ג איז ער גלייך ארויס פון ביהמ"ד, א זאך וואס האט ארויסגעברענגט וואונדער ביים עולם. אזוי אויך פלעגט ער געווענליך געבן א מתנה פאר חתן כלה גלייך בעפארן חתונה א וויין פלאש, אבער אפאר וואכן פאר זיין פטירה ווען איינער פון זיינע מקורבים האט א שידוך געטון מיט זיין טאכטער, האט ער גלייך ביים תנאים שוין איבערגעגעבן זיין מתנה, ווען לאחר פטירתו האט מען פארשטאנען אז ער האט געוואלט קענען געבן דעם מתנה בחייו.

צוויי וואכן בעפאר זיין פטירה, האט ער אריבערגערופן זיין אייניקל וואס האט געהאט מיט זיך די קובצים פון זיינע ד"ת, זאגנדיג אז ער וויל דאס איבערגיין און מגיה זיין. ער האט צוגעלייגט [ווי אויבנדערמאנט], אז כאטש וואס אין אמשינאוו האט מען נישט געשריבן קיין ד"ת, אבער היות וואס אויב מ'וואלט ווען יא אראפגעשריבן אלס וואלט מען שוין געקענט אנפילן א גאנצע קעסטל פיל מיט זייערע חידושי תורה, און אזוי איז כמעט גארנישט געבליבן, וויל ער כאטש יעצט אז ס'זאל בלייבן עפעס א שם ושארית פון די אמשינאווע תורות.

ערב שב"ק פרשת 'כי תשא את ראש בני ישראל', ביום י"ט אדר תשנ"ג, איז רבי איציק'ל נסתלק געווארן במיתת נשיקה פון א הארץ אטאקע. טויזענטער אידן האבן מלוה געווען דעם ארון, וביניהם גדולי האדמורי"ם, וואס האבן באוויינט הסתלקות אחד משיירי כנסת הגדולה, א ריכטיגע פארצייטישע רבי, וואס איז געווען אויסגעטון פון דעם עולם כל ימי חייו. מען האט ארויפגעברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל ע"פ צוואתו, און פון וויזניצע ביהמ"ד אין ב"ב האט מען ווידעראמאל ארויסבאגלייט דעם ארון [ער איז דאך געווען א דאפלטע מחותן מיט בית וויזניץ], צום אלטן ביה"ח אין טבריה, וואו מ'האט אים קובר געווען סמוך ונראה לדודו רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס ליגט צוזאמען מיט די תלמידי בעל שם, לדוגמא דער האראדענקער, דער וויטעפסקער, ועוד].

די חברה קדישא אין ארץ ישראל האבן מעיד געווען, אז כאטש ס'איז אריבער אפאר טעג פון זיין פטירה אין אמעריקע ביז זיין קבורה אין ארץ ישראל, האט מען אבער נישט געזען קיין שום שינוי אויף זיין צורה און זיין הייליג גוף, וצדיקים במיתתן קרויין חיים. זכותו תגן עלינו.


[center]ביתו אחריו.[/center]
רבי איציק'ל האט געהאט צוויי קינדער בעפארן קריג, וואס זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ימ"ש, צוזאמען מיט זיין ערשטע רעביצין, הי"ד.

נאכן קריג האט ער געהאט נאך צוויי קינדער מיט זיין צווייטע ווייב, איין זון און איין טאכטער. זיין זון איז דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון בארא פארק, רבי יוס'ל שליט"א. זיין איידעם איז הרב ישראל ארנסטר שליט"א, בן רבי משה ארנסטר חתן האמרי חיים מוויזניץ. רבי ישראל ארנסטר האט זוכה געווען צו א שיין דור פון קינדער רבנים ומרביצי תורה, און האט אוועקגעשטעלט זייער אן ערליך שטוב.

דער היינטיגער רבי פון אמעריקע רבי יוס'ל, איז געווען באוואוסט אלס גאר א חשוב'ער בחור, א מתמיד עצום ויר"ש מרבים. כ'האב אמאל געהערט פון הרה"ח הישיש רבי שמחה לעפקאוויטש שליט"א [או מפי בנו ר' משה], אז ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען א בחור און זיין נאמען האט גע'שמ'ט אלס צוקונפטיגער רבי לאלפים, מיט זיין גרויס בקיאות בתורה [וואס עד היום קען ער גוט לערנען], און מיט זיין אויסגערופענער פרומקייט ועבודת ה'. זיין טאטע ר' איציק'ל האט זיך ממש געטשאטשקעט מיט זיין בחור'ל.


[center]ער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין בחור'ל... ביי זיין זונ'ס בר מצוה דרשה:[/center]
בדרשת הבר מצוה.JPG

ער האט שפעטער געווארן אן איידעם ביי הגאון רבי אליהו שטערנבוך שליט"א פון אנטווערפן [וחתן המקור ברוך מסערט-וויזניץ], און האט געהייסן א יונגערמאן א בן עליה. ליידער אבער האט ער מגזים געווען מיט זיינע פרומקייטן און חומרות וכו', ביז ער איז ליידער געווארן בבחינת שברי לוחות, ואכמ"ל. דערפאר איז אמשינאוו לקה בכפליים בפטירת אביו הגדול. אבער למעשה אדאנק די געהויבענע חסידים און די שטארקע אהבה וידידות אינעם אמשינאווער הויף, איז דאס פלאץ נישט חרוב געווארן, און אדאנק אמשינאווער רבי פון בית וגן שליט"א, איז אמשינאוו געבליבן 'אמשינאוו', ווען מ'האט זיך מדבק געווען אינעם מקור מים חיים פון ארץ ישראל, און די לעצטע פאר יאר איז אמשינאוו צוריק אויפגעבויט געווארן און שפרודלט מיט חסידים ואנשי מעשה.


[center]אין די ערשטע יארן פון היינטיגע אמשינאוו-ב"פ רבי'ס הנהגה:[/center]
18 (2).JPG

למעשה האט דער היינטיגער רבי פון בארא פארק זוכה געווען צו חשוב'ע זון און איידימער. זיין עלטסטע זון – און צוקונפטיגע ממשיך - איז רבי מנחם, וואס איז געווארן אן איידעם ביים היינטיגן זוטשקא רבי אין בני ברק ארום פופצן יאר צוריק [און דורכדעם איז רבי מנחם אויך א שוואגער מיט רבי אלימלך בידרמן, וואס איז אויך אן איידעם אין זוטשקא. ביי רבי אלימלך בידרמן פלעג איך צומאל אנטרעפן רבי מנחם]. ער האט זוכה געווען צו צוויי מעלות חוץ פון זיין חריפ'ישן מח, איינס – זיין ליבשאפט און אהבה צו יעדן איד, און נאנטקייט מיט אלע חסידים. און צווייטענס - זיין פאטריאכאלישן צורה, וואס פאסט זיך אריין אינעם אמשינאוון קייט כמין חומר.


[center]רבי מנחם קאליש, דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע:[/center]
רבי מנחם קאליש עם גיסו רבי אלימלך בידרמן..JPG


אין נעקסטן קאפיטל: דער ארץ ישראל'דיגער קייט פון אמשינאוו, דורך רבי איציקל'ס פעטער, רבי שמעון שלום מאמשינוב.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'אשכול האלט שוין ביי 12 בלעטער מלא תוכן, און מ'האט נאך נישט בארירט דעם אשכול'ס קעפל..
#אמשינוב
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדע ריקט זיך דאס יעצט אינעם ריכטונג פונעם אמשינאוון רבי'ן אין ארץ ישראל, וויבאלד מ'פארט יעצט אריבער צו זיין עלטער זיידן רש"ש מאמשינאוו, ואחריו בנו ר' מאיר'ל, ואחריו חתנו העילוי ר' חיים מיליקאווסקי, ואחריו בנו האדמו"ר שליט"א.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'אשכול האלט שוין ביי 12 בלעטער מלא תוכן, און מ'האט נאך נישט בארירט דעם אשכול'ס קעפל..
#אמשינוב

האפענטליך וועט [tag]כוכב[/tag]׳ס דמיונות קומען צו רעאליטעט (אזוי ווי געווענטליך) און מען וועט ימים נוראים שוין קענען הנאה האבן פון די גאנצע אשכול פארטיגערהייט.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]אדנירם[/tag] דאכט זיך מיר ער איז נסתלק געווארן דאנערשטאג נאכט און די לוי' איז גיוועהן ערש"ק
די ארון איז הערשט ארויסגעפארן פון אמעריקא מאנטאג אינערפרי צוליב די שניי וואס איז דעמאלס גיוועהן
און די לוי' אין אר"י איז גיוועהן דינסטאג אינדערפרי. (לפי זכרוני)
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ריכטיג, די מטה איז געליגן אין די בית מדרש אין די הייעך (ערז"נ) א גאנץ שבת.
פארשפארט