הרב אברהם יצחק הכהן קוק

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:אזוי קוקענדיג אויף אייוועלט ביי מיללער'ס אויבנדערמאנטע קול-קורא, האב איך געליינט די דארטיגע - מער סאטמאר געשטימט - ויכוח איבער אים.

אויב זענט איר אינטערעסירט, גיבט דא א קליק און לייענט מיט הנאה.

טאקע וועגען דעם מיז דא נישט זיין אינגאנצען סאטמער געשטימט!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה.

איך האב ווייניג געלערענט. וואס שטייט דארט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ידען האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

יאנקל האט צוגעברענגט דעם מי השלוח. רבי צדוק זאגט אז אויב א מענטש איז נכשל געווארן אין אן עבירה, דארף ער טראכטן אז דאס איז געווען דער רצון השם, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט געשען. דער געדאנק ווערט אויסגעדריקט אויף ענליכע אופנים פון נאך תלמידי הבעש"ט, אבער דאכט זיך אז רבי צדוק זאגט עס צום קלארסטן.

קיינער וועט נישט חושד זיין אז רבי צדוק האט עפעס געוואלט בייטן אין דער תורה. ווי מיין ארעמער שכל פארשטייט עס מיינט ער צו זאגן, אז הגם ער האט די עבירה נישט געטארט טאן, כמובן, און אויב איז ער נכשל געווארן דארף ער אוודאי תשובה טאן און זי מתקן זיין -- איז פארט דא אן עלעמענט פון אמונה אין השגחה פרטית. און די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די צוויי גייען אינאיינעם.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

האסט א שפיץ יואליש. אבער איך מיין אז מען קען מחלק זיין פון א מעשה קנאות וואס עס פעלט זיך אויס א גאנצען שטיקעל מי השילוח מסביר צו זיין וואס די כוונה פונעם חוטא איז געעוען אז עס זאל נישט פארעכענט ווערען א חטא, משא״כ מעשה קנאות וואס עס פעלט זיך אויס א גאנצען דיקען ספר מסביר צו זיין פארוואס דער באטראפענער איז יא באגאנגען א חטא.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יואליש האט געשריבן:הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.

ואני בעניי זאג אז אויב דער שרייער מיינט עס מיט אזא מאס אמת ווי דעם באשריגענעם, וועלן זיי זיך טרעפן אויף יענער וועלט און זיך צעשמייכלען מיט א ברייטן שלום עליכם. דעם שלום עליכם וועט הרב קוק לכאורה געבן דעם שרייער, וועלכער וועט דארט, וואו אלעס שטימט, אים צוריקגעבן א ווארעמען "עליכם שלום" און אים דערביי גוט קוועטשן די האנט -- און די אויגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פשוט-קאמפליצירט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה.

איך האב ווייניג געלערענט. וואס שטייט דארט?

יאנקל האט צוגעברענגט דעם מי השלוח. רבי צדוק זאגט אז אויב א מענטש איז נכשל געווארן אין אן עבירה, דארף ער טראכטן אז דאס איז געווען דער רצון השם, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט געשען. דער געדאנק ווערט אויסגעדריקט אויף ענליכע אופנים פון נאך תלמידי הבעש"ט, אבער דאכט זיך אז רבי צדוק זאגט עס צום קלארסטן.

קיינער וועט נישט חושד זיין אז רבי צדוק האט עפעס געוואלט בייטן אין דער תורה. ווי מיין ארעמער שכל פארשטייט עס מיינט ער צו זאגן, אז הגם ער האט די עבירה נישט געטארט טאן, כמובן, און אויב איז ער נכשל געווארן דארף ער אוודאי תשובה טאן און זי מתקן זיין -- איז פארט דא אן עלעמענט פון אמונה אין השגחה פרטית. און די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די צוויי גייען אינאיינעם.

איך האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן דעם מי השלוח, אבער לויט ווי ס'ליגט מיר און זכרון, זאגט ער נישט סתם אויף יעדער עובר עבירה, ער זאגט אז, נאר אויב איינער באגעגנט זיך מיט א אויסערגעווענליכער גאר שווערע נסיון וואס מיטן מענטשליכן כח איז ער ממש נישט מעגליך עס עומד בנסיון זיין, דאן "מוז" זיין אז ס'איז בהשגחה און ס'האט געמוזט אזוי זיין, און מ'קען איהם מיט גארנישט מחייב זיין, און דאס האט פנחס נישט פארשטאנען
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:

ווער עס האט געלערנט חסידישע ספרים, בפרט "מי השלוח" און "רבי צדוק", האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אזעלכע "קאנטראווערסאלע" שטיקלעך. גענוג צו דערמאנען דעם איזביצער'ס אויסטייטש פון דער געשיכטע מיט זמרי, און רבי צדוק'ס זאג וואס א מענטש זאל טראכטן נאכ'ן נכשל ווערן אין אן עבירה.

איך האב ווייניג געלערענט. וואס שטייט דארט?

יאנקל האט צוגעברענגט דעם מי השלוח. רבי צדוק זאגט אז אויב א מענטש איז נכשל געווארן אין אן עבירה, דארף ער טראכטן אז דאס איז געווען דער רצון השם, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט געשען. דער געדאנק ווערט אויסגעדריקט אויף ענליכע אופנים פון נאך תלמידי הבעש"ט, אבער דאכט זיך אז רבי צדוק זאגט עס צום קלארסטן.

קיינער וועט נישט חושד זיין אז רבי צדוק האט עפעס געוואלט בייטן אין דער תורה. ווי מיין ארעמער שכל פארשטייט עס מיינט ער צו זאגן, אז הגם ער האט די עבירה נישט געטארט טאן, כמובן, און אויב איז ער נכשל געווארן דארף ער אוודאי תשובה טאן און זי מתקן זיין -- איז פארט דא אן עלעמענט פון אמונה אין השגחה פרטית. און די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, אפילו ס'איז שווער צו פארשטיין וויאזוי די צוויי גייען אינאיינעם.

דעם ר' צדוק האב איך שוין אסאך מאל געהערט נאכזאגן אבער איך האב עס נישט געזען אינעווייניג. קען דאס איינער אנצייגן?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יואליש האט געשריבן:הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.

קען מען דאס אויך זאגן לגבי דעם קנאותדיגע מאסלים? דער אראבער וואס הרגעט אלע מענטשן צוזאמען מיט איהם למען כבוד שמו יתברך??

קען זיין אז מע גיימער אריבער צו א אנדערע שמועס וואס טוהט זיך אויף יענע וועלט ווען מע מיינט עס ערענסט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואליש האט געשריבן:הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זמרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי, און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טוט דעם רצון השם.

דער חילוק וועט זיין, אויב דער קנאי איז שטענדיג א ערליכער צדיק, ער איז א קנאי פאר זיך זעלבסט, און ער ארבעט אויף זיינע אייגענע תאוות אויכעט, און אינווייניג ברענט אין אים אמת'דיגע אהבת ישראל, ער טוט עס נישט פון שנאה פאר יענעם, אט אזא איינער פארדינט טאקע צו באקומען בריתי שלום.

משא"כ די היינטיגע קנאים, וואס פרייען זיך אויף יעדע פירצה פונעם צד שכנגד כעל כל הון, מען שפרינגט ארויף מיט אזא שמחה ווי א קעצל אויפן מייזל, און אויב איז שטיל א לענגערע צייט טוט וויי אז ס'איז נישטא קיין "עקשאן", דאן.... וויל איך נישט זאגן ווייטער.

ס'איז באקאנט די משל פון ר' ישרא' סאלאנטער זצ"ל, דער חילוק פון די באלעבאסטע מיטן קעצל. יעדער וויל הרג'ענען דאס מייזל. אבער דער קעצל גלוסט פאר נאך, בשעת די באלעבאסטע וואונטשט זיך אז דאס זאל קיינמאל נישט געשעהן. הנמשל אז דער אמת'ער צדיק וויל נישט ס'זאל פאסירן די עוולות, ווי גליקליך וואלט ר' עמרם בלוי געווען אז ס'זאל נישט פארקומען קיין חילול שבת אין ירושלים, און ווי גליקליך וואלט פנחס בן אלעזר געווען ווען זמרי טוט נישט אזא נידערטרעכטיגע אקט, נאר דער שם ה' זאל נתקדש ווערן בכל העולמות; משא"כ די נידריגע קנאים, וואס פרעסן אין רעסטוראנט און מען דאווענט קוים א ווארט, און אין די אייגענע רייען איז מען קיינמאל נישט מוחה, מען פארענטפערט אלעס.... נאר ביי יענעם, ביים שונא, ווערט מען פלוצלינג א קנאי, דאן איז מען נאר א עקלדיגע קעצעלע מיט פארדארבענע מדות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה געציל און שמעקעדיג, פשוט אזוי. כ'זאג בבחינת זו ואין צריך לומר זו.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פריינדליך האט געשריבן:אינטערסאנט, דער זיידע פינעם גרויסען נפטר {הרב אלישב} - דער בעל לשם - איז געווען זייער אויסגעשפראכען קעגן קוק, אבער דאכט זיך אז דער נפטר האט געהאט א אנדערע מהלך, ניין?!

אבער ס'איז איראניש אז ער איז געווען סיי דער שדכן און מסדר קידושין ביי הרב אלישיב. זייענדיג שטארק בידידות מיט הרב ארי' לעווין, המכונה דער צדיק פון ירושלים, וואס איז געגאנגען אויף א ענליכן מהלך. ער האט געהאלפן יעדן וואס איז געווען אין א שווערן מצב. אפגעזעהן וואס האט איהם געברענגט אין דעם מצב. למשל, ער האט געשיקט פעקלעך מיט עסן פאר ארעסטאנטן )פון אצ"ל און לח"י(, וואס האבן זיך פארטשעפעט מיט די מאנדאט רעגירונג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זר זהב האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

געהערט אלץ ערוואקסענער ״צדיק כתמר״ אויב איז ער א צדיק ווי א טייטעלבוים, ״יפרח״ זאל ער אוועקפליען פון דאנעט

כארז אויב איז ער א צדיק ווי א טענענבוים בלבנון זאל מען עם לייגן אויף די לבנה

זר, דער לעצטער פסוק, כארז בלבנון פאסט צו זאגן אויף די שפעטערע צדיקים וואס האבן זיך געפונען אין א געוויסן שטעטל. אנטשולדיגט: שטאט. וואס איבער זייער גאונות און צדקות, שיער פארגעסן "קנאות" קען מען מאכן א באזונדערן אשכול. :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלד האט געשריבן:דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,

איך האב געליינט די "ליכט שטראלן" אלס אינגל. ס'איז זייער שיינע מעשיות פאר קינדער, אבער אלס היסטאריע איז עס כמעט גארנישט ווערד. חוץ מזה, האט ר' אלי' שטיינבערג, וואס איז נארוואס אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, הכיר את בוראו. האט ער געשריבן פון פערספעקטיוו פון זיין נייעם סטאטוס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם

חוץ מזה, האט ר' אלי' שטיינבערג, וואס איז נארוואס אריינגעקומען תחת כנפי השכינה, הכיר את בוראו. האט ער געשריבן פון פערספעקטיוו פון זיין נייעם סטאטוס.

קיינמאל נישט געהערט דערפון! איז ער א גר? ער איז דאך געווען א אויסטערלישער עובד ה', נערץ ביי אלע גדולי הדור, ווי סאטמארער רבי זצ"ל און תו"א (וועלכע חבורה ער האט באלאנגט) און נאך אנדערע.

א אינטרעסאנטע קשיא.
איינער דא האט שוין געליינט דעם בוכל "געבליבן אינדרויסן"?
ס'איז ארויסגעקומען לעצטע יאר, און לייגט אראפ די משכילים און ציונים מיט א געפערליכן שווארצן ליכט, ובתוכם די היסטאריע פון הרב קוק.
איך בין נישט זייער באקאנט אין היסטארי. אבער אויב איז אמת וואס דארט שטייט איז דאך ממש א פחד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

פון הערשל ציג'ס בלאג
http://theantitzemach.blogspot.com/2011 ... habad.html
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער בוך "געבליבן אינדרויסן" איז נישט אביעקטיוו. זייער נישט אביעקטיוו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יידל האט געשריבן:דער בוך "געבליבן אינדרויסן" איז נישט אביעקטיוו. זייער נישט אביעקטיוו.

מיינסט צו זאגן זייער איינזייטיג?
ווייל אפילו אויב א חלק וואס דארט שטייט איז אמת איז אויך ביטער!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

וואסערע בוך איז ״געבליבן אינדרויסן״?

ווער האט עס געשריבן? ווי קעמען עס קויפן?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

עס איז צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן אין וויליאמסבורג, בארא פארק אין מאנסי. זע דעם אשכול אין אייוועלט איבער דעם בוך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.

און וועלכן פסוק אדער צוגעפאסטן מאמר חז"ל האט מען געטראפן אויף זיינע נאכפאלגערס הרב שלמה גורן און הרב ישראל מאיר לאו און הרב יונה מצגר?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט דערפון! איז ער א גר? ער איז דאך געווען א אויסטערלישער עובד ה', נערץ ביי אלע גדולי הדור, ווי סאטמארער רבי זצ"ל און תו"א (וועלכע חבורה ער האט באלאנגט) און נאך אנדערע.

דער מיין (פירוש) פון "תחת כנפי השכינה הכיר את בוראו" איז אז ער קומט פון א חילוני'שע שטוב, און ער איז געווארן א בעל תשובה. נאכדעם וואס ער האט אנגעטון דעם ספאדיק און די אנדערע שמונה בגדים האט זיך נישט דערקענט אויף איהם פון וואו ער איז געקומען.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א דאנק.
איצט פארשטיי איך פארוואס ער איז נישט באשריבן געווארן אינעם איד מער פון וויפיל ס'האט אויסגעפעלט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט