הונט קולטור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

הונט קולטור

שליחה דורך moshav zekeinim »

פון זינט איך געדענק מיך, קען איך דעם באשעפענישט וואס איז ביי א טייל דאס באליבסטע און גלייכצייטוג די פארפיינסטע, און דאס איז דער הונט.

שטענדיג ווען איך פלעג זען א הונט אויף די גאס בין איך אריבער די אנדערער זייט גאס. טאמער האט מיר א הונט אנגערירט מיין שפוץ הויזן האב איך עס באלד געטוישט מיט א געוואלדיגער אפשיי.

ווען איך פלעג גיין שפאצירן זומער צייט בערי השדה, פלעג איך ציטערן אימת מוות פון באגעגענען א גוי צו א גויה שפאצירן מיט א הונט, און אז עס האט יא פאסירט האב איך מיטן גרעסטן דרך ארץ יענעם באגריסט, כדי ער זאל נישט אנרייצן דעם הונט אויף מיר. פארשטייט זיך אז איך האב באלד געזאגט דעם טראדיציאנעלן "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו" כדי איך זאל גערעטעט ווערן פונעם הונט.

א גוי מיט א הונט איז ביי מיר אטאמאטיש געווען א רשע, דער סימבאל פון עשיו, אפגעזען ווי שיין ער האט געגריסט. איך געדענק נאך דעם ניגון וואס איך האב געהערט אלץ יונגל: "הונט הונט הונט, דו ביסט עשו'ס קינד, אויב דו וועסט מיר בייסן, וועט פאטער יעקב דיך צורייסן". און דאס פלעגן מיר זינגען מיט א נקמה געפיל יעדעס מאל נאך מיר האבן זיך געשפירט באדרויעט פון א הונט.

א גוי מיט א הונט איז ביי מיר געווען א צווייטער באשעפעניש, אפילו צווישן די גוים. "אן ארנטליכער גוי פארמאגט נישט קיין הונט" - האב איך געגלויבט - דאס פארמאגן בלויז די ביליגע גוים. איך למשל נישט געקענט גלייבן אז א דאקטאר אדער א בעסערער גוי א.ד.ג. פארמאגט א הונט. פון א איד איז אפגערעדט, א איד, אפילו א שטארק מאדערנער, וואס האט פארמאגט א הונט איז ביי מיר באטראכט געווארן ווי א סייקאו.

אלס דוגמא ווי פוסט דער גוי איז, פלעג איך כסדר הערן אפ'חוזק'ן פונעם שייגעץ וואס לויט אין פארק מיט זיין הונט.
ביי אידן אדוקים בני אדוקים, וצידקתך'ניקעס מיט פארפרומטע פנים'ער, די וועלעכע זאגן דבר אחר אויף א חזיר, יום הקדוש אויף יום כיפור א.ד.ג. האב איך דאס ווארט כלב אדער הונט נישט געהערט, כף למד בית האט מען געדארפט זאגן

אונזערע אור אלטע מקורות זענען דווקא נישט געווען אזוי אויסגעשפראכן אנטקעגן הונט (לכלב תשליכין אותו), בעת מגדל זיין בהמות דקות איז פאר עקאנאמישע סיבות געווען אסור אויפצוהאדעווען, וואס גראדע ווייזט דאס נאכמער דאס פאזעטיווקייט צו הונט בימים ההם, ווייל צו וואס אויפהאדעווען הונט אויב עס זענען נישטא קיין שאף אויף וועמען צו היטן.

נאך מער, כאטש וואס לויט די מדרשים קומט אויס אז ביי די מצריים, כנענים און עמלקים, די פעלקער וועלעכע זיי און זייערע מעשים זענען אזוי פארהאסט אין די תורה, זענען הונט געווען גאר פאפולער, סיי אלץ שומר און סיי אלס טשאטשקע, און פינדעסטוועגן פארהאסט נישט די תורה זייער דאזיגער מנהג, ווייזט דאך לכאורה אויס אז דער אידישער שנאה צו כלבים האט זיך ערשט שפעטער אנטוויקלט.

פארשטייט זיך אז עס פעלט אויך נישט קיין אויסדרוקן בגנות הכלבים, ווי "כלב המת" וכדו' אבער אזעלעכעס זענען פארהאן אויך אויף זיין קאזין דער שועל. און טאמער דער טמאת הכלב נעמט זיך פון דעם, דאן איז דער אריה גאר א קדוש, וויבאלד דער גנות הכלב (והשועל) ווערט געווענליך געמאסטן כלפי דעם שבח האריה. מכאן שלא בא הכתיב ללמדינו אלא חשבתם בעיני בני אדם.

אין חז"ל זעען מיר אפילו א פאזעטיווער נוטריקון אויף כלב, ארויס ברענגענדיג א פאזעטיווער נאטור, כילו לב.

א
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר