סמארטפאון געבינדען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

סמארטפאון געבינדען

שליחה דורך וכדומה.. »

וואו מגייט און וואו משטייט, מרירט זיך נישט אן דעם קליינעם לעבנס באגלייטער, מאיז צוגיבינדען דערצו און אזוי אנגעוויזן דערויף, אז אויב מאכטס זיך אמאל, דער אויבערשטער זאל אפהיטן, אז די זאפט לויפט אויס און מהאט נישט וואו איינצושטעקן ווערט מען ממש ווי א וועדשטעבעל אין א ווילטשעיר, מקען זיך נישט רירן און מאיז אויסגעשאלטערט ממש חשוב כמת,

איז אינטרעסאנט צוברענגען געוויסע נומערן און סטאטיסטיקס וואס ווייזן וויפיל מענטשן זענען אין דעם פעקל.

* 60 פראצענט סמארטפאון באנוצערס, גייט נישט דורך א גאנצע שעה אן ארויסנעמען די פאון קוקן וואס טוט זיך.

* 90 פראצענט מענטשן אין די יארגאנג פון 18 ביז 29 גייען שלאפן ביינאכט מיט די סעלפאון אין האנט.

* 95 פראצענט מענטשן בכלל, נוצן זייער טעלעפאון פאר כאטש עפעס הארט פארן גיין שלאפן.

* 50 פראצענט מענטשן, אויב וועקט מען זיך אויף אינמיטען די נאכט, שלעפט מען אפיר דעם טעלעפאון צו כאפן א בליק דערויף.

* די עוורידש סמארטפאון באנוצער, ספענדט איבער 4 שעה א טאג אויף זיין כלי

* איינס פון דריי מענטשן וואלטן ענדערש אויפגעגעבן אויף **** ווי איידער אויף זייער טעלעפאון.

* 85 פראצענט מענטשן זאגן, אז זיי וואלטן נישט געקענט דורכמאכען איין טאג אנעם סמארטפאון.

מען איז אנגעהאנגען דערין פיזיקלי און סייקעלאדשעקלי,

סייענטיסטן האבן אויפגעוויזן אין א סטאדי, אז איינס פון אכט מענטשן זענען קליניקלי עדיקטעד צו זייער טעלעפאון און איז נישט מעגליך זיי זאלן זיך טיילן דערפון אן קיין הילף, פונקט ווי אנדערע עדיקשינס,

ווי אויך רוב מענטשן אויב וועט מען זיי צונעמען דעם טעלעפאון, וועלן זיי שפירן ווי מהאט צו צוגענומען א חלק לעבן, און וועלן זיך ארומדרייען אין א שווערע מוד.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

א גוטן ערב שבת!
ברוך השם אז מיר האבן א שבת וואס היט אונז אז אפילו מ'איז אזוי אנגעבינדן אין דעם זאל מען נישט ווערען עדיקטעד.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אזוי ווי סהעלפט אויף ציגערעטלעך, וואס?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

וכדומה.. האט געשריבן:אזוי ווי סהעלפט אויף ציגערעטלעך, וואס?

יא יא, רובא דרובא פון כלל ישראל (אפי' בדורנו השפל הזה) שטארקן זיך (אדער ס'פאלט זיי גארנישט ביי), און שבת רירט מען נישט צו צו א דבר איסור,
און דאס ווייזט אויף א אינערלכע כח הנפש וואס איז העכער פון דעם כח התאוה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טייערער וכדומה, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין אשכול, איך האב מיר געפינען דערין אפארמאל.

כאטש איך האב דיר שוין געגעבן א לייק, וויל איך אויסדרוקן פארזענדליך מיין טיפע הכרת הטוב. (נישט ווי יענער וואס בלי שום סיבה גיסט ער קריטיק)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

לכאורה איז א גרויסע חלק פון די וואס נעמען ארויס די סעלפאון לכה"פ איינמאל א שעה, און פון די וואס ווען זיי וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט קוקן זיי אויף די סעל, זענען אזעלעכע וואס נוצן דאס פשוט אלס א זייגער וכן אני נוהג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך זע נישט קיין חסרון דערין. דער סעלפאן העלפט פשוט ארויס דעם מענטש מיט זיין צמצום צו קענען קאמיוניקעטן איינער דעם צווייטן. וואס איז דאס אנדערש פון עדיקשען צו ׳עסן׳?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

דארפן מיר קודם פארשטיין אין דזשענעראל וואס איז עדיקשן, איז עס אייביג א פראבלעם?
און דערנאך וועלן מיר רעדן איבער דראגס, ציגרעטלעך, פארנאגראפיע, סעלפאן און עסן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

סמארטפאון געבינדען

שליחה דורך ירא שמים »

די פראבלעם איז אז יעדע נארישע אימעיל נארישע דזשויק אויף וואטסעפפ טוויט לייק כו׳ וכו׳ קען דיסטרעקטן דעם מענטש פון אמת׳ע וויכטיגע זאכן און אפי׳ די האסט נישט אנגעשטעלט די אפדעיטס אויף אלעס נאך אלס איז דא די עדיקשאן צו קוקען יעדע מינוט צו עפעס ניי איז דא .
פארשפארט