אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

שליחה דורך פליקער »

אין קץ לאורך דרכינו - טרעפיק

איך פאר שוין אין קאנטרי שוין פיל יארן, אבער למעשה ווען איך פאר ארויס האב איך א געפערליכע מזל אז איך טראסקע אלע מאל אריין אין טרעפיק, וואס קען דאס מיט מיר זיין, די זעלבע צייט וואס איך פאר, פארן דאך נאך טויזענטער מענטשען, אבער איך שטעק אלע מאל אריין מיין קאר אין טרעפיק, ווען איך פאר מאכט זיך אלע מאל עפעס א פאנטשער, אז איך פאר אויפן עפ-די-אר, קיק איך אויפן בי-קיו-אי, דארט רייסט מען, איך קארגע חזר טראכט איך צי זיך, איז נישט ווערט צי פארן דארטן, וועסטו צאלן עפעס געלט, אבער אפקימען מיט ווייניגער צייט, דאס אנדרע מאל נעם איך קאראש, און איך שלינג איין עפעס באראיגינגס פילן, איך פאר אויפן בי-קיו-אי, אבער צי מיין שלאקס מזל, באקים איך די זכיה צי קיקן אויפן סטאדיום פאר א שעה, ווייל אויב דריי איך מיין קאפ צי לינקס און איך זעי ווי אויפן דרייוו שמייסן די קארגע זעכציג מייל א שעה, כאפ איך א בליט שטורץ, איך פלאץ ממש אוועק, אז איך זיץ און טרעפיק, און נאך באצאלט ווי טאטעלע, איך טי דאן הייליג שווערן מער נישט אזוי צי טיען.

איך הייב אן דעים וועיג מיט גוגל מעפס, אויב בין איך מסופק בליק איך אויפ וועיז, איך הער אויס אלע מענטשעלעך, יעדער באפעילט א אנדערער וועיג, איך זיך נאר די גרינע וועיגן, אלע זאגן אן קיין פראבלעים, נישט געזארגט מיר האבן פאר אייך א וועיג, עס גייט נעמען איין שעה מיט אכט און פיפציג מיניט, איר גייט אנקימען גענוי עלעף מיט איינס א האלב, איך בין פריילעך, אזוי פריילעך אז איך סטאפ אריין צי דרילער אויף לי, פאר א ווי איי פי, מיט א ברוינע איי, מיט א ריזיגע ביין, זיכער געוועין א שור נגח, איך פאר ארויס העפי, אבער מיין שוידער הייבט זיך גלייך אן, א מינדערליכע פארלעינגערינג, נאר א רויט לייט, א בעק לאג, א באטל נעק, א קאטשאפייע נעק, איך הייב אן טראכטן, ווי אזוי האט שוין וועיז געוויסט פינעם רויט לייט, נאך איידער עס איז געוועין, איך בין מחליט אז קען זיין בשעת מעַנשְה ווען איך האב דורך געפירט מיין סערטש, איז פינקט געוועין גרין, וועיזעלע ריקט ארויף די זמן ווען איך גיי אנקימען אן איבריגע פאראיבל מיט פינף מיניט, נישט קיין גרויסע מאלער, העליך אנקימען עלעף מיט זיבן דריי עפערטל, עני וועי האב איך דאך נישט אריין גערעכנט די סטאפ פאר געז אין ניו ג'ערסי.

אבער ווי א גזירה מן השמים, איך מיז בכל אופן זיצן אין טרעפיק, אין עצה ואין תבונה, די וועיג אריין צים עפ-די-אר פינעם בריק, די קליין שטיקעלע וועיג נעמט צוואנציג מיניט, גרויסע וועיז מיט גוגל מעפס, זעיען וואס דא גייט פאר, זיי מאכן שנעל א מיטינג, מואב מיט מדין מאכן שלום, עס איז נישט דא קיין ברירה, מען גייט פארבן די וועיג רויט, ווער וועט זיי קלאגן, א געשעפט האבן זיי, מען ציט ארויפ דעים זייגער, זיי זאגן נישט אז די וועיג פון אנפאנג ביז אהער גייט נעמען צוויי דרייע פערטל, דעיס קען דאך שאטן פאר זייער רעפעטאציע, נאר וואס דען, פון דא און ווייטער מהיום והלאה, נאר נאך א שעה מיט פיפציג, פיצי ווערטער ערגעץ אים זעי באר, לכאורה אינעם עגרימענט ווען איך האב געדריקט עקסעפט די עפפ, תינח אויב די גייסט אויפ עפעס א וועיג פארן אויף זיבעציג מייל א שעה, ווייל די זייגער ריקט זיך נישט, עס בלייבט ביי די שעה פינף און פיפציג, און איך פאר דאך זערא מייל פער שטונדע, ווי אזוי קען זיין אז איך גיי אמאל אנקימען, מיז על כרכך זיין אז זיי אינטרעסירט טאקע גארנישט, זיי וועלן זיך האלטן צי די צייט, ביז עס וועט ווערן ווייניגער.

איך בין דאך פארגעשריטן, א פעסטע וועיזער מענטשעלע, זיי געבן מיר א פאפ אפ, ווי זיי פרעיגן זיך ביי מיר, צי איך זעי א ציבראכענע קאר אויף די רעכטע זייט, אין טרי קוואדער אוו עי מייל, אויב יא לייג א לייק, איך גרייט זיך שוין מיט א שמחה יתירה, איך זיך די קאר, און יא! איך זעי עס, אבער דאן בין איך עס שוין דורך געפארן, די פאפ אפ פרעיגט שוין א אנדערע קשיא, איך שפיר איך וויל ציריק בעקן, איינער פיייפט, עט פימפער נאטער האט רעפארטעד דא פאליס "הידן", פאר צוויי טאג ציריק, זעיסט עפעס, איך ווער נערווירט, איך וויל וויסן עפעס וועיגן איצט, איך שריי זיי אן, איך בין אין טרעפיפיק, וואס פארשטייסטו נישט.

איך זעי עפעס א רייכע מענטשעלע אויפן סקרין, שוין ווייסעך וויפיל לייקס, איך נעם מיך נאך פליען יענע מענטשעלע, עפעס א אינערליכע רייץ וואס נאר וועיז פארשטייט, ער האט זיכער א מיני ווען, עפעס א חסיד פון עלפ צוויי עלפ, זיכער עפעס א פליקער, מיר גענעינען זיך, פליצלינג ער נעמט זיך פליען, איך קיק ווער עס איז משוגע, ווי אזוי קען ער פליען, איך פאר קוים צעין מייל א שעה, איך ווער מער נייגעריג, איך נעם נישט אראפ מיין אויג, איך פארליר אים שיעור נישט צעין מאל, צי מזל די וועיג עפענט זיך, איך מקל נאך יענע מענטשעלע, איך שטעל איין צעין פוינטס אויף מיין לייסענס, מיר זענען שוין זייט ביי זייט, איך קיק אויף מיין רעכטע זייט, ווי עס שטייט קלאר אויפן מעפ, אז אויף מיין רעכטע זייט געפינט ער זיך, אבער איך בין דאך אינדע רעכטע לעין, אפשר איז ער אינעם איסט ריווער, פינקט אריין געפאלן, איך קיק ימינה ושמואל'ה, אחור וקדם, אין קול ואין עונה, נישטא גארנישט, די גאנצע מעשה איז א שפיל, קיינער איז נישט קיין מענטשעלע, זיי האבן סתם פאפעלירט דעים בארד מיט מענטשעלעך, איך ווער אזוי און כעס, אזש איך אנאינסטאליר שיער דעים עפפ, איך וויל נישט וויסן פון גארנישט, עס שיקט מיך אויף יעדען פאריקטן וועיג, איך וויל ארויפ אויפן וואשינגטאן, שיקט זי מיך צין ווילעס עוועניו בריק, גיבט נישט אויף, האלט זיך ביי אירס, און אז איך פאלג נישט, פאר רשעות, מאכט עס גלייך מיין וועיג א שעה לעינגער, אבער ווען איך בין פולי סטאפד, דאן ריקט זיך נישט גארנישט, דאן גיי איך אנקימען נישט געזארגט, פינקטלעך צי די אפגעשמיסטע צייט.

איך בין שוין ערמארדעט, אויסגעמאטערט, איין אטעם געבליבן צי מנחה, איך מיז מאכן א עמערדזשענסי סטאפ אין מנחה עריע, א מסכת פאר זיך, פיינעלי טרעפ איך צעין פיפצן חברים, יעדער זאגט מיר, אינטערעסאנט אזא שנעלע וועיג קיין מאל נאך פריער נישט געהאט, די גאנצע וועיג אהער גענימען דרייסיג מיניט, זאג איך ס'קען נישט זיין איך קים דאך פונקט, נע איך בין קליג, איך קיק אויף וועיז, איך האב גענימען די ליקלאן טאנעל, דורך די וועסט סייד הייוועי, יעדער האט געוויסט נאר איך נישט, אדער סתם שקרנים, עפעס אזא פיפיקייט אז ער איז נישט געזיצן אין טרעפיק, זיין צייט איז צי טייער פאר טרעפיק, ער איז צי ביזי פאר אזעלכע נערישקייטן, ווען ער פארט רייסט אלעס, ער האט א טשערי לייט אדער וואס נישט, שוין קיין מאל נישט וויסן דעים אמת.

אקעי איך בין שוין נישט מקפיד אזוי שטארק, איך בין שוין עפעס ציגעוואוינט צים מצב, ציפיל קארן אויפן וועיג, מען ברויך פארשטיין, עס קימט א וויקענד, אבער פארוואס צינד טרעפיק אן מיין בעסקיסע אלארם, יעדע מאל וואס עס מאכט זיך טרעפיק, פינקט דאן ברויך איך אויסער געוועינדלעך ארויס, און ווען עס עפענט זיך אויפ די וועיג, עפענט זיך אויך אויף איבריג פלאץ און זעקל, איך איך פארשטיי נישט פארוואס איך האב פריער געברויכט בכלל, דאן האב איך שוין געניג צייט, איך קען דאן אפילו זיך אפשטעלן ביי יעדע בעסקיסע און זיך בודק זיין און איבערצייגן אקע אז איך בין לער, אבער עס מאכט זיך נאכאמאל טרעפיק ווערט די דראנג צי גיין נישט איבער צי טראגן, וואס פאר א קשר האט מיין עיזעי מיט טרעפיק.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר