רבי וועלוועלע מבריסק - ומהותו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

גם אני מצרף

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

chaims האט געשריבן:דולה וואס זענען דיינע מקורות?

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

גם אני מצרף לשאלה הנ"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.


יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.

יותר מסתבר איז צו גלייבן אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געשען...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

שש,
מיט רבי איציקל בריסקער איז געווען כמה אזאנע מעשיות ווי מען האט געשפילט שארף און נישט געפענט קיין טיר.
בין כך ובין כך, איז די התנהגות נישט עפעס וואס האט מיט אונז, סהאט נישט גארנישט מיטן כלל. התנהגותו הפרטית של יחיד הוא ולא ניתנה לרבים ולבני הכלל. ובפרט שלא היה מושתת על שיטה או איזשהו מן הדיעות.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: רבי מנחם מענדל מקוצק - וימי ההסגר

שליחה דורך chaims »

אחד העם האט געשריבן:שש,
מיט רבי איציקל בריסקער איז געווען כמה אזאנע מעשיות ווי מען האט געשפילט שארף און נישט געפענט קיין טיר.
בין כך ובין כך, איז די התנהגות נישט עפעס וואס האט מיט אונז, סהאט נישט גארנישט מיטן כלל. התנהגותו הפרטית של יחיד הוא ולא ניתנה לרבים ולבני הכלל. ובפרט שלא היה מושתת על שיטה או איזשהו מן הדיעות.

the question is not if the ruv was sharf just if some government official cared so much what he has to say

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

איך הער.
נישט מוכרח אז יא נישט מוכרח אז נישט.
סאיז זיי זיכער נישט אנגעגאנגן קיין כי הוא זה וואס ער האט צו זאגן.
נאר קען זיין אז חסידי בריסק האבן געשתדלט אז די ממשלה זאל אנשטעלן א פנים כאילו זיי ווילן רעדן מיט אים.
אבער, בין כך, כנ"ל נישט מוכרח יא צו ניין.
רבי איסר זלמן איז זיי געווען וויכטיגער,? מוז נישט זיין.
קען זיין.

אגב, ווער איז the ruv וואס די דערמאנסט, פאפא רב אדער בלאזשובער רב?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ווייסעך נישט וואסערע זכיה מרן דער קאצקער פארמאגט אז מען זאל רעדן און בארעדן (עי לעיל מה שכתוב מישהו על הרב השל) פון וואוילע יידן און זיינס אן אשכול....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:מיין תגובות זענען אין דעם ציטוט:
אדנירם האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער בריסקער רב האט פארלוירען זיין פאסטענט, און איז געגאנגען פון זיין א רב פון א גרויסע שטאט צו זיין א פריוואטע איד. ער האט פארלוירען זיין ווייב מיט א פאר קינדער. זיין גאנצע וועלט [אירופה] איז חרוב געווארען. טראץ דעם האט ער חתונה געמאכט זיין קינדער [חוץ חיים], געבויט א ישיבה פאר זיין זוהן הגרי"ד, געשריבען ספרים, געפירט פוליטיק, און משפיע געווען אויף בני דורו. מענטשען וואס געדענקען ווי געשמאק ער האט דערציילט מעשיות שמייכעלען נאך אלץ יעצט פון דעם. ער האט זיך ליבלאך אפגעגעבען מיט זיין אייניקלאך [ער האט אפילו איינגעקויפט קליידער פאר די קליינע אייניקלאך און זיין שנור האט מעידה געווען אז "ער האט געהאט א גוטע אויג"]. בקיצור, ער איז געווען א הודרעדט פרוצנט פונקצינאל (functional) בכל חלקי החיים. אויב ער איז געווען א ביסל מער נערוועז אין ארץ ישראל ווי פאר דער קריג [לפי ידיעתי זה לא נכון, ואולי ההיפוך נכון שהיה יותר רגוע כדרך זקני תלמידי חכמים שכל זמן שמזקינים דעתם מיושבת עליהם] וואלט אויך געווען שפיץ נארמאל. וועלכע מלחמה געליטענע איד וואס איז געבליבען אן אלמן מיט א שטוב מיט קינדער איז נישט געווען א ביסל מער נערוועז און ביטער,

