רבותי סאיז בין המצרים אין סאיז נאך נישט דא דא קיין איין אשכול אויף בין המצרים ,
וועל איך שרייבען דא אפאר ווערטער ,
אויף וואס קלאגן מיר ? אויפן בית המקדש וואס איז חרוב געווארן פאר באלד צוויי טויזנט יאר ? וואס איז די תועלת פון דעם ?
אלא מאי די קלאג איז אויף אונזער מצב כהיום הזה וואס דאס קומט כתוצאה פון יענעם חורבן , די ריחוק אונזערע פון באשעפער אונזער קליינער השגה אין תורה ,און אויך אויף דעם וואס שטייט אין ירמי׳ יג יז ובמסתרים תבכה נפשי מפני גוה גו׳ וואו חז״ל זאגן מפני גאותן של ישראל שניטלה מהם וניתנה לעכו״ם וד״ל
בין המצרים אשכול
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: בין המצרים אשכול
דאס איז אויך נכלל אין מיינע ווערטער אז וועגן אונזער שפל המצב ווייסן מיר נישט וואס צו קלאגן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער הייליגער ג-טליכער משורר, רבינו יהודה הלוי, אין זיין הייליגע קינה וואס מיר זאגן ביי די קינות תשעה באב אינדערפרי, גיסט אויס זיין פארבלוטיגט און צובראכען הארץ, מיט בענקעניש און גליסטעניש צו אונזער הייליגער פארלוירענעם לאנד, ארץ ציון וירושלים, עס איז כמעט נישט מעגליך פאר איינער וואס פארשטייט בלויז אביסעל דער פירוש המילות, פון דעם הייליגען קינה, אז ער זאל נישט אויסברעכען אין א הילכיגען געוויין, ביים זאגן דעם הייליגען פיוט.
לאמיר עס פרובירן אביסל צו פארטייטשען.....
ציון טוהסטו דען נישט פרעגען צו די פרידען פון דיינע ארעסטירטע, די וואס פארשן דיין פרידען, און זיי זענען די איבערגעבליבענע פון דיין סטאדע?
פון מערב, מזרח, צפון און דרום פרידן, פון נאנט און ווייט הייבט מען זיך צו דיר פון אלע זייטען, די פרידן-זיכער די גליסטיגע ארעסטירטע, געבן הייסע טרערען ווי די בארג חרמון, און גליסטן אראפצונידערן אויף דיינע בערג.
צו וויינען אויף דיין פיין בין איך ווי א שלאנג, אבער ווען איך חלום פון די צירוק קערן פון דיינע געפאנגענע בין איך ווי א פידל פאר דיין געזאנג!
מיין הארץ איז צו בית קל, און צו פניאל טוה איך מיך זייער שטארק בענקען, און צו מחניים און צו אלע דיינע הייליגע באגעגענישן.
דארט האט די הייליגע שכינה גערוהט אין דיך, און דיין באשעפער, קעגען די טויערן פון הימל זענען געווען דיינע טויערן.
און די כבוד פינעם הייליגען באשעפער זעלבסט איז געווען דיין באלייכטער, און עס איז נישט דא דיין זון און לבנה און דיינע שטערן באלייכטער.
כ'האב אויסגעוועלט פאר מיין זעהל איר אויסצוגיסען, אויפן פלאטץ וואס דער גייסט פון באשעפער האט זיך געגאסען אויף דיינע אויסדערוועלטע.
די ביזט געווען די הויז פינעם קעניג און די ביזט געווען דער בענקל פינעם באשעפער, ווי אזוי קענען קנעכט זיצען אויף די בענקל פון די הארן?
ווער וועט מיר געבן אז איך זאל קענען ארום שוועבן, אויף די פלעצער וואס דער אייבישטער האט זיך באוויזען פאר דיינע נביאים און דיינע אויס משל'לער?
ווער וועט מיר מאכען פליגלען אז איך זאל מיר דערווייטערן ווי א וואנדערער, איך וועל אויסגיסען מיין צובראכענע הארטץ צווישען דיינע חרבנות?
איך וועל מיך אראפווארפן צו מיין פנים צו דיין ערד, און איך וועל מיך זייער טשאשקענען מיט דיינע שטיינער, און איך וועל מיר דערבארעמען אויף דיין ערד.
אויך ווען איך בין געשטאנען אויף די קברים פון מיינע עלטערן, און איך בין פארוויסט געווארן אין חברון אויף די אויסדערוועלטע פון דיינע קברים.
איך בין דירך געגאנגען דיינע וועלדער און דעם בארג כרמל, איך בין געשטאנען אין גלעד פאלאזירט צו די בערג פון די אנדערע זייט.
דער בארג העברים מיטן הר ההר, וואס דארטן געפינען זיך די צוויי גרויסע ליכטיקייטען וואס האבן דיך באלאכטן און דיר געלערענט.
א נשמה'דיגע לעבן איז די לופט פון דיין לאנד, און פון די געשמאקסטע בשמים זענען דיינע שטויב, און ווי די זאפט פון די ביימער מיטן נאמען צוף זענען דיינע טייכן.
עס איז זיס פאר מיין זעהל צו גיין נאקעט און בארפעסיג אויף דיינע פארוויסטע חרבנות וואס איז געווען דיין וואוינונג, דער פלאטץ ווי דיין ארון איז באהאלטן. און אין די פלאטץ וואס דיינע פייגלען האבן גערוהט אין דיינע אינערליכע צימערן,
איך וועל מיך אפשניידן מיינע שיינע לאקן, און איך וועל אראפ ווארפן מיין שיינע קרוין און איך וועל שעלטן דער צייט, וואס דיינע אפגעשיידטע זענען פארשוועכט געווארן אין א טמא'נע לאנד.
ווי אזוי קען מיר זיין זיס צו עסן און טרונקען אין דערצייט וואס איך זעה, ווי הונט נעמען ארום דיינע לייבן, אוי....ווי אזוי קען דער שיין פון טאג זיין זיס אין מיינע אויגן, ווען איך זעה אין די מיילער פון די ראב-פייגלען די קערפער פון דיינע אדלער.
קלאג בעכער פארשטאטער זיך, לאז אביסל נאך! ווייל מיין מאגן און זעהל איז שוין פול פון דיין פארביטערטקייט, אין דערצייט וואס איך געדענק שומרון טרינק איך דיין צארן און איך נאג אויס דיין זאטץ.
ציון די גענצליכער שיינער ליבשאפט און חן איז אין דיר אנגעקניפט פון שטענדיג, און אין דער זענען אנגעקניפט די זעהלן פון דיינע גוטע פריינד, וואס פרייען זיך מיט דיין פרידן און עס טוהט זיי וויי דיין פארוויסטקייט, און זיי וויינער אויף דיין בראך.
פינעם גרוב פון געפאנגענשאפט שטרעבען זיי צו דיר, אין יעדער מענטש ביקט זיך קעגן-צו דיינע טויערן פון זיין פלאטץ, דיין ריזען סטאדע, וואס איז געווארן פארטריבן און פארשפרייט פון בערג צו פעלז, און האבן נישט פארגעסען דיינע צוימען. די וואס האלטן זיך אן אין דיינע זוימען, און זיי שטארקן זיך ארויפצוגיין און זיך אנכאפן אין די בלעטער פון דיינע טייטעלביימער.
בבל און פרס האט דען ענקער גרויסקייט א ווערט, זענען זיי נישט צו נארישקייטן צוגעגליכענט צו דיין אורים ותומים? צו וועם קען מען דען צוגלייכען דיינע כוהנים? און צו וועם קען מען דען צוגלייכען דיינע לויים און זינגער? די פעלקער פון די געצענדידער וועלן פארשווינדען ווערן פינעם האריזאנט, און דיין ירושה וועט פארבלייבען אויף אייביג, אויף דורי דורות וועלן דיינע אפגעשיידטע פארבלייבן.
דער באשעפער האט דיך געגליסט פאר זיין וואוינונג, וואויל איז צו א מענטש וואס וועלט דיך אויס און ער רוהט אין דיין הויף, וואויל איז דער וואס ווארט אז עס זאל דערגרייכען און ער זאל זעהן דיין דער ארויפגאנג פון דיין ליכטיקייט, און דיין שווארצקייט זאל זיך העכער אים צושפאלטען.
צו זעהן די גוטסקייט פון דיינע אויסדערוועלטע, און זיך פרייען מיט דיין פרייד, ווען די וועסט צוקערן צו אונז דיים פריערדיגע יונגקייט
אוי.... ציון הלא תשאלו לשלום אסירייך..............

וואס איז די תועלת פונ׳ם טרויער ?
די זעלבע שאלה איז ביי טרויער אויף א טויטען ס׳איז דא עפעס א תועלת פונ׳ם טרויער - אבלות ?
מיר ווייסען דאך אז א איד דארף זיין תמיד בשמחה ?
פארוואס זאל מען זיך נישט מחזק זיין מיט וואס ס׳גייט זיין בעתיד און זיין פרייליך פארוואס קוקען אויפן עבר און זיין טרויערדיג ?
נאר יכול להיות כדי מיר זאלן זיין ווערט צוריק באקומען מוזן מיר עס וועלן משל למה הדבר דומה ווען דו גיבסט אזאך פאר א מענטש וואס סאיז אים גוט אנעדעם שפירט זיך דער געבער וואו ער האט ארויסגעווארפן געלט אין מי , די זעלבע דא דורך אונזער טרויער ווייזן מיר אז סגייט אונז אהן און ס׳איז אונז נישט גוט מיטן יעצטיגן מצב , די זעלבע ביי א טויטען , דורך דעם וואס דו טרויערסט נאך עם ווייזטו אז ער פעלט דיר אויס , איז עס א אקט פון אהבה וואס דו גיבסט פאר יענעם ,
און מיט דעם פארטייען מיר דאס וואס חז״ל זאגן אונז כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה , בב״א.