[center]איין און צוואנציגסטע קאפיטל:
הוספות ומילואים איבער חסידי ותלמידי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center][center]
וויבאלד אפאר חברים האבן מיר געבעטן אביסל מער מרחיב צו זיין איבער די אינטרעסאנטע פערזענליכקייטן אין אמשינאוו,
וועל איך אוועקגעבן פאר דעם נאך א קאפיטל:[/center]
[center]מילואים על חסידים הנודעים שהוזכרו בפרק האחרון.[/center]אויף
רבי שמעיה מעריל שליט"א הנ"ל, האב איך געהערט נאך אפאר גוטע מעשיות פון מיין פעטער, וואס ברענגען גוט ארויס זיין עילוי'אישן דמות. למשל, איינמאל בשעת'ן קאכן אין לערנען זיך טענה'נדיג מיט זיין חברותא, האט ער ארויסגענומען א ציגארעטל, און אזוי שפאצירנדיג מיט זיין חברותא איז ער צוגעגאנגען צום סינק, אויפגעמאכט די וואסער, און אריינגעלייגט דעם ציגארעטל נישט כאפנדיג אז ער האט אנגעצינדן 'וואסער' אנשטאטס 'פייער'...
נאך א מעשה'לע האט פאסירט, ווען ער האט מחליט געווען אז 'גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה', און ער איז אריינגעגאנגען צו 'פאוקוס' אויף 13'טע עוועניו, און געבעטן פון ר' דוד זינגער א דזשאב אין געשעפט. ר' דוד האט געזען אן אינטרעסאנטע באשעפעניש וויל ארבעט אן קיין שום עקספיריענס, און האט אים געגעבן א ביליגע דזשאב צו שלעפן באקסעס. נאך אפאר טעג איז אריין עפעס א איד וואס האט געוואוסט ווער דאס איז 'רבי שמעי' מעריל', און זעענדיג ווי ער שוויצט און שלעפט באקסעס האט ער געמיינט אז ר' שמעי' האט עפעס איינגעקויפט, האט ער אים געפרעגט וואס ער האט געקויפט און צו ער דארף הילף. ר' שמעי' האט אים געענטפערט: נו, שששששש... יענער האט נישט פארשטאנען וואס ר' שמעי' וויל, האט אים ר' שמעי' געזאגט אז די רמב"ם לאזט אים נישט רעדן, ווייל ס'ווערט גע'פסק'ענט אז א פועל דארף ארבעטן 'בכל כוחו'... ווען יענער האט געזען וואס דא גייט פאר, איז ער צוגעגאנגען צום בעה"ב און פרעגט אים צו ער ווייסט ווער די נייע ארבעטער איז, האט ר' דוד זינגער אים געזאגט אז ער קען אים נישט, און ער זעט אויס ווי אן אינטרעסאנטע מענטש און האט אים געגעבן א נארישע דזשאב, האט אים יענער מסביר געווען 'דו ווייסט ווער דער איד איז?! א גאון עצום ובקי בכל הש"ס!', און נאר דעמאלס האט אים ר' דוד זינגער אהיימגעשיקט...
רבי שלמה קופיץ זצ"ל איז נישט גענוג אויסגעשמועסט געווארן. באמת איז ר' שלמה געווען א חידה סתומה ביים לעבן, און א היבשע פירוש אויף מסכת אמשינאוו. א פרעמדער וואס איז אריינגעפאלן אין אמשינאוו, האט גלייך געקענט באמערקן די הייליגע דמות פון רבי מאיר מאנדלבוים, אדער רבי חיים דוב קופיץ, וכו', אבער צוגלייך וואלט ער מסתמא געמיינט אז ר' שלמה איז איינער פון די 'אנדערע חלק' וואס אמשינאוו פארמאגט. זיצנדיג אינעם צימער וואו די שמועסער'ס זיצן, פלעגט ער מאכן ווערטלעך און וויצן א גאנצע צייט, און כלומר'שט ארומשמועסן רוב דאווענען. זיין שמייכל, זיין מילתא דבדיחותא, און זיין פרייליך געמיט, פלעגט זיך כמעט נישט אפטון פון זיין געזיכט א גאנצן דאווענען. ער פלעגט קענען 'שרייען' אויף רבי מאיר מאנדלבוים: 'מאיר, דו מיינסט אז דער באשעפער הערט נישט אויב דו שרייסט נישט?! רעד צו אים שיין, האסט אמאל פרובירט מיטן גוטן אז דו מאכסט גלייך אזאנע צעקות?'... ואף רבי מאיר מנענע לו בראשו מיט א שמייכל, ווי צו זאגן: 'ביזט גערעכט רבי שלמה'...
שווער מסביר צו זיין פאר איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט אינעם אמשינאוון קאשע, די היימישקייט צווישן די גרויסע לייט. רבי שלמה איז גארנישט געווען קיין קטלא קניא, נאר אן עובד ה' אויף זיין שטייגער, אויפן פארקערטן דירעקציע פון רבי מאיר מאנדלבוים. אויב רבי מאיר דינט דעם באשעפער מיט א קול חוצב להבות אש, האט רבי שלמה געדינט דעם אייבערשטן מיט א קול דממה דקה. אויסערליך האט ער געלאכט און געשטופט, אבער אינערווייניג איז געווען א קאכעדיגע איד, א ריכטיגער אמשינאווער באהאלטענער צדיק. אזוי אינמיטן לאכן מיט די חברה אין די 'בעק', האט מען פלוצלינג געקענט באמערקן ווי רבי שלמה איז פארגלייזט געווארן אויף זיין ארט, זיינע אויגן זענען געווארן געווענדעט אין א ציללאזע ריכטונג, צומאל האבן זיינע אויגן געקענט ווייעך ווערן, און ער האט אראפגעצויגן די טלית, און ווייטער האט מען שוין נישט געקענט מיטהאלטן. מ'האט געזען בחוש אז דער איד לעבט אין זיין אייגן וועלט, און זיין שמחה איז נאך א גוטע כיסוי אויף זיין אויסטערלישע עבודה.
געקאכט האט ער ביי א פארברענגען, צו א פרייטיג צונאכטס ביי א היימישע באטע. כאטש ער האט כסדר געמאכט ווערטלעך, האט ער נאכגעזאגט די טיפע תורות פון רבי שמעון שלום אמשינאווער, אדער די היינטיגע אמשינאווע רבי'ס תורות, וואס ער האט פארברייטערט מיט זיינע משונה'דיגע ידיעות בתורת החסידות. ער איז געווען אויסגעקאכט מיט רבי צדוק, שם משמואל, תניא, שפת אמת, און בעצם - וואס נישט. דעמאלס האט ער ארויסגעוויזן אביסל פון זיין אינערליכע פייער. אזוי אויך ביי א ווארימע ניגון, ווען ער פלעגט פלוצים באקומען אן ערנסטן פנים. אבער גלייך נאכדעם האט ער פארווישט די שפירן מיט נאך א זאפטיגע ווערטל.
[center]רבי שלמה קופיץ עומד מאחורי הרבי הנוכחי מאמשינאוו בארא פארק:[/center]2.JPG
נאר לאחר פטירתו איז מען געוואויר געווארן אביסל פון זיין באשיידנקייט. וויאזוי ער פלעגט באטראכטן די בריאה מיט זיינע אייגנארטיגע גלעזער, ברוחב בינתו וואס ער האט געהאט אויך אין וועלטליכע 'סייענס', וויאזוי ער פלעגט זיצן און לערנען צען שעה ברציפות, זיך צוגרייטנדיג זיין לומד'ישע שיעור וואס האט געהאט זיין שטעמפל פון מקיף זיין א נושא פון אלע זייטן מיט א טיפקייט און מיט א בהירות, און וויאזוי ער האט זייט אלס בחור נישט געלייגט קיין צוקער אין זיין קאווע, 'ווייל ס'איז גוט אזוי אויך'. מיט זיין צניעות האט ער זיכער מיטגענומען אין קבר פארשידענע סודות פון זיין גרויסקייט, אבער זיין פנים שוחקות וועט פארבלייבן אן אייביגע זכרון אין אמשינאוו.
דערנאך איז דא דער אויבנדערמאנטער
רבי דוד דואיק שליט"א. ער איז דער ריכטיגער אפטייטש פון די אמשינאווע דריי יסודות: שמחה, אהבת ישראל, און פארשלעפטקייט. אבער אז ער וועט אנקומען צו שפעט צו מעריב, שוין נאך 'ברכו', וועט ער נאכדעם מאכן א 'ברכו' מיטן ראש השנה'דיגן נוסח, ווייל 'אז דער עולם וועט אזוי הנאה האבן, דעמאלס פארוואס נישט?!'... האט אים שוין איינער אמאל געזאגט: 'רבי דוד, דו דארפסט זיך נישט זארגן פאר קיין יום המיתה, קענסט זיין זיכער אז דו וועסט דאס פארפאסן'....
אבער דאס איז נאר אין פריוואטן לעבן, משא"כ אין נחלת הכלל, לעבט ער פאר יענעם במלוא מובן המלה. זיין צדקות און מסירות נפש פאר א צווייטן איד - וואס ער קען ניטאמאל - איז אומבאגרייפבאר. נישט אומזיסט האט רבי דוד אבוחצירא פון נהריה זיך אויסגעדריקט אויף אים, ווען ער האט אים געזען צום ערשטן מאל – נאכנישט וויסנדיג ווער דאס איז, אז ער איז פון די צדיקי הדור! (דאס האט אמאל רבי דוד דואיג אליינס דערציילט, לאכנדיג אויף רבי דוד אבוחצירא'ס 'טעות'...). אבער היות זיין הויכפונקט, דער ארגעניזאציע 'מגן אברהם' פאר אנערעקסיע ליידענדע, איז געגרינדעט געווארן בהכוונת אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל שליט"א, און פארשידענע סיפורים פארבינדען אים מיטן ארגעניזאציע, דערפאר וועט מען דאס איבערלאזן ביז מ'וועט אנקומען צום אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, בעז"ה.
[center]הוספות = שמות חסידים ידועים.[/center]נאך אפאר נעמען וואס כ'האמיך דערמאנט, און פארדינען צו דערמאנט ווערן, זענען א שטייגער ווי הגה"ח
רבי ישראל מאזעסאן ז"ל, א יונגערע ברודער פון ר' ישעיה הנ"ל. ר' ישראל איז געווען א ר"מ בישיבת סטאלין פאר יארן לאנג, און פלעגט אראפלייגן א פלאמעדיגע דאווענען וואס פלעגט אויפשאקלען ווער ס'האט עס נאר צוגעזען. ווען ער האט משום סיבה געדארפט זוכן א נייע פרנסה, האט ער געמוזט אנטון די 'בלויע קליידער', און ער – מיטן טיפישן אמשינאווער פשטות – האט נישט געהאט דערמיט קיין שום פראבלעם, אפילו ער איז פארדעם געווען אן אנערקענטער מרביץ תורה. איינער האט אים דעמאלס געזאגט: לאמיר זען יעצט אויב דו וועסט אראפלייגן אזא דאווענען, ס'שטימט דאך פשוט נישט מיט די בלויע קליידער... אבער צו זיין וואונדער, האט ר' ישראל אראפגעלייגט דעם זעלבן קאכעדיגן דאווענען.
פארן אנקומען צו קבלת עול מלכות שמים, פלעגט זיין א באקאנטע מחזה הוד, ווי ער פלעגט זיך אראפשטעלן פאר די ספרים שאנק, און טראכטן און זיך שאקלן אזא צוויי מינוט, מ'האט געזען באשיינפערליך ווי ער 'גרייט' זיך צו מקבל זיין עול מלכות שמים. און אזוי נאכן קאכן פאר צוויי דריי מינוט האט ער 'אויפגעשאסן': "שמע ישראל!!!" מיט קולי קולות, אז יעדער האט געהאט א מוסטער וויאזוי מ'איז מקבל עומ"ש. און דאס איז געווען א טאג-טעגליכע ערשיינונג, צוויי מאל יעדן טאג, יארן נאכאנאנד. בכלל פלעגט ער דאווענען כמונה מעות מיט א געוואלדיגע התלהבות. נאכן דאווענען האט ער געקענט שמועסן און פארברענגען ווי א ריכטיגער אמשינאווער, און זיין דאווענען איז נישט געווען א פאקטאר וואס זאל אים מאכן 'גרויס' אין זיינע אייגענע אויגן.
דערנאך איז דא הרה"ג
רבי וועלוול מרגליות שליט"א, מלמד יארן לאנג אין תורה תמימה [אדער עפעס ענדליכס], א געמישעכץ פון א חסידישע נשמה אין א ליטווישע טיפ איד, אן אראפגעבויגענער הוטל אבער א ווארימע איד. ער איז געווען בעל תוקע פאר א שיינע פאר יאר אין אמשינאוו.
אין נעקסטן קאפיטל: ובא השמש, וזרעו לברכה.