אפאר נקודות להעיר או להאיר:
א. ר' וועלוועלע'ס רבנות איז בכלל נישט געווען סוגה בשושנים. ריכטיג ער איז געווען רב אין שטאט, אבער געוועלטיגט האט ער קוים אויף אפס קצהו. מיט אלע די השכלה און ציונות וואס איז דארט געווען קען מען נישט אוועק מאכען א כח פון רב פון א קהילה פון אן עיר גדולה אין אירופה. באקאנט איז ווען דער יונגער קאמוניסט'קע האט געגעבן א דרשה אין שול, און ר' וועלוועלע האט נישט געהאט קיין שום מאכט. ידוע אויך אז דערפאר איז ער געווען מער ווי צופרידן צו זיין אין ווילנע נראה שצריך לומר: ווארשא - ער האט אויך געווען א סאך ארויס פון שטאט ווייל ער האט געליטען פון asthma. אין ווילנה איז ער געווען נאר אלץ פליט בשעת'ן קריג, ואכמ"ל.

ב. ר' וועלוועלע איז בכלל נישט געווען אין די ליגע פון די 'גרעסטע' גדולי ישראל בעפארן קריג. טעות גמורה! ער איז יא געווען צוליב צוויי סיבות. ערשטענס איז ער געווען דור שלישי פון בית בריסק, און צווייטענס זכות עצמו יוכיח, ער איז דאך געווען א ריזיגע גדול בתורה. כאטש ער איז געווען א גדול. די גרעסטע זענען געווען ריכטיגע אריות שבחבורה, דער חפץ חיים איז נפטר געווארען עטליכע יאר פאר'ן קריג, ר' חיים עוזר האט טאקע געשפילט א גרעסערע ראלע, ר' ברוך בער בכלל נישט, און ער אליין האט זיך ברוב ענוותונו משפיל געווען לגמרי פאר זיין רבי'ן זוהן כמו שנראה בעליל בספרו למי שעיין בו אפילו רק פעם אחת, ר' שמעון שקאפ געווען די גרעסטער מרביץ תורה פונעם דור, אבער נישט געשפילט אזא גרויסע ראלע אלץ מנהיג ווי דער בריסקער רב, ר' אלחנן איז געקומען יעדער פרייטיג נאכט אין די צייט וואס זיי זענען ביידע געווען אין ווילנה צו לערנען פונעם בריסקער רב כעבדא קמיה מרא!!, ועוד- למשל?. נאר נאכן קריג איז זרחה שמשו צוזאמען מיטן חזו"א בחייהם האבען די אליטה (elite) ארויף געקוקט א סאך מער אויף דער "קלוגער" בריסקער רב, לאחר מותם צוליב גדלותו המפולגת כאחד מדורות הראשונים, איז געשטיגען די נאמען פונעם חזון איש. צוליב די אויבנדערמאנטע צוויי נקודות, זעט מען אז דער קריג האט נישט צופיל אויסגעמאכט אין זיין רבנ'ישן געשטעל, און אפשר גאר בעסער געמאכט. א מענטש קוקט נישט אזוי פיל ווי אזוי די הסטוריה וועט עם אנקוקען, ער קוקט זיך ארום און זעהט אז ער איז אן אויסגעשפילטע אלמון און נישט רב העיר וכו'

ג. אויב איינער האט געפירט, געעפנט ישיבות, אוועקגעשטעלט רבנים, און מעודד געווען בחורים - צוקונפטיגע ראשי ישיבות וגדולי ישראל, איז עס געווען דער חזו"א. ער האט פערזעליך מייסד געווען ישיבות, און געפירט רבנים מיט זיינע צוויי הענט. לעומת זה, דער בריסקער רב האט נישט געהאט קיין שייכות דערמיט, ער האט מייסד געווען ישיבת בריסק אין ירושלים און איינגעשטעלט זיין זוהן הגרי"ד אלץ ראש ישיבה, חוץ פון דעם אז ער האט געהאט א קבוצה פון תלמידים בכל התקופות. די חזון איש האט דאס קיינמאל נישט געהאט. נישט פארגעסען אז ער האט אויך געשטיצט מוסדות ווי למשל אתרא קדישא. סך הכל איז ער געווען גענוג אן אנערקענטן רבנ'ישער אויטאריטעט אז מ'איז ארויף זיך דורכשמועסן מיט אים ציבור'ישע זאכן, און זיין ווארט האט געהאט מער האפט און קראפט. אבער מכאן ועד לומר אז ער האט געפירט און געמישט פאליטיקס וכו' איז גאר א ווייטע גוזמא. איך וואלט ענדריש מקבל געווען שלמה לורענץ'ס גירסה, און פון זיין באשרייבונג זעהט אויס אז דער בריסקער רב האט געשפילט גאנץ א פיינע ראלע. די קנאים וואס ווילן מאלען א בילד כאילו ער איז געווען קיצוניתדיג קעגען בחירות און אגודה ווילן משכיח זיין אז ער האט זיך גאנץ פיין אינטערסירט אין די ענינים.

ד. וואס ער האט געטון מיט זיין ווייב קינדער און אייניקלעך, איז נישט מעלה און נישט מוריד. מ'מעסט [ווער מעסט? די שמועס איז געווען לגבי דער קאקצער וואס כפי הנראה איז צוגעקומען צו א מצב פון dysfunction, לגבי דעם האב איך געוויזען א בילד פון א איד וואס איז געווען גאר גאר functional מיט דעם וואס ער האט פרייליכערהייט חתונה געמאכט זיין שטוב מיט קינדער בכבוד. ער האט זיך אפגעגעבען מיט חינוך הבנות. איך האב א מאל געהערט פון אן אייניקל אז דאס וואס מען דערציילט אז דער בריסקער רב פלעגט בעטען 'מען' זאל עם איבערזאגען די דרשות פון ר' שלום שבדרון, כך היה מעשה: דער בריסקער רב האט געזוכט אז זיין טעכטער זאלען קענען ארויס גיין פון שטוב [בשעה ווען די יוגענט אין לאנד איז געווען אין געפאר פון התבוללות] און קענען האבען entertainment, פלעגט ער זיי שיקען צו הערען די דרשות פון ר' שלום וואס איז געווען א מחיה צו הערען. שפעטער [מסתמא צו האבען וואס צו רעדען מיט זיי] האט ער זיי געבעטען זיי זאלען איבער זאגען די דרשות. ער פלעגט אויך בעטען מענטשען [תלמידי חכמים] וואס פלעגען קומען צו זיין שטוב רעדען מיט עם, אז זיי זאלען מיט ברענגען זייער טעכטער כדי אז זיין [הגרי"ז] טעכטער זאלען האבען מיט וועמען צו פארברענגען. איך וויל מיט די נקודות ווייזען א הפרש מקצה אל הקצה פון א הנהגה פון "ימי הסגר". אויב טאקע איז ער געווען א ביסל נערוועז וכו' איז דאס געווען אויף גאר א נארמאל אופן. דעפרעסיע און סיי וואספארא פארם פון מרה שחורה דורך דעם מענטש'נס כלליות'דיגן התנהגות [אגב, דער קאצקער בימי הסתגרותו האט אויך אריינגעלאזט [אריין געלאזט!!? דאס איז נארמאל?] אייביג זיין זון ר' דוד, און זיין איידעם דער אבני נזר]. און מה נעשה, דער בריסקער צוגאנג צום רבים איז געווען קפדנות'דיג, רגזנות'דיג, און שווארץ. דאס איז א גוזמא גדולה! אויב איינער קען זיין אייניקל [ראש ישיבת בריסק] קען ער זיך פארשטעלען ווי אזוי זיין זיידע'ס פרעזענליכקייט [נישט גדלות] איז געווען. זייער נארמאל נאר א ביסל אנגעצויגען.

