דער ענין עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט אין מח, און כ'וויל עס אביסל אויסשמועסן.
כ'פארשטיי אז מיר זענען נישט אין הימל און אונזערע פליישיגע אויגן האבן אן אנדערן בליק אויף מענטשן ווי אין הימל; פארט איז קלאר אז די זאכן דארפן ערגעץ מבואר ווערן מפי ספרים וסופרים.
עס האט זיך אנטוויקעלט א לאנגע שמועס אין מערערע אשכולות איבער די מדות פון רבי'ס, צב"ש בעל ישועות משה פון וויזניץ, אדער אנדערע רבנים וואס האבן געלעבט אדער להבחל"ח לעבן נאך היינט מיט אונז לאורך ימים, און דאס איז נוגע סיי פאר זיי און סיי פאר אנדערע אידן וואס זענען אריינגעמישט אין פארשידענע מחלוקת'ער און פאליטיק, אדער אפילו סתם טאג-טעגליכע קאנפליקטן וואס מאכן זיך כסדר.
עס איז אנגענומען צו זאגן אז יענער און יענער איז א "בעל מדות טובות", ער וועט נישט טשעפען אנדערע אידן, ניטעמאל א פליג אויפן וואנט, ער האט א אפענע הארץ פאר יענעמ'ס ווייטאגן, מאנכע רבי'ס וועלן אפילו אראפלאזן אפאר הייסע טרערן נישט קענענדיג פארנעמען צו הערן וואס אידן מאכן מיט בעת צרתם, בעת אנדערע רבנים האבן בכלל נישט קיין גוטע מדות, זיי זענען סתם שלעכטע, הארטנעקיגע, פארשטייען שווער א צווייטן, זיי זענען עקשנים אויף זייער חוות דעת, א.א.וו... און ע"פ רוב וועט זיך דער עולם אננעמען און האבן מער מיטגעפיל פאר דעם צד וואס האט א מנהיג מיט בעסערע מדות, אדער דעם צד הנרדף וואס ענטפערט נישט ווילדערהייט זיין קאמפעטישאן, און חסידים וועלן פארציילן מיט התפעלות די הייליגע מדות פון זייער רבי'ן, און חוזק מאכן פון זייער קעגנער מיט יענעמ'ס מדות רעות (און יענעמ'ס חסידים וועלן טענה'ן אויף די שווערע מדות אז דאס איז פשוט א "שטארקע כח הנהגה"....)
איז מיין שאלה ווי פאלגענד. אפרישיעטן מדות (עכ"פ אין הימל) קומט בפשטות דורך עבודת המדות. און לאמיך עס מסביר זיין. עס זענען פאראן מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט א רך הלבב, א הארץ ווייך ווי פוטער, און וועט דעריבער גיין אין פייער פאר א צווייטן אידן בעת צרתו, און כסדר עסקנ'ען פאר אידן'ס וועגן כדי זיי צו פארגרינגערן, ער וועט עפענען גמ"ח'ן, ארגאניזאציעס, גיין נאך געלט, מוטשען עשירים, אלעס ווייל זיין הארץ גייט אויס פאר א צווייטן איד, ממש אהבת ישראל בתפארתו. אבער באמת האט ער נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער זוכה צו זיין צו די מדה פון אהבת ישראל, ער שלאגט נישט קיין צווייטן אידן פשוט ווייל ער פארמאגט א ווייך הארץ און קען נישט צוקוקן ווי יענער ליידט צער, ניטעמאל פאר א גוי א שונא קען ער אזוינס צוקוקן, אויך נישט פאר קיין בהמה חי' ועוף, ער וועט קיינמאל נישט אויסוועלן צו זיין א שוחט, ער קען נישט צוקוקן ערב יוהכ"פ ווי מען שעכט די כפרות צום טויט, ער ווערט שוואך פון זעהן בלוט, ביי א ברית מילה וועט ער אנטלויפן דעם אנדערן זייט ביהמ"ד כדי ניטאמאל צו דארפן אריינטראכטן ווי אזוי דער מוהל בוטשערט אריין אין דעם רך הנימול, ער וועט אפילו פאר גוט באצאלט בשום אופן נישט אננעמען קיין דזשאב פון זיין א תליין, אדער אריינשמייסן אין א צווייטן; ער וועט קיינמאל נישט וועלן זיין א פראקוראר און אריינזעצן מענטשן אין תפיסה, ניטאמאל א פאליציאנט צו טיילן טיקעטס און גורם זיין יענעם א שאדן.... דאס אלעס איז ביי אים נאטורליך.
מצד שני איז פאראן די פארקערטע נאטור, מענטשן וואס זענען יא בטבע געבוירן הארטנעקיג, זיי זוכן משפט וצדק און וועלן טון אלעס וואס מעגליך צו אינפארסירן גערעכטיגקייט, צי איז עס ע"פ תורה (ווי האט ר' יאנקעלע מפשעווארסק געזאגט, די הלכה זאגט טאקע אויף א שמועסער ביים דאווענען 'וגוערין בו', אבער דער באשעפער האט זיך שוין זיינע רשעימ'לעך וואס שרייען...), די סארט מענטשן וועלן אלץ זיין די ראשי קהלה וואס וועלן אויפפאדערן שטרענגע תקנות הקהלה און אונטערדרוקן די פשוט'ע בעלי בתים (לאפוקי אונזער ראשעקאל...), זיי וועלן אינפארסירן געזעץ, זיי וועלן זוכן כל מיני מיטלען צו קענען אנקלאגן און באשטראפן פארברעכער, וועלן זיין פרא טויט-שטראף, וועלן פארלאנגען שטרענגערע שטראפן און זיך פאסמאקעווען ווען אן אנגעקלאגטער ווערט פאר'משפט צו א לעבנסלענגליכע תפיסה טערמין, זיי וועלן אפעלירן צו ווערן פאליציאנטן, דעטעקטיוון, פראסעקיוטערס, שופטים, בילדינג אינספעקטאר'ס וואס דערקוויקט זיך מיט יעדן ווייאלעישאן וואס ער קען טיילן, ארבעטן פאר די איי.אר.עס. איניוועסטיגעישאן דעפארטמענט, ואטו כי רוכלא....
יעצט, איינער וואס ווערט א רבי, אויב איז ער פון די צווייטע סארט נאטור, און ער האלט זיך איין נישט צופיל צו טעראריזירן דעם ציבור, איז לכאורה חשוב'ער אין הימל ווי דער ערשטער סארט וואס האט קיינמאל נישט געארבעט אויף זיינע מדות. אויב איינער ארבעט אויף דעם "אל יטיל אדם אימה יתירה בתוך ביתו" און איז מצליח לכה"פ למחצה לשליש ולרביע, איז דאס זיכער חשוב'ער ווי דער וואס לייגט נישט קיין אימה מצד טבעו ווייל ער איז בעצם א ווייכער מענטש, א רודף אחר השלום. אלזא אויב אזוי, פארוואס קוקן מיר מער ארויף און מיר האבן א נגיעה צו די וועלכע זענען גוט מטבעם, און מיר טוען נישט רעספעקטירן דעם עבודה הקשה שבמקדש וואס הייסט "עבודת המדות"?
עס איז פונקט ווי מיר טוען רעספעקטירן דעם עושר ווייל ער האט געגעבן א ריזיגן סכום פארן מוסד אדער אן אנדער צוועק, אבער סך הכל איז עס פיל א קלענערע פראצענט פון זיין פארמעגן און פיל גרינגער אוועקצוגעבן ווי דער פשוט'ער איד וואס גיט אראפ א ריזיגע פראצענט ווען ער שיידט אפ מעשר. מיר, מיט אונזערע פליישיגע אויגן, קוקן און דזשאדזשן יענעם בלויז דורך די תוצאות פון יענעמ'ס מעשים, מען קוקט וואס באקומען מיר, וואס פארדינען מיר, מען קוקט אויפן אונטערשטן שורה פון די מעשה חסד, מען רעכנט זיך נישט מיט די עפפארט וואס יענער האט אריינגעלייגט, וואס איז לכאורה זייער נישט ריכטיג!!
די סיבה איז לכאורה ווייל מיר זענען סובקאנטשעסלי אביסל סעלפיש, מיר קוקן אויף אונזער טובת הנאה, עס איז שווער צו טראכטן וואס יענער איז לכתחילה געווען און וועלכע מדות ער האט זיך אויסגעארבעט. און פארקערט אויכעט, אויב האט איינער (בפרט א רבי) געטון עפעס א עוולה, וועט מען אים אסאך מאל ניטעמאל פרובירן דן זיין לכף זכות, נאר מען וועט רעדן פון זיינע "פארדארבענע מדות", כאטש ער איז געבוירן דערמיט און ער ארבעט דערויף און האט אלע רעכטן אמאל צו אדורכפאלן! (א רבי איז דאך אויך נאר א מענטש..) אבער אין אלגעמיין נעמט מען דאס נישט אין באטראכט.
לדעתי דארפן מיר טוישן פרעספעקטיוו. נישט אזוי נתפעל ווערן פון א רך הלבב, און נישט אזוי אראפקוקן א הארטן כאראקטער. דאס גייט אריין אין כלל פון 'אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו'.
איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן דערויף.
גוטע מדות - א רעזולטאט פון עבודת המדות?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לאו דוקא דאס זעלביגע. כמעט קיינער ווערט נישט געבוירן נאטורליך מיט א תאוה פאר התמדת התורה אדער עבודת התפלה. אודאי איז עס פאר איינעם גרינגער ווי דעם צווייטן, איינער איז מער תמימות'דיגע אדער ערליכער ווי א צווייטן, אבער אויפן עצם קאנצעפט פאדערט עבודה, משא"כ מדות ווערט מען צומאל געבוירן מיט פארטיגע מדות טובות אויף א גאלדענעם טאץ אן קיין טראפ עבודה.
דאס מיינט נישט אז דער מענטש דארף נישט ארבעטן אויף זיך, אמאל איז עס אנדערע מדות וואס ער דארף ארבעטן פאר זיין תיקון און מענטשן באמערקן עס נישט, ווי קנאה תאוה, סבלנות, און נאך פילע. אבער צווישן חברים/חסידים הייסט ער א גוט הארץ און א צוגעלאזענער.
דאס מיינט נישט אז דער מענטש דארף נישט ארבעטן אויף זיך, אמאל איז עס אנדערע מדות וואס ער דארף ארבעטן פאר זיין תיקון און מענטשן באמערקן עס נישט, ווי קנאה תאוה, סבלנות, און נאך פילע. אבער צווישן חברים/חסידים הייסט ער א גוט הארץ און א צוגעלאזענער.
וירח ה' את ריח הניחוח
בעצם ביסטו גערעכט. ס'איז זיכער אז ארבעטן איז חשוב'ער, א בחינה פון במקום שבע"ת עומדים וכו'. אבער ס'איז דא צויי זאכן, איינס, די מענטש וואס דארף ארבעטן אויף די מידות, און צוויי, ווי אזוי ער לאזט זיך אויס צום עולם. דאס הייסט אז אפילו מ'דארף טאקע עפרישיעטען זיין עבודת המידות איז אבער ווען ער אפעלירט שלעכט צום עולם איז דארף מען יא רעאגירן שטייף דערויף. ווייל קייינער איז נישט שולדיג אז ער איז פון די וואס האלטן נאך אינמיטן זיין עבודת המידות. אבער אפשר דארף מען טרעפן עפעס א וועג פון רעדן אביסל איידעלער וועגן די מנהיגים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: גוטע מדות - א רעזולטאט פון עבודת המדות?
איך בין מסכים אז זייער אסאך פינעם מענטשס אויפפירינג האט מיט זיין טבע אבער איך מיין ווי שטארק א מענטש האט בטבע גוטסקייט איז דאס נאר ווי לאנג עס איז איהם נישט צו שטארק נוגע
איינמאל על איז איהם נוגע העלפט שוין נישט אזוי שטארק די טבע און דא הייבט זיך עבודה
אוודאי פאר א גוטער איז גרינגער צו ארבעטען אבער ביי יעדעם פארלאנגט זיך עבודה
כנלפע"ד
I can't believe I just said that...
איינמאל על איז איהם נוגע העלפט שוין נישט אזוי שטארק די טבע און דא הייבט זיך עבודה
אוודאי פאר א גוטער איז גרינגער צו ארבעטען אבער ביי יעדעם פארלאנגט זיך עבודה
כנלפע"ד
I can't believe I just said that...
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
בעלזא רב זי"ע פלעגט זאגן אז ער מעג שטאלצירן מיט זיין אהבת ישראל, ווייל דער טאטע פלעגט זאגן אז א זאך וואס מען האט א מתנה פון הימל און מען האט נישט געארבעט אויף דעם מעג מען שטאלצירן, לכאורה כדברי שמעקעדיג,
אונזער בליק דארף זיין אויף איינער וואס מען זעהט אז עס איז נישט נאטורליך ביי איהם, ד.מ. אז נישט אייביג איז ער הארט אדער ווייעך נאר אין די זעלבע צייט קען ער זיין הארט ווען ער זעהט אז אזוי דארף ער טוהן, און אין די זעלבע צייט זיין ווייעך ווען ער טראכט אז מען דארף צו דעם אזוי טוהן, דאס איז לכאורה א גוטע סימן פון ריכטיגע עבודת המידות.
אונזער בליק דארף זיין אויף איינער וואס מען זעהט אז עס איז נישט נאטורליך ביי איהם, ד.מ. אז נישט אייביג איז ער הארט אדער ווייעך נאר אין די זעלבע צייט קען ער זיין הארט ווען ער זעהט אז אזוי דארף ער טוהן, און אין די זעלבע צייט זיין ווייעך ווען ער טראכט אז מען דארף צו דעם אזוי טוהן, דאס איז לכאורה א גוטע סימן פון ריכטיגע עבודת המידות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
שמעקעדיג.
דיין שאלה איז, וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט אין גאט'ס אויגן?
גאט האט נישט קיין אויגן...
נאר וואס דען איז דיין באגער, מיר זאלן זיך אריינלייגען אין גאט'ס שיך, (שיך האט ער יא?!) און באטראכטען יעדעם באמת וויאזוי עס קומט אים.
גוט מארגן און וועלקאם צו דעם עולם השקר.
ברוך הבא לסוגית דזשאוזעמענטל.
און וואס האסטו זיך אפגעשטעלט דווקא ביי מדות. בנוגע יהדות איז די זעלבע זאך, ווער זאגט אז דער עבודה פינעם היפסטער חסיד, אדער ניאו-חסיד איז ווייניגער ווי די עבודה פינם אמשינאווער אדער רבי מאטל זילבער, אז עס מאכט דיר צופרידן וועל איך צולייגען רבי טודרוס זילבער אויך. כמיין, דאס איז דאך דער אלגעמיינער מענטשליכער פראבלעם. און סאיז נישט נאר נוגע צום ייד, דער גוי מוטשעט זיך די זעלבע אויף דעם, און פראבירט אויך נישט צו זיין דזשאוזעמענטל.
שמעקעדיAm I missing something from you Q?
דיין שאלה איז, וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט אין גאט'ס אויגן?
גאט האט נישט קיין אויגן...
נאר וואס דען איז דיין באגער, מיר זאלן זיך אריינלייגען אין גאט'ס שיך, (שיך האט ער יא?!) און באטראכטען יעדעם באמת וויאזוי עס קומט אים.
גוט מארגן און וועלקאם צו דעם עולם השקר.
ברוך הבא לסוגית דזשאוזעמענטל.
און וואס האסטו זיך אפגעשטעלט דווקא ביי מדות. בנוגע יהדות איז די זעלבע זאך, ווער זאגט אז דער עבודה פינעם היפסטער חסיד, אדער ניאו-חסיד איז ווייניגער ווי די עבודה פינם אמשינאווער אדער רבי מאטל זילבער, אז עס מאכט דיר צופרידן וועל איך צולייגען רבי טודרוס זילבער אויך. כמיין, דאס איז דאך דער אלגעמיינער מענטשליכער פראבלעם. און סאיז נישט נאר נוגע צום ייד, דער גוי מוטשעט זיך די זעלבע אויף דעם, און פראבירט אויך נישט צו זיין דזשאוזעמענטל.
שמעקעדיAm I missing something from you Q?