זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ענדליך נאך פערציג מינוט ווארטן מיין ווייב ענדיגט שוין צו די איי לעשעס . נאך א קעם צוויי דריי מאל פארן פריש איבער געמאכטע שייטל . שוין אנגעטון דאס פענסי קליידל פארן שוועסטערס חתונה מתניה חגורות מיט די זיבן לעיערס אינטער דעם דאס וואס שטיקט דער אטעם (די ווייסט וואס איך מיין..) ב"ה אלעס שמעקט אין שטינקט . גלאנצט און בלאשט . מען איז שוין ביים טיר ארויס און בום ! רחי ! מען דארף א שירעם עס גיסט א גאס . איך זע עס מבול'ט מיט א שנעלן שטארקן גאלאפ ווי די פאלן אויף ניאגרע .. שוין איך נעם מיר מיין גרויסען טאטערישן שירעם וואס באדעקט א מייל ממש א 'כל הנערים שירעם' .. זי קומט אבער צו וואקן מיט איר קאלערדיגע שירעם און גרויס ווי א קאפל ...און איך בעט זיך ביי איר נעם מיין אלטע שירעם . און זי זאגט קאטעגאריש ניין ! אבער קיינער קוקט נישט ס'שוין טינקעל . אבער והיא בשלה נישט דא וואס צו מאכן . מיר שפרייזן מיט שנעלע טריט אויסקראסענדיג פלינקערהייט די פאדעלס ביי די קארנערס . ענדליך אונז קומער אן צום זאל מיט שווערע אטעמען. כמעט פארפאסט פיקטשערס..זי שטייט אבער א דורכגעווייקטער נאס ווי א טייך . אלטץ איז נאס געווארן פונעם שוין פריזי געווארענע שייטל ביזן נייע טייטץ ...
אלטץ פארוואס , ווייל פרויען מיזן למען הקרעפלעך גיין מיט שירעמעס אין די גרויס ווי א קענדי רעפער....
אלטץ פארוואס , ווייל פרויען מיזן למען הקרעפלעך גיין מיט שירעמעס אין די גרויס ווי א קענדי רעפער....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
האלט איך מיך א קוישל אין גראסערי, באכאשעם די געיורענע וואגאנען ארום קוקן אויס ווי שוין אין ניינטן חודש. א קלייניקייט, ג-ט אליינס זאגט לוו עלי ואני פורע. אלענפאלס, נישט דאס איז וואס רעגט מיך אויף, אדרבה, איך פארלאז מיך אויך דערויף, כ'האב שוין פשוט געקויפט אויף שבת נעכטן נאכט, יעצט קום איך בלויז אפירנעמען סחורה וואס ווי אייביג פארגעסט מען.
מה נשתנה די עקספערס ליניע פון די אנדערע? גארנישט, אז דער געשעפטס-אייגנטומער קימערט אבער נישט, פארוואס זאל דער עולם יא. שוין אויף דעם האט מען זיך שוין אויך אפגרעגט.
שטייט בעפאר מיר א איד, א ברייטן הוט מיט א לאנג רעקל, די שיך ווי צוגענאגלט צו דער ערד, איין הענט פאשעט ערגעץ אין פארבאטענע תחומים און די געפרוירענע פינגער פון דער אנדער האנט קלאפן שטייטלעך אויף א רייע קארטלעך. זיין קליין טאכטערל מיט א גלאנציג שוויציג געזיכט ארבעט ווי א חמור אויסצוליידיגען די וועגענער. נישט איינס, נאר צוויי. גראבע וואסער מעלוינע, פאקסי באקסעס, דיטערדשענטס, ענדלאזע האלב צעקניפטע בעגס פרוכט, גרינצייג און וואס נישט. דער סוס אבער שטייט פאר'גולמ'ט, דא דארט לאזט ער פאלן א באמערקונג / באפעל צו איר, און אז ער איז צו לאנגווייליג כאפט ער א בליק אויפ'ן סקרין וועלכן ערהאלט פרישע שורות מיט יעדן באוועג פון דער קליינער נשמה.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
די פאראזיטן וואס רוקן זיך אן אין גראסערי צוויי שעה פארן זמן מיט וויק טשעקס וואס גייען זיין גילטיג זונטאג, אויפהאלטענדיג א גאנצע רייע קונדן וואס האפן נאך צו כאפן א מקוה פארן זמן, שטייט דער אברך משי מיט א מין רואיגקייט ווי כאילו נישט עם מיינט מען, און טענה'ט זיך מיטן געשעפט מאן פארוואס ער זאל יעצט יא נעמען זיינע בעילה'דיגע וויק שטעקס, ס'הייסט? מוצאי שבת 12 אזייגער קענסטו עס שוין אריינלייגן אינעם סיסטעם! וואס וועל איך טון אן באבאגאנאוזש און טשיז קעיק אויב אנקעל סעם צאלט נישט דערפאר?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
העלא האט געשריבן:בונדל,
וועלקאםם טו קאווע שטיבל,
אייער זיך דרייען אויף דעם פלאץ איז אייער אייגענע אחריות,
ליידער האבן די אידן דא א שוואכע פראבלעם מיט הלכה,
געוויסע צוליב צו חסרון ידיעה, געוויסע צוליב חסרון אין יראת שמים,
הצד השוה,
אויף דעם פלאץ דארף מען פראסידן מיט קער,
איך שפיר מיך ווי א צובראכענע רעקארד, אבער [tag]העלא[/tag], אויב האלסטו טאקע אז ס'איז א פראבלעם להלכה, וואס די פ*ק זוכסטו דא?
געפילטע פיש האט געשריבן:העלא האט געשריבן:בונדל,
וועלקאםם טו קאווע שטיבל,
אייער זיך דרייען אויף דעם פלאץ איז אייער אייגענע אחריות,
ליידער האבן די אידן דא א שוואכע פראבלעם מיט הלכה,
געוויסע צוליב צו חסרון ידיעה, געוויסע צוליב חסרון אין יראת שמים,
הצד השוה,
אויף דעם פלאץ דארף מען פראסידן מיט קער,
איך שפיר מיך ווי א צובראכענע רעקארד, אבער [tag]העלא[/tag], אויב האלסטו טאקע אז ס'איז א פראבלעם להלכה, וואס די פ*ק זוכסטו דא?
וואס הייסט וואס ער זיכט דא? פ׳יינע *׳ ק׳אווע!.......
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
איך ווייס נישט אויב די שטיקעדיגע לופט פון אינדרויסן וועט עפעס העלפן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
נאכזוכנדיג דעטאלן איבער דעם בילד, האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם בריטישע פאטאגראפיע וועבזייטל.
וואס איז דאס, דארף יעדע פאטאגראפיע פארמעסט זיין א גראב שטיקל מערב וועלט פראפאגאנדע?
- געיס אין רוסלאנד? טשעק.
- פרא רוסישע ברוטאליטעט אין קיעוו? טשעק.
- רוסישע אגרעסיע אין אוקראינע? טשעק. (צוויי גאר, ווייל איינס איז נישט גענוג).
- פאליציי ברוטאליטעט אין טערקיי? טשעק.
וואס איז דאס, א דורכזיכטיגע פראפאגאנדע פארמעסט?
http://www.bjp-online.com/2015/02/jury- ... o-contest/
(ווייסט דאך אז אין די מערב וועלט איז נישט פאראן קיינע געיס, אגרעסיע אדער ברוטאליטעט. דאס קען מען נאר טרעפן אים רוסלאנד און אין טערקיי).
וואס איז דאס, דארף יעדע פאטאגראפיע פארמעסט זיין א גראב שטיקל מערב וועלט פראפאגאנדע?
- געיס אין רוסלאנד? טשעק.
- פרא רוסישע ברוטאליטעט אין קיעוו? טשעק.
- רוסישע אגרעסיע אין אוקראינע? טשעק. (צוויי גאר, ווייל איינס איז נישט גענוג).
- פאליציי ברוטאליטעט אין טערקיי? טשעק.
וואס איז דאס, א דורכזיכטיגע פראפאגאנדע פארמעסט?
http://www.bjp-online.com/2015/02/jury- ... o-contest/
(ווייסט דאך אז אין די מערב וועלט איז נישט פאראן קיינע געיס, אגרעסיע אדער ברוטאליטעט. דאס קען מען נאר טרעפן אים רוסלאנד און אין טערקיי).
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
די אטד׳ס פראפעגאנדע וועגן שוואכע בילדונג ביי אונז ברענגט מיר ארויף דאס בלוט ! און ס׳איז א חוצפה שאין דוגמתה ! וואס האסטו זיך אריינצומישען אין אונזערע אנגעלעגהייטן?! ווילסט אונז איינרעדן דו מיינסט אונזער טובה ?! און סגייט דיר ממש אהן אז היימישע אידן מוטשען זיך אין פרנסה ?! וועגן דעם אליין טאר מען גיי נישט נאכגעבן ! קיש דיך מיט דיינע זונות און פרעס דיר דיין דבר אחר און רעד איין א צווייטען אז וועגן בילדונג בוסטו ארויסגעפאלן ! ושלום על שלומי אמוני ישראל !!
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
וואס גייט דיך אהן א נודניק בעסער געזעגט א פאררעטער וואס מישט זיך אריין אין דיין ביזנעס און זאגט דיר דעות וואס איז יא אדער נישט גוט ?!