ה. און צום לעצט: לדעתי האט [tag]אחד העם[/tag] גערעדט מער פונעם באקאנטן פאקט אז ער האט געדארפט פארשליסן דעם טיר פינף מאל. דהיינו, די פחד מיט וואס ער האט געלעבט [א שטייגער פון פארשליסן די טיר ביי א הפגנה, ווייל די ציונים זענען עלול אויף שפיכות דמים], איז געווען א תוצאה פון א צובראכענע מענטש. נישט דער אפיציעלער שטארקער 'סולובייצ'יק' כאראקטער. איך האב אויך געהערט די שמועה וועגען שפארען די טיר, אבער מען דארף נעמען אין באטראכט אז א סאך מאל ווען עס האנדעלט זיך א גרויסע מענטש נעמט מען עם צו ערענסט, און מען כאפט נישט אז אפשר "דברו חכמים בלשון גוזמא". א גוטע משל אויף דעם איז רבי חיים קניבסקי שליט"א. דער וואס קען עם ווייסט אז ער איז גאר א געשמאקע מענטש וואס קען מאכען זאפטיגע וויצן. א סאך פון זיין funny תשובות זענען פשוט א humorous וועג ווי צו ענטפערען א נארישע שאלה. אבער אויף מען רעדט זיך איין אז כל היוצא מפיו איז תורת משה מסיני קוקט עס אן נאריש. לאמיר זאגען אז דער בריסקער רב איז געווען א ביסל נערוועז און זיך נישט געפילט באקוועם בשעת הפגנות - גאנץ א נארמאלע זאך - און האט צוגעשפארט די טיר זאגענדיג "זיי זענען דאך חשוד אויף רציחה" - ער האט געוואוסט אז זיין טאטע האט דאס געמיינט אין אן אופן פון יגאל אמיר אדער די שיסיריי צווישען זיי בשעת די ערשטער יארען, אבער ער האט דאס דערמאנט בשעת פארשפארען די טיר. די גאנצע ספר "הרב מבריסק" לייד פון דעם אז דער שרייבער מיינט אז יעדער מאל דער בריסקער רב האט זיך געריקט זיין פוס איז דאס געווען א רמב"ם. לא מיניה ולא מקצתיה, כלשון נכדו "ער איז געווען א נארמאלע מענטש מיט נאך א שמיץ אריבער!". דער בעסטע ראיה אויף דעם איז א בילד אינעם בוך וואו דער רב קומט צוריק פון שווייץ מיט א פעקל עפעלאך אין האנט. שטייט אין דעם בוך אונטער די בילד "בחזרתו משוויצריה בשנת המשיטה" - פארוואס? ווייל דער נארישע כותב מיינט אז נאר אין שמיטה וואלט דער בריסקער רב געברענגט עפעלאך! למעשה איז דער בריסקער רב קיינמאל נישט געווען אין שווייץ בשנת השמיטה. נאר וואס דען? אין ארץ ישראל אין יענע יארען איז נישט געווען קיין עפלאך [קודם שכבשו את הגולן והחרמון], איז עפלאך געווען גאר א געשמאקע זאך. דער רב האט ווי אלע זיידעס [בפרט ווען עס אז נישט דא קיין באבע] צוריק געברענגט זיסע עפלאך פאר זיין אייניקלאך - שמעתי מבעלי המעשה- די מעשה וואס דער וועלט ליינט פארבט א בילד פון א מענטש וואס קען נאר אויסדרייען זיין קאפ ווייל אזוי שטייט אין רמב"ם. די אמת'ע מעשה ווייזט א גאר נארמאלע זיידע וואס ערזעצט נאך אויך די ארט פון א באבע. נאך א מעשה בענין שווייץ ששמעתי מנכד הגר"מ סולוביציק משווייץ, אז ווען דער בריסקער רב איז געקומען דארט באזוכען זיין פלומעניק רבי משה, האט ער מיט געברעגט א קליינע תהילים'ל פאר איינער פון רבי משה'ס קינדער [מסתמא האט ער געברענגט עפעס פאר אלע קינדער - איך האב דאס געהערט פון יענעם'ס איידעם]. נאך א מאל גאר א נארמאלע גאסט - ער ברענגט עפעס מיט פאר א קינד. די סארט מעשיות דערציילט מען ליידער נישט און פון דעם שפראצט ארויס אזא משוגעת אז מען עם צושטעלען צו די הנהגה פון "ימי הסגר".

באמת איז שייך אפצופרעגן כמעט יעדעס ווארט וואס דו האסט געשריבן, נאר אז כ'זע אז דו האסט אן אגענדע אפצומאלן דעם בריסקער רב אין א געוויסע ליכט, דאן איז א שאד די שפייעכץ פון מויל און די וויזואלע טינט.
אזויפיל יא, די מעשה'לע מיט שווייץ איז א שיינע מעשה.

איין נקודה. קיינער איז נישט מדמה די מאס אנגעזעצטקייט פון בריסקער רב צום מאס אנגעזעצטקייט פונעם קאצקער. מ'איז נאר מדמה די מושג אז גדולי ישראל קענען אריינפאלן אין אן אומבא'טעמ'טע מצב.
דאס זעלביגע האב איך געזאגט בנוגע דעם דמיון פון השל'ן און ליברמן. פארשטיי אז די נקודה איז די 'נקודה', און פארגלייג דיך נישט אויף פרטים.

וליתר דבריך אמרתי מקודם שלמותר להגיב ולהפריך. וזה תלוי בדעות מוקדמות של בנ"א על משנהו, ועל אותו הענין.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

נישט שיין,
אויף דער בריסקער רב ביטע עפענען א באזונדערע אשכול, דער אשכול איז אך ורק אויף רבי מנחם מענדל מקאצק.
מנהל ביטע טוה עפעס דערצו, העלף מיר ארויס דא דער אשכול זאל נישט האלטן און איין ווערן פארקראכען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דולה ומשקה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.


יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.

יותר מסתבר איז צו גלייבן אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געשען...

און אז ער גייט זיך טרעפן מיט'ן חזון אי"ש האט איינער יא געוואלט גלייבן...? נאר בן גוריון האט אין יענע יארן (בראשית התייסדות המדינה) געוואלט רעגירן מיט די הסכמה פון די רעליגיעזע אידן. און ער האט געוואלט אז ס'זאלל הערשן אחדות. די גאנצע רעיון פון "סטאטוס קווא" (כידוע ליודעים, ואכמ"ל) איז געקומען פון איהם.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

דולה ומשקה האט געשריבן:נישט שיין,
אויף דער בריסקער רב ביטע עפענען א באזונדערע אשכול, דער אשכול איז אך ורק אויף רבי מנחם מענדל מקאצק.
מנהל ביטע טוה עפעס דערצו, העלף מיר ארויס דא דער אשכול זאל נישט האלטן אין ווערן פארקראכען.

ער איז גערעכט וכבר קיימתי כעין בקשתו - עיין בהעמק דבר.
מתוך דרך ארץ פאר׳ן דולה ומשקה וועל איך אויך נישט ענטפערען דער אדנירם ועוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אדנירם:רעדנדיג פון ר' וועלוול בריסקער ז"ל איז כדאי און אינטרעסאנט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז בן גוריון האט זייער שטארק פארארבעט זיך צו טרעפן מיט ר' וועלוול. נאר ער האט בשום אין אופן זיך נישט געוואלט טרעפן מיט איהם. איך האב ערגעץ געליינט אז ב.ג. אליינס איז אראפגעקומען צו איהם און געשטאנען אין פראנט פון זיין הויז. אבער ער האט איהם נישט געוואלט אויפמאכן די טיר. ביז ער איז מיד געווארן און אוועקגעגאנגען.


יותר מסתבר איז צו גלייבען אזא מעשה מיט מנחם בגין, ער איז דאך געווען א בן עירו, און אויך נישט אזא גרויסע צולייגער אין יענע יארען אזוי ווי ב"ג.

יותר מסתבר איז צו גלייבן אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געשען...

און אז ער גייט זיך טרעפן מיט'ן חזון אי"ש האט איינער יא געוואלט גלייבן...? נאר בן גוריון האט אין יענע יארן (בראשית התייסדות המדינה) געוואלט רעגירן מיט די הסכמה פון די רעליגיעזע אידן. און ער האט געוואלט אז ס'זאלל הערשן אחדות. די גאנצע רעיון פון "סטאטוס קווא" (כידוע ליודעים, ואכמ"ל) איז געקומען פון איהם.

נישט ממש אזוי רבי בערל.
בן גוריון האט געהאט א געוויסע אבסעסיע מיטן חזון איש.
ער האט געלערנט זיינע כתבים.
זיי האבן אים אינספערירט.
אין זיין פריוואטער יומן, איז דער חזון איש דערמאנט אפאר מאל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די דערמאנונגען אינעם יומן זענען פון שפעטער, און לויט ווי איך געדענק רעדט זיך בן גוריון אפ דארטן אז ווען ער האט איהם געטראפן האט ער געמיינט אז ער איז א מצומצם וואס קען בלויז לערנען און ס'גייט איהם נישט אהן וואס טוט זיך, אבער פון זיינע בריוון זעהט ער אצינד אנדערש און ער וואונדערט זיך אויב אזוי פארוואס האט די חזו''א איהם נישט געענטפערט צום זאך אויף די פראבלעם וואס ער האט איהם פארגעלייגט.
די סיבה פארוואס ער האט זיך געוואלט טרעפן מיט די גדולים איז געווען פשוט ווייל ער האט געזעהן אז די חרדישע וועלט פארלאזט זיך בלויז אויף זייער מיינונג האט ער געוואלט האנדלען מיט די גדולים דירעקט און נישט נאר מיט די נציגים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:די דערמאנונגען אינעם יומן זענען פון שפעטער, און לויט ווי איך געדענק רעדט זיך בן גוריון אפ דארטן אז ווען ער האט איהם געטראפן האט ער געמיינט אז ער איז א מצומצם וואס קען בלויז לערנען און ס'גייט איהם נישט אהן וואס טוט זיך, אבער פון זיינע בריוון זעהט ער אצינד אנדערש און ער וואונדערט זיך אויב אזוי פארוואס האט די חזו''א איהם נישט געענטפערט צום זאך אויף די פראבלעם וואס ער האט איהם פארגעלייגט.
די סיבה פארוואס ער האט זיך געוואלט טרעפן מיט די גדולים איז געווען פשוט ווייל ער האט געזעהן אז די חרדישע וועלט פארלאזט זיך בלויז אויף זייער מיינונג האט ער געוואלט האנדלען מיט די גדולים דירעקט און נישט נאר מיט די נציגים.

ריכטיג: דאס איז מחזק מיינע ווערטער. אז בן גוריון האט געוואלט רעגירן מיט א קאנסענסוס. נישט אריינגייענדיג אין זיין (ב.ג.'ס) עצם מהות. ער איז געווען אן אידעאליסט. און אויך א שטארקער פיהרער. אלטלנה יוכיח. ווען ער האט דערשמעקט אז מנחם בגין רודערט ארום און איז נישט מקבל מרות פון איהם, האט ער געשיקט יצחק רבין ער זאלל שיסן דעם ..."תותח הקדוש"...אויף די שיף. וויסנדיג אז מנחם בגין געפונט זיך דארט. מ.ב. האט טאקע נאכדעם געוויינט ווי א ביבער. אבער ער האט זיך אונטערגעגעבן...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:דער בריסקער רב האט פארלוירען זיין פאסטענט, און איז געגאנגען פון זיין א רב פון א גרויסע שטאט צו זיין א פריוואטע איד. ער האט פארלוירען זיין ווייב מיט א פאר קינדער. זיין גאנצע וועלט [אירופה] איז חרוב געווארען. טראץ דעם האט ער חתונה געמאכט זיין קינדער [חוץ חיים], געבויט א ישיבה פאר זיין זוהן הגרי"ד, געשריבען ספרים, געפירט פוליטיק, און משפיע געווען אויף בני דורו. מענטשען וואס געדענקען ווי געשמאק ער האט דערציילט מעשיות שמייכעלען נאך אלץ יעצט פון דעם. ער האט זיך ליבלאך אפגעגעבען מיט זיין אייניקלאך [ער האט אפילו איינגעקויפט קליידער פאר די קליינע אייניקלאך און זיין שנור האט מעידה געווען אז "ער האט געהאט א גוטע אויג"]. בקיצור, ער איז געווען א הודרעדט פרוצנט פונקצינאל (functional) בכל חלקי החיים. אויב ער איז געווען א ביסל מער נערוועז אין ארץ ישראל ווי פאר דער קריג [לפי ידיעתי זה לא נכון, ואולי ההיפוך נכון שהיה יותר רגוע כדרך זקני תלמידי חכמים שכל זמן שמזקינים דעתם מיושבת עליהם] וואלט אויך געווען שפיץ נארמאל. וועלכע מלחמה געליטענע איד וואס איז געבליבען אן אלמן מיט א שטוב מיט קינדער איז נישט געווען א ביסל מער נערוועז און ביטער,

אפאר נקודות להעיר או להאיר:
ב. ר' וועלוועלע איז בכלל נישט געווען אין די ליגע פון די 'גרעסטע' גדולי ישראל בעפארן קריג. כאטש ער איז געווען א גדול. די גרעסטע זענען געווען ריכטיגע אריות שבחבורה, דער חפץ חיים, ר' חיים עוזר, ר' ברוך בער, ר' שמעון שקאפ, ר' אלחנן, ועוד. נאר נאכן קריג איז זרחה שמשו צוזאמען מיטן חזו"א. צוליב די אויבנדערמאנטע צוויי נקודות, זעט מען אז דער קריג האט נישט צופיל אויסגעמאכט אין זיין רבנ'ישן געשטעל, און אפשר גאר בעסער געמאכט.

און יעצט זע איך דא צוגעברענגט אין אות ע"ב [געשריבן דורך א תלמיד הגרי"ז], אז דער גרי"ז זעלבסט האט זיך משתמט געווען פון הנהגת הכלל והפרט בחיי החזו"א, און נאר נאכדעם האט ער מסכים געווען צו נעמען אויף זיך די הנהגה.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: רבי וועלוועלע מבריסק - ומהותו

שליחה דורך טאמבל סאס »

chaims האט געשריבן:דער רבי ר אברהם יהושע העשיל האט א שיין בוך און יודיש איבער קוצק און וואס עס איז פארגעגאנגען דארט זייער בעלערענד עס הייסט און געראנגעל פארן אמת

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

כהאב עס יעצט געזעהן אויך איבערגעטייטשט אין עברית: במאבק למען חיי האמת. כ'ווינדער מיך צו ער האט נישט געשניטן ווייל די אידישע האב איך איך געזעהן איז צוויי בענדער און אנדערש ווי כוואלט מיך פארגעשטעלט פון א אידיש ספר איז עס געשריבן קורץ און שארף ווי א קאצקער.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:http://youtu.be/e0KG7cojfF0 מען זאל קוקען פון נאך 4:00
http://youtu.be/8K2x5YXw9GI



Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האב איך פארפאסט פון [tag]דולה ומשקה[/tag]? דער אשכול איז געווידמעט אויף דער קאצקער צו דער בריסקער רב? וויאזוי האט [tag]אדנירם[/tag] זיך אזוי פארגרייזט אין די נעמען פון גדולי ליטא פאר'ן קריג? מ'ברענגט ר' ברוך בר און נישט דער דבר אברהם?!


בקיצור דער אשכול ברענגט ארויף א ריזיגע פראגע סימבאל.

אבער באופן כללי האט [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] פיין געשריבען, ואין אחרי דבריו כלום. לויט ווי איך האב געזען, האט דער בריסקער רב אין ליטא נאר געזאגט א מיינונג ווען ר'חיים עוזר האט עס געפאדערט. ווען ער האט יא געזאגט, איז עס געווען פארהייליגט ביי די אנדערע גדולי דורו. אין א"י האט ער געהאט אן אנדערע השפעה. זיין נאטור איז אנדעריש געווען ווי דער חזו"א'ס און ער האט געטויגט צו אנדערע זאכען. פאליטיק און דאס גלייכען האט ער בעסער פארשטאנען ווי דער חזו"א און ממילא האט מען איהם מער אנגעפרעגט אין טאקטיקען. צו חינוך און פריוואטע מענטשענ'ס נאטור וכדו' האט דער חזו"א פיהל מער געטויגט, און דעריבער איז ער געווען דער אטאריטעט. דעמאלס איז נישט געווען ווי היינט אז א מענטש מיט איין מעלה ווערט שוין פאררשכבה"ג'ט אין אלע תחומין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ערגעץ האביך געליינט אז ס'איז געווען אמאל ווען די אגודה האט עפעס געטון אדער געזאגט לטובת הציונים (קודם הקמת המדינה), און מ'האט עס פארציילט פאר ר' וועלוול. און ער האט נישט מוחה געווען. האט ער געזאגט אז דער טעם פארוואס ער איז איצט נישט מוחה, ווייל דורך דעם וועט ער האבן א גרעסערע השפעה דעם קומענדיגן מאל...!
ביי ר' יואל'יש מ'סאטמאר איז נישט געווען אזא זאך. ער האט נישט געמאכט אזעלכע חשבונות. ווען ער האט געהאט עפעס צו זאגן האט ער עס געזאגט. אן קיין חשבונות...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער בריסקער רב האט מעגליך אזוי געזאגט פאר איינעם, אבער ס'איז מסתמא געווען אין א רוח פון לשיטתיה. ער האט דאך אלס נישט אזוי זיך געפיהרט. ביי זיין קעמפף אויף די קהלה אין בריסק, האט ער דאך געזאגט א גאנצע שטיקעל תורה אויף דעם, אויף די גמרא אין עירובין וועגען משיח'ס קומען אום שבת.

דער פערזענליכע געפיהלען און לעבען פון דער בריסקער רב דארף טאקע אויסגעשמועסט ווערען, געבויט אויף קלארע פאקטען. אבער אסאך ווילען איהם מאכען אזוי ווי איינער פון זיין קינדער, דער ווי דער גרי"ד דער ווי הגרמ"ד (להבחל"ח) און נאך איינער ווי ליפשא. דערווייל איז עס גאר א שטארקע מהיכי תיתי. אוודאי געוויסע נטיות האט ער מסתמא געהאט, זיי זענען פארט דיין קינדער, אבער מ'דארף איינטיילען צווישען דער רשכבה"ג וואס ער איז געווען און דער 'גאנץ פיין' וואס זיי זענען געווען\נאך היינט.


למען האמת דארף איך צולייגען אז רבקה האט אויך נישט חתונה געהאט ביז נאכ'ן פטירה, אבער דער בריסקער רב האט אליינס געטוהן אין די שידוך, נאר נישט אויסגעפיהרט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט