קויפן א פערד! וואס האלט איר?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
ס'איז מיר לעצטנס אריין א מחשבה'לע אין קאפ, עס גליסט זיך מיר צו קויפן א פערדל מיט א וואגן. פשוט, אזוי ווי איר ווייסט, בין איך פון די פארצייטישע אידן, איך לעב נאך בעצם אינעם פארצייטישן דארף און אידישער שטעטל, נאר צופעליג איז מיין שטוב אין אמעריקע. איך האב א שטארקע געפיל צו קענען רייטן אויף א פערד און א וואגן, אנקומען אזוי אין בית-המדרש, פארקן דעם פערדל און זיך שטעלן דאווענען, דערנאך צוריקפארן אהיים אדער צו דער ארבעט.
קאמיש? - אפשר, אבער זייער געשמאק!
וויל איך הערן דא דעם דעת הקהל, וואס האלט איר פון דעם ראיון? - קלערט איר אז דאס וועט מיר שאדן פאר שידוכים? - בכלל, קען מען דאס קויפן נאך היינט, און וויפיל קאסט אזא מעשה?
שכוח פארן ענטפערן.
חקרן

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
א פערד אליין איז מער פראקטיש און אויב האסטו מורא פון גלוי וואלט איך דיר אויך נישט געראטן…
- הויזן טראגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 117
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
יא אבער פלאנץ איין א בוים ביים בית המדרש אז די זאלסט האבן ווי עס צו צובינדען
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
אזוי ווי ירא שמים זאג איך אויך אז יעצט קענסטו עס זיכער נישט טוהן, נאר טאמער פיל אנדערע טוהן עס אויך, מחשש גילוי. נו, אז יעדער טוט עס וואס איז שוין דער געשמאק דערפון?
נאך עפעס. ס'איז נישט ביליגער ווי א קאר. פון עסען ביז רייניגען און מעדיצין ועוד, קאסט עס א סאך מער פע''ר מיי''ל ווי א קאר.
קויף דיר ענדעריש א מאטא''ר ביי''ק כמנהג בני יוראפ (אנטווערפען און שווייץ) ווי מ'זעט דארט חוה''מ מיט'ן שטריימעל און לולב קעסטעל ארומפארען מיט'ן בייק. ס'איז א מחיה צו קוקען.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
די פרייזן פון טרעינד פערד הייבן זיך אן ביי 600 דאלער. א סעקנד הענד עימיש וואגן צוזאמען מיט די לייצעס הייבן זיך אן ביי בערך פופצן הונדערט דאלער.
אויפצוהאלטן די פערד, ווענד זיך, פאר א פארמער איז עס כמעט בחינם, אבער פאר א שטאטישער מענטש איז עס פיל טייערער.
די וואגן בדרך כלל מאכט נישט קיין פראבלעמען טאמער ווייזט מען וויאזוי עס צו טריטן, און קאסט דעריבער נישט קיין סך עס אויפצוהאלטן.
א פערד האלט זיך פאר בערך צעהן יאר (צו ארבעטן), און א וואגן פאר בערך פערציג יאר.
איך מיין אז מחוץ לעיר קאסט עס סוף סוף פיל ווייניגער ווי דער ביליגסטער קאר.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
וויפיל קאסט עס פע''ר מיי''ל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
רייטען אויף א פערד איז א עקספיריענס סאיז עפעס מער וואו א פראקטישער מיטל צו גרייכען פון איין פלאץ צום אנדערע.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
דאס האב איך געמיינט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
א פערד איז א געטליכע באשעפעניש. טאקע למעלה מן השכל, שכל ווי א פערד, א גוף בלי נשמה וואס וועקט אויף ראמאנטישע פילינגס מיט איר הערליכע מוסקולען ווי זי טוט טריי די ארבייט ווי א פערד און נעמט שמיץ ווי כלל ישראל מיט א מוח שליט על הלב סבלנות. מ'רעדט נישט פון קיין עמך פערד, נאר איינס ווי אלעקסיי האט פארמאגט, וואס טראגט דיך ווייט ווייט אוועק, שנעל זייער שנעל, ווי מ'זעט איר אויף מיוזיק ווידאו פן dance me to the end of love ביי לענאורד קאהן. אנו רצים והם רצים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
איך בין אייביג געווען א פען פון [tag]חקרן[/tag] אבער ווי א טאג ווער איך נאר א גרעסערע פען פון אים.
איך הייב אן טראכטן אז ס'איז אפילו פראקטיש אויך זיך איינצוהאנדלן א פערדל, די קאר'ס מיט וואס אונז צוריק געשטאנענע מענטשן באנוצן זיך איז מלא פראבלעימען, געז איז זייער טייער, ס'געשעהט פילע עקסידענטען, ווי אויך איז עס היפש טייער, דער פערדל קויפט מען פאר אפאר הונדרעט דאללער מגעט עפעס אביסעל גראז אין שטרוי און היידא מ'איז אויפן וועג..... ממש א קונץ פון טענכנעלאגיע... איך זעה פאר אז און אפאר יאר פון יעצט וועט דאס זיין א דבר השווה לכל נפש

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חקרן: אזוי ווי איך זעה האט שוין כמעט א יעדער געגעבן אן עצה פאר דיר וואס צו טון. ע"כ לאמיך אויכעט אריינווארפן מיינע צוויי סענט. אויב ס'איז טאקע חשקה נפשך אין די פערדיכע מיט'ן וועגעלע, וואלט געווען די גלאטסטע זאך אז די מאווסט קיין לענקעסטער קאונטי אין פענסילוועניע. די ארטיגע איינוואוינער לאזן זיך וואקסן בערד און זעען א ביסל אויס ווי חסיד'ישע אידן. זיי רעדן א שפראך וואס איז א ביסל ענליך צו אידיש-דייטש. און די עיקר. זיי באנוצן זיך נאך מיט פערד-און וואגן. אזוי ווי אין די אמאליגע צייטן. אויך האבן זיי נישט (אדער טארן נישט האבן) קיין אינטערנעט, ר"ל...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
האסט דערמאנט דעם פערדיכע, מסתמא מיינסטו א נקבה. דאס איז טאקע דער מין וואס רוב בעל עגלות ניצן, ווייל זכרים קענען גרינגער צעווילדעוועט ווערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
WOW, אונזער [tag]berlbalaguleh[/tag] האט ענדליך זוכה געווען אז מען זאל מדייק זיין אין זיין לשון, ממש אות אויף אות!moshav zekeinim האט געשריבן:האסט דערמאנט דעם פערדיכע, מסתמא מיינסטו א נקבה. דאס איז טאקע דער מין וואס רוב בעל עגלות ניצן, ווייל זכרים קענען גרינגער צעווילדעוועט ווערן.
אז מען דערלעבט, דערלעבט מען!
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
גאנץ א געשמאקע זאך א פערד און וואגן, מיין שאילה איז נאר אויב מיינע לייטס און סיירינס, וועל איך קענען ארויף לייגן דארט, אויב יא חקרן קענסטו מיר רעכענען צו מנין.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער זון האט אויפגעשיינט אין ניו יארק...עס איז א פרישע טאג, די ניו יארקער איינוואוינער הייבן אן זייער טאג טעגליכע ווערטשאפט, די טאטע גרייט זיך צו גיין צו דער ארבייט. דער מאמע מאכט גרייט די קינדער צו גיין אין סקול. הקיצר דער רוישיגער ניו יארק רוישט ווי די ברויזענדע כוואליעס פינעם דערבייעדיגען אנטלאנטישען ים..
איין זאך איז אבער אנדערש. עס שפירט זיך גאר אן אומאיינגענער גרוך.. מען הערט מאדנע קולת..און האקערייען.. עפעס איז נישט גלאטיג דא..
דער טאטע צינד אן דעם כלי (טעלעוויזיע בלע''ז) און אט אנפלעקט זיך פאר אים דער שטוינענדן נייעס. דער מעיאר פון ניו יארק סיטי מיסטער דיבלאזיא האט אקורשט געמאלדען אז פון איצט אן טאר מען זיך מער נישט באנוצן מיט קיין מאטארעזירטע מאשינען אין די שטאטישע גאסען, די אינווייערמענטליסען האט אפגעהאלטן דאס גרעסטער ניצחון זייערע אינעם יאר הונדרעט, דער שטראף פאר פארלעצער איז 28 קומיוניטי דינסט (אפרייניגען די שטאטישע גאסען פון הייסע פערד אפפאל) מעלד דער מעיאר הי''ה.
דער טאטע לויפט צום פענסטער כאפן א בליק וואס עס טוהט זיך אויפן גאס, און עס ווערט אים באלד אומעטיג אויפן הארצן. עס הייבט אים אן איבלען, די אויגען שטארצען אים ארויס פון די לעכער, דער אטעם ווערט אים פארקערצערט, וואס האט פאסירט? הינרעטער פערד שמייסען ארום אין די שטאטישע גאסן, און דער פערדישער געזאנג הערט זיך אין גרויסען, די גאסען זענען אנגעלייגט מיט פרישע פערדישע ווארע, און די גרוך איז איום ונורא, עס דערמאנט זיך פון די פרעש מכה אין עגיפטען.
די באמעס און די לאגאס למינהם רייטען אויף די בלויזע נאקעטע פערד, טייל פון זיי באנוצען זיך ניטאמאל מיט א זאטעל, און שמייסען דעם פערד מיט מערדערישע שמיץ. און שרייען מיט באנומענע קולות היידא..אזוי אז דער בהמה גסה ער זאל פארשנעלערן דאס גאלאפ זיינעם ביז צו א מאקסמום, און דאס געשריי פינעם געשמיסענעם פארוויינטען פערד פארטייבט די אויערן.
די איידעלע חסידים ואנשי מעשה פארן ארום מיט פשוטע וועגענער געשפאנט צו איין פערד, און פאר פאמעלעך אן קיין רעש און טומל, און הערן ר' יוסף חיים'ען זאל געזונט זיין, די נגידים און אפיציעלע באמטע פארן ארום מיט פראכפולע וועגענער, איינגעשפאנט צו צויי שטארקע ווייסע פערד. אבער זיי פארמאגען נישט קיין שטעקער ווי איינצושטעקן דעם סמארט פאן ימ''ש זייערער
בקיצור דער שטאט פארט אויף פערד...
דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.
די מערב וועלט האקט גענצליך אפ מיט די בני ישמאל, ווער דארף זיי נאך האבן? ווער דארף נאך זייער שווארצע פיש זאפט?
מען רעדט דא פון צירוק שנעלן די גלאבאלע פאפולאציע אויף די פערד און וואגען... דאס איז גאר נישט אזוי פשוט, דאס קען האבן א ערענסטע אפעקט אויפן וועלטליכען גלאויב אויף וואס מיר האבן קונה שביתה געווען.
דאן וועט זיך שוין פרעזידענט כאסעין, (פון די אריסטוקראטישע אבאמא פארמיליע, וואס שטאמען פינעם ווייטען אפריקא) טאקע קענן בארימען אז ער האט געמאכט טשענזש...פאר אלע שווארצע געווינטשען...

פריעד באטשי האט געשריבן:WOW, אונזער [tag]berlbalaguleh[/tag] האט ענדליך זוכה געווען אז מען זאל מדייק זיין אין זיין לשון, ממש אות אויף אות!moshav zekeinim האט געשריבן:האסט דערמאנט דעם פערדיכע, מסתמא מיינסטו א נקבה. דאס איז טאקע דער מין וואס רוב בעל עגלות ניצן, ווייל זכרים קענען גרינגער צעווילדעוועט ווערן.
אז מען דערלעבט, דערלעבט מען!
פריעד באטשי: א גרויסן ייש"כ אז דו באמערקסט אז מיין כבוד איז מושפל עדי ארץ. איך עפרישיעיט דיין מיטלייד מיט מיר. וואס האסטו געוואלט? אז מ'זאלל מדייק זיין אין די ווערטער פון א בעל עגלה אזוי ווי אין די ווערטער פון א שמעקעדיגן ראש ישיבה...?...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: דו האסט אראפגעלייגט א הערליכע פאנטאזיע. אונז (די נארמאלע מענטשן) האבן א גרויס מזל. אז אונזער געטרייער מעיאר בילל דע בלאזיא, ירום הודו (אזוי ווי דער בלאט באשרייבט איהם) חוץ פון זיין א געטרייער קאמוניסט און ענווייראנמענטאליסט איז אויכעט א גרויסער חסיד און אנהענגער פון חיות-ליבהאבערס. און זיינע פריינט די ענימל לאווערס זענען זייער שטארק אקעיגן זיך באנוצן מיט פערד פאר טראנספארטאציע...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: דו האסט אראפגעלייגט א הערליכע פאנטאזיע. אונז (די נארמאלע מענטשן) האבן א גרויס מזל. אז אונזער געטרייער מעיאר בילל דע בלאזיא, ירום הודו (אזוי ווי דער בלאט באשרייבט איהם) חוץ פון זיין א געטרייער קאמוניסט און ענווייראנמענטאליסט איז אויכעט א גרויסער חסיד און אנהענגער פון חיות-ליבהאבערס. און זיינע פריינט די ענימל לאווערס זענען זייער שטארק אקעיגן זיך באנוצן מיט פערד פאר טראנספארטאציע...!
רעב בערל דער אשכול איז דיין יארצייט, דעריבער האב איך פולע רעספעקט, פאר אלע דיינע קאמאנטירן אין דעם דאזיגן אשכול...
נאך אזא זאך...אזוי צווישען אונז גערעדט, אזוי ווי נישט ווי, אזוי מיר נישט די נישט, די ווייסט אפשר ווי מען קען זיך איינהאנדלען א געזינטער פערד? נישט קיין צוויי פיסיגס...ווי אויך דאס שוואנץ זיינער זאל נישט זיין צו לאנג, און אויך עס זאל זיין בלויז 6 יאר אלט? (נישט פארקויף א צוועלף יעריגס, און דער נאך וועסטו שרייען אז עס איז א זעקס יעריגס ווי די מעשה אין אנאטיווקע....)

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: