[tag]געפילטע פיש[/tag] עס איז אפשר פשוט׳ער אזוי צו שרייבן ווען מ׳שרייבט עס אראפ, אבער ווען מ׳סימבאליזירט עס, מיין איך איז מער סימפל צו שרייבן איקס סקווערד מיינוס איקס, אזוי:
[center]
![בילד](http://latex.codecogs.com/gif.download?x%5E2%20-%20x%20%3D%20x%28x-1%29)
[/center]
אין יעדנס פאל, על טעם וריח אין להתווכח, ווען עס קומט צו סימפלעפייען א מאטעמאטישע עקספרעשן, איז נישטא קיין כלל, יעדער קען טאן ווי אזוי ער וויל.
---------------------------------------------------
לעצם הענין, עס גריצלט מיר אין די אויגן ווי אזוי די פראבלעם איז אראפגעשריבן, 72=9 ??? עס איז נישט ריכטיג, 9 איז קיינמאל נישט געווען 72, און עס וועט קיינמאל נישט זיין!
די ריכטיגע וועג צו אראפשרייבן אזא סארט פראבלעם, איז
![בילד](http://latex.codecogs.com/gif.download?f%289%29%20%3D%2072)
, און אזוי ווייטער. דאס מיינט, מיר האבן א געוויסע פונקציע וואס אויב מ׳לייגט אריין 9 דערין וועלן מיר באקומען 72, יעצט איז דיין אויסגאבע צו טרעפן די פונקציע. (די אמת׳ע תשובה איז אז עס איז פארהאן אסאך סארטן ענטפערס).
אריינטראכטנדיג, וואס איז די סיבה פארוואס מענטשן טוהן אפט שרייבן אזוי, האב איך שוין עטליכע מאל געשריבן דא אין שטיבל, און קען זיין עס פארדינט א באזונדערע אשכול. רוב מענטשן וואס האבן נישט גענוצט קיין מאטעמאטישע סטעיטמענטס מער ווי אריטמאטיק, לייענען נישט ריכטיג קיין מאטעמאטישע עקוועיזשנס.
לאמיר נעמען א דוגמא 2=1+1.
מאנכע וועלן עס ליינען אזוי, (פון לינקס צו רעכטס), כ׳פאנג אהן מיט די נומער
1, יעצט די
+ סימבאל מיינט "לייג צו", און דערנאך די
1 איז די נומער וואס מ׳לייגט צו, די רעזולטאט איז
2.
אויב מיר לייענען עס אזוי, איז די
= סימבאל, עפעס וואס קומט צו סימבאליזירן א רעזולטאט פון א אריטמאטישע אפעראציע.
די ריכטיגע וועג צו לייענען איז אזוי, די
= סימבאל קומט זאגן, אז ביידע מאטעמאטישע עקספרעשנס פון ביידע זייטן, האבן די זעלבע ווערד.
די סיבה פארוואס 1+1 האט די זעלבע ווערד ווי 2 איז צוליב דעם וואס אויב לייגן מיר צו 1 צו 1 באקומען מיר 2, אבער עס וואלט געווען דאס זעלבע ריכטיג צו שרייבן 1=1 אדער 1+1=2 (נישט קיין חילוק וועלכע עקספרעשן שטייט אויף די רעכטע אדער די לינקע זייט, כאטש מ'לייענט אייביג פון לינקס צו רעכטס).