וויזוי איז געווען די וועג?
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
וויזוי איז געווען די וועג?
יעצט אין די זימער וואכן ווען דער עולם פארט הין און צוריק צום/פון קאנטרי הערט זיך כסדר מענטשן פרעגן דעם צווייטן: וויזוי איז געווען די וועג? האסט גענומען די GW? ווילאנג האט עס גענומען? וכדומה.
דער אמת איז אז רוב מאל פרעגט מען עס בלויז אלץ א מיטל אנצופאנגן א שמועס. למעשה אבער, העלפט עס אז מענטשן ווערן געוואר פארשידענע עצות און טיפס וואס מ'הערט פון דעם און יענעם וויאזוי מ'קען אויסמיידן פארשידענע שטרויכלינגן אויף די וועגן.
וויל איך דא צושטעלן א פלאטפורמע פאר'ן ציבור מיצוטיילן זייערע ידיעות.
ובזה החלי:
איך בין ארויסגעפארן פון די קאנטרי נעכטן בערך אכטע, טראץ דעם וואס מ'האט מיר געווארענט אז ס'איז וויזענדיג דעי. פארשטייט זיך כ'האב מקיים געווען הכנסת אורחים, מיטנעמענדיג נאך א איד. מ'האמיר זיך אראפגעלאזט צום סעווענטין ווי ס'איז געווען אפאר פאקעטס פון טרעפיק אבער נישט געפערליך. ביז 126 ווען "וועיז" האט געוויזן אויף רעכטס, זאגענדיג אז מ'זאל זיך אריבערכאפן צום 17M. קוקט אבער אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער חכם און נאך פולע "וועיזערס" האבן נאכגעטון די זעלבע. די גאסן אין טשעסטער זענען געווען זייער אנגעלייגט אבער כ'האב מיך געטרייסט אז די סעווענטין איז מסתמה נאך ערגער. למעשה, האט ער מיך צוריקגעפירט צום פאלעסעידס און ביזן פאלעסעידס האט געדוירט אנדערט האלבן שעה. פון דארט אין ווייטער איז עס געפארן א מחיה.
כ'האב שוין געטראכט אז אפשר וואלט זיך געלוינט אויסציווארטן דאווענען מעריב אין קאנטרי אבער שפעטער ווען כ'האב געהערט איבער די עקסידענטס ביי עקזיט 123 און אויף די NJ 17, האב איך געדאנקט די באשעפער אז איך בין שוין אין שטאט.

פארדריי די דיר דיין קאפ
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
איך האב דיך געלייקט ווייל איך קען שרייבן די זעלבע ווערטער מיט עטליכע שינויים אנגעצייכענט מיט "
איך בין ארויסגעפארן פון די קאנטרי נעכטן בערך אכטע, טראץ דעם וואס מ'האט מיר געווארענט אז ס'איז וויזע"טינ"ג דעי. פארשטייט זיך כּהאב מקיים געווען הכנסת אורחים, מיטנעמענדיג נאך א איד "משפחה" . מ'האמיר זיך אראפגעלאזט צום סעווענטין ווי ס'איז געווען אפאר פאקעטס פון טרעפיק אבער נישט געפערליך. ביז 126 ווען "וועיז" האט געוויזן אויף רעכטס, זאגענדיג אז מ'זאל זיך אריבערכאפן צום 17m. קוקט אבער אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער חכם און נאך פולע "וועיזערס" האבן נאכגעטון די זעלבע. די גאסן אין טשעסטער זענען געווען זייער אנגעלייגט אבער כּהאב מיך געטרייסט אז די סעווענטין איז מסתמה נאך ערגער. למעשה, האט ער מיך צוריקגעפירט צום פאלעסעידס "איך האב אבער נישט געפאלגט און גענומען די טרווועי". פון דארט אין ווייטער איז עס געפארן א מחיה.
כּהאב שוין געטראכט אז אפשר וואלט זיך געלוינט אויסציווארטן דאווענען מעריב אין קאנטרי אבער שפעטער ווען כּהאב געהערט איבער די עקסידענטס ביי עקזיט 123 און אויף די ןJ 17, האב איך געדאנקט די באשעפער אז איך בין שוין אין שטאט.

היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ב"ה איך בין פון די ביסעל נארמאלע וואס פארען נישט צו די קאנטרי.
ציבעלע קוגל: אבער ווער ס'האט קינדער אין די קעמפס, איז א מצוות עשה דאורייתא זיי צו גיין באזוכן. און די עיקר פראבלעם מאכט זיך אויפ'ן וועג צוריק. איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט מיינע קינדער און איך קען צו קוקן פון די זייט ווי א צווייטער פארט אהין און צוריק. אבער אין מיין זיכרון ליגט נאך די צייטן וואס איך בין געפארן צו באזוכן מיינע קינדער אין די קעמפס. איך האב אייביג געזוכט, און געטראפן זייטיגע וועגן כדי נישט צו דארפן זיצן אין דעם גרויסן און שווערן טרעפיק אויף רט.17. ס'איז דא דער אלטער רט. 17 אדער רט. 17מ.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: וויזוי איז געווען די וועג?
איך האב יא אויסגעווארט מעריב און נאך שפעטער, בערך קוואדער צו צוועלף האב איך זיך ארויסגערוקט, און ביי עקזיט 123 האט מיר וועיז ארויסגעשיקט ווייל די 17 איז דארט געווען געבלאקט, און דורך די גאסן (ב״ה ליידיגע) מיר צוריקגעטראגן צום 17, און די איבריגע וועג איז געפארן א מחי׳
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א איד האט געשריבן:איך האב יא אויסגעווארט מעריב און נאך שפעטער, בערך קוואדער צו צוועלף האב איך זיך ארויסגערוקט, און ביי עקזיט 123 האט מיר וועיז ארויסגעשיקט ווייל די 17 איז דארט געווען געבלאקט, און דורך די גאסן (ב״ה ליידיגע) מיר צוריקגעטראגן צום 17, און די איבריגע וועג איז געפארן א מחי׳
א איד: איך מוז מאכן א הערה איבער דיין פסוק פונ'ם אוואטאר. דארט שטייט אז דער פסוק ..."ומי כעמך ישראל"...איז די קרעדיט פריעד באטשי. ביי מיר שטייט עס אין סידור שוין צוויי טויזנט יאר...

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ק/פ
טייערע ברידער אחינו בני ישראל יושבי קאנטרי.
ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
איך ווענד מיך צי אייך מיט א בקשה פין טיפעניש פין הארץ ״לאמיר אנהייבן דרייווען ווי נארמאלע מענטשן״
איך פאהר שוין אין קאנטרי באלד פיפצען יאר צום גיטן, ארויס פין שטאט דאנערשטאג ציריק מאנטאג פארטאג.
די נסיונות ביים דרייווען איז שולט אויך ביי מיר, דא כאפט זיך איינער אריין, דא האלט איינער אויף דעם גאנצן לינקער לעין, מברויך דעם אנלערנען, דעם ברויך מען ווייזן ווער סאיז בעל הבית אויפן לינקער לעין, מיר טוהען צידרייטע מסוכנדיגע מאנאווערס אויפן הייוועי, פארוואס? פארוועם? פארווען? אפילו אויב איינער פארט אויף הינדרעט דעם גאנצען לענג פינעם 17 וויפיל צייט שפארט ער זיך איין? גאנצע צוואנציג מיניט! רבותי ! אדרבה רעכנט דאס אויס!
די פאקט איז אז מקען נישט פארן אזוי שנעל, דער גרעסטער נעסקאר דרייווער וועט נישט באווייזן דאס טוהן ספעציעל זונטאג ביינאכט אדער מאנטאג פארטאג. פינדעסוועגן דאך שטוין איך צי זעהן ווי אגרעסיוו אסאך מאח״ב דרייווען סיי ביים ארויספארן אין ביים אהיימפארן, ווי יאגט איר זיך? וואס איז די לויפעניש? זאגט נאר ר׳ איד, נאכן פארקירן אייער אויטא אין קאנטרי לויפט איר מיטן זעלבן אימפעט ציי אייער באנגעלוי? איר שטופט אפשר דארט אויך קליינע קינדער? טרעט אויף בעביס? א פארסאפעטער לויפט איר זעהן אייער פרוי אין קינדער? ״ניין״ ווי נאר דער אויטא איז אויף פארק כאפט מען א ציגארעטל אין משטעלט זיך שמיעסן מיט יעדעס קאנטרי ראצער איר טרעפט, טא זייט מיר מסביר זיי מוחל וואס איז דאס כעסיגער יאגעניש אויפן טראוועי? דארט זיינט איר גרייט אויף שפיכת דמים (אייער בליט אין יענעמס).
סאיז א חרפה אין בושה ווייל להבדיל ביי די גוים איז א מיניווען א סימבאל פין סעפטי אין באזעצנהייט, א גוי מיט א מיניווען ווייזט אז ער איז אן אחריותדיגע פאמילע מאן וועלכער פארקוקט אויף זיין סטאטוס אין קויפט א קאר וועלעכער דינט ענדערש די באקוועמליכקייט פין זיין וואקסענדע פאמיליע, וועט ער נישט זיין קיל, דער ערל מיטן מיניווען וועט פארן שיין מיטן ספיד לימיו אויפן רעכטן ליניע אין זעהן איינהאלטן אלע געזעצן, ער איז א בעל אחריות האבנדיג א פאמיליע וועלעכע ברויכן ציקימען צי אים, אויב וויל ער זייער אמאל זיך צעלאזן אויפן הייוועי וועט ער בארגען א חבר׳ס ספארטס קאר, ״נישט מיטן מיניווען רבותי״ איך זעה אפט די גוים אויפן 17 אין אויפן טראוועי די גרימאסן זיי האבן אויפן פנים איז פיינפיל, זיי קיקן דעם חסיד מיטן גרויסן היט די גאנצע לבוש, צימאל די פרוי אין 10 קינדער צעווארפן איבערן מיניווען, אין דער פליהט, פשוטו כמשמעו ער פארט אויף 95מפ״ה, אך אין וויי פאר דעם וואס שטייט אים אין וועג, ער וועט יענעם טעיל געיטן, בלינקן די היי ביעמס, זיך ריקן אויפן שאלדער אהער אהין סכנות נפשות, ווי לויפט איר ר׳ איד? וועמען וועלט איר איבערצייגן ווי גיט א דרייווער איר זיינט? איר זיינט א מלא טאלאנט, אייער פיס איז בכוח דריקן געז ברעיקס ממש ביז אינטן ? איר זאלט וויסן איר פירט זיך אויף ווי א מטורף אן איש בליעל, איר גייט נישט אנקימען א מינוט שנעלער ווייל שפעטער וועט איר זעהן א פאליציי אין חרטה געפילן מיט פחד וועלן אייל איבערנעמן אין איר וועט פליצים פארוואנדעלט ווערן אין א מעקעלע דרייווער.
רבותי ביטע פראבירט איינמאל פארן נארמאל אויפן רעכטן ליניע מיטן ספיד לימיט, טוישן נישט יעדע מיניט א לעין, איר וועט זיין רוהיג אין איר וועט הנאה האבן פינעם וועג, איך פלעג אויך דרייווען ווי א מטורף, א גאנצן וועג געהאט צי טוהן מיט דעם מיט יענעם, סאיז יא צי נישט דא פאליציי, כבין אנגעקימען אהיים אנגעצויגן נערוועז, מיד אויסגעמאטערט, זייט כהאב אנגעהויבן דרייווען נארמאל געלאסן אין מודה געווען סאיז דא נאך מענטשן אויפן הייוועי חוץ מיך בין איך רוהיג איך קים אן צי מיין פרוי בסבר פנים יפות אן אנדערע מענטש.
איך מיין נישט חלילה מקטרג זיין אז חסידישע דרייווער זענען ארגער פין אנדערע, אבער זייענדיג א חסיד באמערק איך מער אונזער התנהגות אין עס ברויך א שטארקע תיקין.
מאכט זיך צימאל א איד מוז זיך אפשטעלן אויפן 17 מעגליך ציליב א פלעט טייער וכדו׳, עס איז זייער א חשובע זאך העלפן א צווייטע איד, אבער וואס איך האב בייגעוואינט מענטשן טוהן במשך די יארן איז מסמר שערות ראש, סהאט איינמאל געפעלט א האר סזאל חלילה קומען צי א דרייסיג קאר אין טראק ציזאמענשטויס מיט ערנסטע נומערס פאטאליטעטן, דער גאנצער עולם טרעילערס קארס טראקס זענען געפארן אין close proximity אויף היי ספיד אויפן 17 ווען איך האב באמערקט פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן אויפן שאלדער, א היימיש קאר מיט א פלעט, אזויווי מפארט דאך דארט 65-75 מפ״ש אין די רד. דרייט זיך אביסל מילא ווען מכאפט זיך וואס מהאט נארוואס געזעהן אז עמיצער ברויך ״אפשר״ הילף איז מען שוין היבש ווייט פינעם געשטראנדעטן, האט אבער א היימישער דרייווער תיכף געדריקט דעם סטאפ ברעיק זיינע נאך בעפארן זיך אריינצוהען אינעם שאלדער פירענדיג דערצו אז דער גאנצער הייוועי איז שיעור געשטארבן.
אין אנדערע פעלער האב איך בייגעוואינט אידן בעקן אראפ גאנצעטע שטרעקעס זייענדיג אויפן שאלדער, אין עס שטעלן זיך אפ נאך אין נאך היימישע אויטא׳ס וועלעכער איז א געוואלדיגע זאך אבער נישטא קיין חיוב מסירת נפש פאר פלעט טייערס, ליידער שוין זייער אסאך אימגליקן האט פאסירט ווען עמיצער אן קיין עקספעריענס פראבירט פארעכטן א טייער ספעציעל אויפן הייוועי, ב״ה לא אלמן ישראל יעדער ווייסט די נומבער פין חברים א גרופע איבערגעגעבענע עסקנים וועלעכע שטייען גרייט צי העלפן פיר אין צוואנציג שיה אינעם מעת לעת אין זענען עקספיריענסד אין גיט געשילט, אינעם ארגסטן פאר איז דא צענדליגע קאמפעניס (יעדע אונשורענס פאליסי קאווערט רד. ריפעירס) אין אויב נישט פאר א קליין אפצאל קען מען ריפן פארשידענע קאמפעניס ווי AAA אד״ג (מקען זיין א מעמבער פאר א ביליגע פרייז).
ליידער נעכטן נאכט זינטאג פרשות מטות האט פאסירט א עקסידענט מיט א משפחה וועלעכע האט זיך אפגעשטעלט אויפן שאלדער פינעם 17 פאר אן אימבאקאנטן סיבה אין ליידער ברויכן אפאר פאמיליע מיטגלידער רחמי שמים, דעריבער נעמט דאס נישט פאר לייכט, אויב זעהט איר א היימישער איד געשטראנדעט אין איר ווילט זיך דייקא יא אפשטעלן ביטע טוהט דאס אויפן בעסטן אויפן מעגליך מיט שמירה פאר זיך אין פאר אנדערע קארס אויפן הייוועי. צינד אן די בלינקערס ערשט, דערנאך די האזארט לייטס קוקט ווי נאנט די קאר אינטער אייך איז, שטעלט אייך נישט אפ פליצלינג, ריקט אייך אריין אינגאנצן אין שאלדער בעפאר איר הייבט אן אראפשטייטערן, ריקט אייך אריין די מערסטע אוועק פין די הייוועי מעגליך, אויף קיין שום אויפן זאלט איר ארויפבעקן צים געשטראנדעטן, סיי איז דאס איז נישט לעגאל, אין אויך פארבינדן מיט מערערע סכנות, זייט מוחל כאפט א שפאציר צים באטרעפענדן, אויב זיינט איר צי פויל צי וואקן מסתמה זיינט איר נישט באשטאנד אים צי העלפן אין זייט מוחל פארט ווייטער. נארמאלערהייט זאל מען זיך נאר אפשטעלן אויב די געשטראנדעטער ווייזט פאר הילף, פארשטענדליך אויב זעהט איר אז עמיצער האט זיך שיין אפגעשטעלט אין קיינער פארלאנגט מער נישט קיין הילף דאן פארט ווייטער. געדענקט פראבירט נישט זיין א הירא, ב״ה די ניינציג מייל פין קאנטרי איז נישט קיין מדבר, אין א סכנה נעמט נישט מער ווי אפאר מיניט אין הילף איז דארט.
כי מלאכיו יצווה לך לשמרך בכל דרכיך

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: וויזוי איז געווען די וועג?
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום petergrifin, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות