מיין אומפארגעסליכע קאשמאר ר"ח אב שנת תשס"ד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

מיין אומפארגעסליכע קאשמאר ר"ח אב שנת תשס"ד

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גוט'ן חודש! דער עולם האט שוין גע'יעלה'ט און גע'יבוא'ט ב"ה, מוז איך אייך פארציילן מיין אומפארגעסליכע קאשמאר.

עס איז שוין עלעוו יאר זונט יענע איבערלעבעניש, גאלאנען וואסער זענען שוין געפלאסן אין אידישע וואנעס זונט דאן, ווען איך דערמאן זיך נאר דערפון קומט מיר ארויף דאס גאל, איך מיין אבער אז עס איז צייט אז איך זאל מיט טיילן מיטן ציבור מיין איבערלעבעניש וואס איך האב געהאט דעמאלדס.

מאנטאג פרשת דברים, ראש חודש אב תשס"ד: איך בין געקומען צו א באשלוס. היינט מאנטאג, (נאכן אפרעכטן אזאנע מצות ומעשים טובים נעכטן נאכט, שוין צופיל געזאגט.) גיי איך גיין דאווענען ווי א נארמאלע מענטש, צירוק גיין צו מיין אמאליגע 7:00 מנין, מיין באליבטע מנין ווי עס דאווענען דארט נארמאל געזעצטע בעלי בתים, ווי מער ווייניגער האט זיך יעדער א בערך'דיגער מקום קבוע, אין ביהמ"ד הערשט נאך דאן א רואיגע אטמאספערע, דער שטילקייט געוועלטיגט נאך אויפן מאפע, עס איז נאך איידער די פאריאגטע 'ראשאועער' גרייכט דאס ארט, איידער די כולל אינגעלייטלעך לויפן ווי די מוריטשקעס כאפן די כולל טשעק פונעם שטרענגן פרעזערוו ראמאפאו מארקער.

5:50 מיין זייגער קלינגט, נאכן צווייטן ידים ידי עשו אויפן סנאז באטען, צו איך מיר אויס ס'גלידער מיט א לאנגע קורצע קרעכטץ, איך קום ארויס פון בעט, איך טוה מיר אן, בראש מיינע ציינער און איך גיי אין ס'מדרש אריין, איך קום אריין אין ביהמ"ד, דאס קושען ליגט מיר נאך אויפן פנים, דאס גאנצע ס'מדרש איז אין א מצב פון שטיל-שא, אה, דער בריאה בתפארתה, דער שמש ביי זיין קליינטשיג פענסטערל איז מיר מקבל און גריסט מיר העפליך, אה, ....וואס אזוי פרי היינט?, דאס בעטל האט דיר ארויסגעווארפן?, ווי אין א רוטין קומען שוין די מידל עידזש פלאס אידן אפנעמען א גוט מארגן פונעם שמש, און מיטן זעלבען וויץ: די מקוה איז הייס? גוט מארגן אנע זארגן, די מקוה איז נאס? (כיכיכי, נאדיר א הויפן גרינע...)

איך גיי פראנויס צום קאווע שטיבעל, איך רעכט מיר אן א קאווע אה, א זיפ נאך א זיפ, אה לכבוד ראש חודש, אפליינענדיג די טעגליכע פאפירן (עס איז נאך געווען צו טרעפן, עס איז נאך איידער די צעיראם בחורים צוכאפן זיך איבער דאס הייפעלע פאפירן..), געקאווערט אלדסדינג ב"ה, בערקעוויטש מיט לעבעוויטש אין קאנטינענטעל, משה מאנדרויער'ס מיט פעקעטע אין בית (קבר) רחל.

איך מארשיר מיר צום בית הכבוד אפרעכטן דעם 'מעשה ידי טובעים'..פארשטייט זיך מיט די געווער אין האנט, א פאם קאפ וואסער, איך גיי תיכף צו צי מיין באליבטע שטיבעלע דארט נעבן די וואנט, נאכן טשעקן אינעם קעסטעלע אין עס געפונען לער פון די 'נויטיגע פאפירן' האב איך אין א געוואגטע אקציע אויסגעליידיגט דעם שכנ'ס באקסל, און זיך פלינק צירוק געקערט צום לעת מצוא, איי, ווילסטו וויסן פארוואס האב איך מיר פארליבט דייקא אינעם לעצטן בודקעלע, פשוט, ווייל די פאר יאר וואס איך ניץ שוין דעם שטיבעלע האב איך נאך אלטץ נישט אנגעיאגט צו אפליינען די שיין געמאלעוועטע ארטיסטישע ווענט, איך פערסענעל האלט אז אינזערע חרדישע אנ"ש ביהכ"ס פירקלער האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די ארטיסטישע פירקלערס אין ניו יארק סיטי..., צווישן די פולע האב איך שוין מפנח געווען די דאזיגע: זאלי ימ"ש, ווער ס'טראגט מיט די עירוב איז א מחלל שבת, צו זיין א שומר שבת רופט משמרת השבת...... 1718, משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], ציונים פוי (בערך הינדערט מאל), אקיצור יעדעס מאל לייז איך נאך א שורה'לע.

פארשטייט זיך דער טראדיציאנאלער טירן פאנטשער האב איך נישט פארפאסט, ווי דער יעניגער לויפט אטאמאטיש דורך אלע שטיבלעך אין פאנטשט אויף יעדע טירל רוטין מיט א שטארקייט , אזש די פומפדיתא איינוואוינער ערוועקן זיך פון די אויפטרייסלונג אינעם ביסקיסע באזע.

[ מיינע טינקעלע קאשמארן אין מקוה, האף איך צו מאכן א באזונדערע אשכול.]

6:20: איך לייג שוין צו דעם מקוה קארטל צום מאשינקע, מקיים צו זיין דעם "ושאבתם מעים", און ווי פארשטענדליך האב איך א וויידל אין די בעק, דער בחור'ל וואס ווארט שוין דא צען מינוט האט ענדליך געטראפן א רואיגע (?) אינגע טאטע וואס עס קען געלונגען זיך מיט צו כאפן, נאך א קורצע אבער שווערע אטעם בין איך אויף די אנדערע זייט, איך הייב אן נישטערן אין די הויפן האנטעכער, לייגענדיג די אויבערשטע אינטן און די אינטערשטע אויבן, וואס זאל איך אייך זאגן, רוב האנטעכער קוקען אויס ווי גערע תשמיש שמאטעס מיט לעכער פון אלע זייטן, אפשר מיטן חידוש פון לבוד האט עס א דין שלימה.

אקיצור איך טוה מיר אויס געשיקטערהייט די בגדים, צו מיינע אויערן דערגרייכן העפטיגע פלוישערייען, עס אטעמט פון א זאפטיגע דוסקוסיע, עס איז משמע אז די אלעקשענס זענען אויפן וואסער אויבערפלאך, איך זאג דיר בוש איז פארזיכערט מיט פלארידע, אבער קערי האט פענסילוועניע און ער האט אנפארטשענטלי אויך די דריטע "הוידע שטאט" אהייא שרייט א צווייטער, נאך א שנעלע שויער אנקומענדיג צום פרשת דרכים פאר די בורות, זע איך אז איך האב מיר נישט גענערט, יא ווירקליך, דער 'נאסער מגיד' זיצט אין הייסן בור אין מאנעוורירט די קופקע, (בעצם פאדערט עפעס באזונדער פארן נאסער-מגיד, אין קורצן: זייט די קול מבשר עפאכע האט ער פארלוירן זיין מיינונג, גראדע דרעזדנער האט איהם שוין געהאט עטליכע מאל אויפן ליין איבערצוגעבן אלטע היסטורישע געשעענישן, ער איז געווען פון די איינציגע וואס האבן געהערט די ראדיא, געברענגט האט ער די נייעס-פארשטייט זיך בתוספת נופך משלו.. און עולם גולם האט געגלייבט כנתינתו מסיני, היינט אבער, יעדער שמויגער קען די זעלבע נאך פלאפלען יוסי געשטעטנער מיטן פיסקעל קליפ, און אלע פאליטישע ווערטער טערמינען פון יצחק קלאר (המכונה באיי וועלט יואב בן צוריה) במילא איז ער אויס קוטשמע מאכער.

איך פרוביר עס צו מאכן שנעל, איך שטופ אין א זייט די הויפענעס בערד, א טיאכקע געטון און ארויס, איך הייב זיך אן ווישן מיט די האנטוך, עס איז געווען פאני אז די האנטוך ווערט נאסער און נאסער, איך אבער, בלייב נאך אלטץ נאס... איך האב על כרחי געמוזט מודה זיין אין נפלאות הבורא .

ארויסקומענדיג פון מקוה אזוי גלעטענדיג מיין פייכטן בארדע אויפן שפיץ מארדע, מיטן שיעפן הוט אינעם בארד שטייף שפיציג ווי א קאנאן, גיי איך צום סינק אפרעכטן א שנעלע כארכלעריי, און מסלק זיין די קליפות די שליים פון די אפגרינדן פונעם העלזעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

6:55: די פלאן גייט אריין אין אפעקט, היינט דאווען איך נארמאל געמיטלעך פון ברכות ביז נאך מוסף, איך שפאציר אריין אינעם צווייטן שטיבעל, איך טרעף מיר א ווינקעל ווי איך לייג אראפ מיין טו"ת, איך נעם א סידור'ל, איך שטעל זיך זאגן ברכות און שעכטן קרבנות מיט א רואיגקייט, צוביסלעך, דער מנין פולט זיך אן מיט מענטשן, אלע מינים פון יונגע, אלטע, בעלי בתים, פלייסיגע ארבייטער, ביז קליינע בחורים'לעך, פענסיאנירטע, און מלמדי דרדקי, איך וויקעל מיר איין געשוקט אינעם ווייסן ליילעך ווי א באדואינער כהלכה, דערנאך בינד איך מיר איין אין די שווארצע בענדעלעך, איך האף נאך אנצוהייבן 'יחד כולם הודו' מיטן בעל תפלה, נישט וויסענדיג אפילו וויפיל ארויסגעשטארטע אדערן און שטילע נקמה אפרעכנונגען ער גייט מיר פארשאפן.

ווער דער בעל תפלה איז געווען וועל איך פרובירן צו געבן א קורצע סקעטשע: ער איז פון די סענז סט' אידן, א נידריג געוויקסיגער עטוואס פעשליך, בעיקר פון הינטן, אקיצור א לאו-פעט אן עגול ואשמח אזא מיני-טראק, גייט מיט די sas סניקערס, דאס בארד ברייט פון אויבן און ווערט שמעלער ווי א 'טראכטער' ענליך צום בארד פון דמה בן נתונה, גראדע די שנויצן זיינע זענען שמאל און לאנג אזוי ווי דער גראף פון פעטערבורג (לפי צורת הכטפקויפט) א שטארקע "פען" פון שישקענען ביים דאווענען, פון די אריינשרייערס ביי 'ואת' מיט א צירי, אקיצור ער קען באשטיין אז יעצט איז תשכ"ז אויף בעדפארד עוו', פון די סארט גאטונג איז ער געמאדלט.

ר' ישמעאל אומר, דער באן לאזט זיך ארויס אויפן וועג, אין איך שטיי שוין גרייט מיט צו רייזען, דער קאנדאקטור רוקט זיך שטייטלעך פאוואליע, איך בין שוין ביי ברוך שאמר און ער פירט נאך אויס כי גמל עלי, געצויגן דאס דאווענען ווי דער שוחט ציט די קושקעס, ער האט זיך אזאנס ארויף געווארפן אויפן דאווענען ווי דער בער פון שפאלער זיידע אויפן פריץ, אזש איך האב שוין לאנג חרטה געהאט אויף מיין קבלה, אבער מיין ווארט איז א ווארט רויט אדער טויט, בייהאק או בייקראק, איך האב פשוט געדארפט דער חכם פאר התרת נדרים.

זיין קול וויל איך זיך עכט נישט דערמאנען, די קאשמארן פון אויסהערן זיין גריצלדיגע שטומע, עפעס ענדליך צו מיין גראבע עלטער-פעטער(ע"ה), פארמאכט אייער אויגן און זייט אייך מצייר די ערגסטע שטומע וואס איר האט נאר אמאל געהערט, יעצט מאך עס דיקער און געדעכטער, לייג צו הייזעריג, נו, עס גרוילט שוין, אה, אסאך מער פון דעם.. איר קענט שוין עפענען די אויגן, צו אלעם גוטן האט ער נאך געדאווענט אויפן מונקאטשער נוסח, אזוי מעלענכאליש אומעטיג טריב קאלמטונע, ווי @ליטפאק'ס מעלאדיע ביי לכה דודי שבת חזון.

און דער טרטימר בשר הערט נישט אויף זיך ארום דרייען שפיאנירענדיג צו ער האט פילייכט די פארלאנגטע ששה מתפללים... יעדע הללוקה לאזט ער זיך פריש ארויס אויפן יארכע זיכער צו מאכן אז דער עולם איז מיט איהם און נישט אז ער גייט ח"ו צו שנעל..איך פרוביר זיך מצמצם צו זיין דעם דע לפני מי אתה עומד, אבער אן ערפאלג, דער הויטע קראנקע נערווירט מיר ווי די דענטיסט דרילל...ענדליך מען זעט זיך שוין ביי ישתבח, מיין שכן אבער דארף זיך יעצט לאזן הערן מיט א קלארקייט אז ער האלט יעצט ביי ברוך שאמר, דאס אז די ברימסט זיך אינטער ברוך שאמר מיט פרומע קרעכטצן, וואלט איך נאך פארשוויגן, אבער דאס אז ווען איך בין צוריק געקומען פון הענט וואשן פאר הודו, האב איך נישט געטראפן מיין טלית בייטל ווייל די האסט זיך באקוועם פלאצירט דארט כאילו עס איז א פאר'יתום'ט ארט, געגעבן א פאק ארויס טלית ותפילין אויפגעדרייט און אפגעיאפעצט, און נאך א האלבע שעה צירוק געקומען ווי כאילו ביסט דא שוין מעודי, און זיך נאר ארויס געכאפט פאר א סעקונדע, דאס וועל איך שוין נישט פארשווייגן... די ווילסט קומען שפעט, געזונטערהייט, אבער געדענק אז אפשר שטייט איינער אויף דעם ארט, און אז די ביסט אנגעקומען שפעט ביי ישתבח, קרעכטץ נישט אוועק מיט צביעות'דיגע גרעבצען ברוך מרחם על הבריות...

נאכן פארזוכערן מיט בלק'ס צוזאגעכטצער פארן ocd געפלאגטן בעל תפלה - וואס האלט שוין ביים דריטן מאל ציילן 'ורעם ונשאם עד' - אז עס איז ווירקליך פארהאן די פארלאנגטע צאל מתפללים, האט מען זיך געשטעלט שמונה עשרה.

נאך אכט מינוט שמונה עשרה, דער עולם מער ווייניגער באשעפטיגט זיך יעדער מיט זיינע צרכים, איינער מיטן חוק א צווייטער מיט די פינעוו קאפיטלעך, איך האב שוין געענדיגט לייגן רביני תם'ס, שוין פארפאקט ס'רש"י תפילין, די שפילקעס זענען שוין מוכן ומזומן דער עולם זאל זיך זעצן אויף איר.. ענדליך דער גריטצלער אונזערע טרעט אויס זיינע טריט פאמעליך, און פלינקערהייט רייסט ער אראפ די תפילין פונעם גוף, געמיינט האב איך אולי קומט יעצט רבינו תם תפילין, אבער ניין! 'נישט מער און נישט וויינבערגער' ער לויפט ארויס, יא, דער "הכנות לויפער" האט אפגעפוצט פון ברעטל..נאכן אשר יצר איז ער דא צירוק, און יא, אזוי ווי איר הערט, ער הייבט אן ציילן צו עס איז דא מנין! דא האט זיך שוין געהערט פון אן ארבייטער אינגערמאן א ציצקע באגלייט מיט לומדישע פראזן "תשעה עונים" ששה מתפללים" שומע כעונה"...

ביי הלל האב איך געהאפט אז ער גייט אפטרעטן פון אמט, אבער ווי א הינט אויפן מארך ביין האט ער זיך געקלעבט אויפן ברעטל.. אנגעהויבן האט ער די ברכה מיט א שטיל קול'כעל ווי צו טעסטן ווי שטום זיין קול גייט, דערנאך ביי לקרוא את ההלל, שארפ צירוק ארויפגעשמיסן צוענדעגענדיג מיט א שטארקן קול אזוי מעשה חזנות, יעדעס שטיקעלע איז א מסכת פאר זיך, מיטן שנאה מקלקלת האב איך איהם געוואלט אנכאפן פון הינטן איינגעוויקלט אין זיין "טלית שכולו שחור" און ארויספירן פון דארט, געפירט האט ער דעם רידער ווי איך א נוירסערי קלאס, ביי הודו לה' איז גראדע געווען א שיין ניגון'דל, ר' בעריש ווישאווער'ס א ניגון, אבער אזאנס צו מאכן א דופן עקומה פונעם ניגון איז א שרעק, און ווען דער עולם האט געוואלט זאגן דעם ערשטען הודו לה' האט ער ווי להכעיס נאך געמוזט אריין כאפן די הויכע פאל אויך..ביי קדיש נאך הלל איז ער געריטן ווי א שנעל-צוג, היידא, ווי חזן יוסעלע ביי יודו ויברכו וישבחו ויפארו וישוררו... ווי קלאר צו שטעלן אז קעקעצן איז בכלל נישט זיין פעיווערט, און אז עס פעלט אויס 'כיפערן' קאן איך דאס אויך.

צו פתיחת הארון איז ער תיכף צוגעטאנצן, ווי כאילו עס געהערט אוטאמאטיש פארן בעל תפילה, די ויהי בנסוע האט געדויערט ווי יום הקדוש ביי נעילה, --נאר איין זאך, דארט ווייס איך שוין ווען איך בין פיניש מיטן דאווענען...-- זעלבסט פארשטענדליך אז בעל קורא איז געווען דער חתן דנן, (דאס גייט אינעם פעקעדזש פון דאווענען, ליינען, שופר בלאזן, איבעריגע גארטלעך, טוישן ס'קאפל, א חסיד נלהב פון די לחיים'ס נאכן דאווענען, שאוולען הערינג, צוזאם גריבלען די פירורי ספאנדזש קעיק, און וואס נישט?..) נאך א נידריגע ליצעטאציע פון פיר דאלער, הערט מען שוין ווידער זיין קול, כהן.. כהן.. אין כאן כהן, יעמוד הר"ר במקום כהן (פון ווי האט ער גלייך געוויסט אז עס איז נישט דא קיין כהן, מסתמא בשעת'ן שפיאנירן און ליינען יעדעמס סידור במשכ'ן דאווענען..) נו נא, יש כאן כהן... שלישי האט ער גענומען פאר זיך, >ופשוט היא<, דער "מנח-טראפ" ביי "זאאאאאת" עולת חודש.. איז געווען בנעימות כרגיל, גלילה האט מען צוגעטיילט פארן קלענסטע בחור'ל וואס איז געווען צו געפונען.

צו מוסף איז ב"ה א צווייטער צוגעטרעטן, איך בין שוין אן אפגעמוטשעטער א מידער, פון בכלל אנקומען צום ארבייט ערגעץ אין די גלילות פון זמן איז א פארגאנגענהייט, א שטיקעלע טרייסט האב איך, אה, עפעס לקח איז נאך געבליבן אויפן פאדערשטן טישל, עטוואס 'שאשקע זאפט' צו באנעצן די געטריקענטע לעפצן, ענדליך מען זעט זיך שוין ביי די פינעוו קאפיטלען תהילים -וואס געהערט בלויז פארן בעל תפילה-, צו מיין באדויערן אבער, על חמתי ואפי-אויף מיין נאז ארויף האט זיך איינער ארויף געלייגט זיינע פלינקע הענט אויפן לעצטן רעפטל "שיש לקח" ואני אנו אני בא מיט ליידיגע הענט, שאשקע זאפט פלעשל איז אינדערצווישן אויך לער געווארן, א האלב געטרינקענע גלעזעלע ליגט דארט אויפן טישל שיריים פון תרח'ס מנין, איך יושב מיר ארום, דער יצר טוב שרייט אין מיר, די חסיד פארשטעק די בושה און כאפ ס'גלעזעלע, ווידעראום דער שלעכטער שטן רוימט מיר אין מוח אריין, עה, לאז געמאכט יענעמס איבעריגס, אזוי עד דהכי והכי האט א דיקליך האריג כשער עשו האנט געלאנדעט מיט אן אומפעט אויפן קליינטשיק גלעזל ארויף, נאך שטייענדיג פארגאפט פונעם נארוואס אפגעשפיעלטן צענע, באקום איך נאך א פריינליכן ווינטש לחיים לחיים אזוי 'פאניע בראט', און ווער מיינסטו איז געווען דער רויבער פון מיינע לעצטע טראפן משקה-וואס איך האב מיר קונה געווען בטביעת עין קונינא דאורייתא-, יא יא, נישט קיין אנדערע ווי דער ראלי-פאלי, דער עגלה משולשת, די געזויערטע איינגעמאכטס וואס די ביזט, זאטלט אייך אפ פון דאנעט! די היפאפאטימעס קייקעלט אייך אוועק פון דאנעט, שוין זאפארט!

צום שלוס: ווען נישט איך קען די סארט מיקסטשור וואס ער איז פראדעצירט, וואלט איך בהחלט געמאכט דעם 'עושה מעשה בראשית' בדחילו ורחימו, נאר איך האב רעאליזירט אז היינו טעמא ד'כאפן דאס ברעטל והיינו טעמא ד'שלעפן א דאווענען והיינו טעמא בעשיית אן 'אפעל' נאך יעדע הללוקה והיינו טעמא ד'טוילעט לויפן, כולה חדא הוא!

איך מיין אז זייט איך האב געשאכטן מיין שכוי 6:55 אינדערפרי, בין איך שוין צירוק מילכיג געווארן...
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: מיין אומפארגעסליכע קאשמאר

שליחה דורך א איד »

איך אין דיינע שיך (אין דיינע הויזן עקל איך זיך אריינצוגיין) וואלט נאך שטילע שמו״ע ווילאנג ער קטנ׳ט זיך אויס, צוגעגאנגען צום עמוד, און אנגעהויבן ווייטער צו פארן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיך אנגעשטויסן.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

יאהרצייט
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

נישט בייז ווערן !!! מעשים בכל יום!!! צו דיין שלעכט מזל האסטו דעם טאג דעסיידעט אז דו גייסט אנהייבן דו ארבעים לבינה קאמפיין.

עס זאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער די פארכטיגע אידן וואס זענען מוחה אויף די אינגערע בע"ב וואס הייבן אן מיט איין מנין און ענדיגן מיט איינס וואס האט זיך געטעלט א האלבע שעה פריער און האט געהאלטן פאר הויכע שמו"ע ווען די צווייט האט געהאלטן ביים שטילן זענען צו פארדאנקען.

כלפי מה דברים........
איך דאווען און א שטיל ביהמ"ד ווי לעצטענס האט אויסגעבראכן א מגיפה (א מגיפה האב איך געשריבן ?!?!?!?..... יא א מגיפה)
עס האט אריינגעמופט און געגענט אן ערליכער הויכע דרייסיגער (וואס האט נישט געווארט אויף די ארבעים שלימים) און ער איז מוחה און פארשטייט זיך בקול רעש גדול אויף יעדען וואס עם האט נאר געדאכט אז ער האט נישט אנגעהויבן מיט דעם מנין (לאמיר ניטאמאל רעדן וואס עס איז געשען צו די דאזיגע וואס האבן געדאווענט אינדרויסן) און מחמת רוב מחאות האבן א שיינע פאר יונגעלייט צו געטוישט ביהמ"ד אדער לשיטתו... בכלל געסטאפט דאווענען לגמרי אדער און שול ער האט אנגעהויבן ארום ציקאלן די מוסדות וי געוויסע קינדער פון די דאזיגע מחוצפים גייען נאר מקיים זיין די געוואלדיגע מצוה םון ולפני עוור... פארשטייט זיך אז ער האט דאס געטון מיט ווייטאג.

וואס א מוסדות טוט דאן איז אין כאן מקומו להאריך צו זיי זענען גערעכט אדער נישט העמיר לאזן פאר א צווייטן צו עפענען אשכולות דן צו זיין.

אבער טראכט נאר אריין ווער האט ציגעברענגט דערצו ?!?!
פארוואס איז דאס אזוי געשען?!?!?
נייער תושב/מוחה/מנהיג, ווער האט דאס גורם געווען ?

נ.ב. איך מיין איך בין אינעם ריכטיגן אשכול...
פארשפארט