מיין שפאציר אין אוישוויץ

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
זעמיל מילכיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
געפינט זיך: שטעטעלע ק.
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

מיין שפאציר אין אוישוויץ

שליחה דורך זעמיל מילכיגער »

פון מיינע זיכרונות פאריאר אוישויץ, לכבוד די ניין טעג.


שנירעלעך נאך שניערעלעך פון מיינע אויגען עס גליטשט
ווען "אוישוויץ בירקענאוי" מיינע פיס טוט פאמעלעך באטרעטען
מיין מוח אבער מיט מחשבות, געפילן, עס מישט
א אלטען בלעטעל א פארגעילטען

די בהמות וואגאנען שטעלן אפ זייער גאלאפ
דזשאנדארן מיט ביקסען לויפן מיט א שמייכעל
מאמעס אין קינדער מיט יללות שטייגען אפ
און צווישען ליגט שוין דער אלטער אין א בלוט טייכעל

רעכטס! לינקס! הערט זיך צעווישען די הינט בילערייען
היסטוריע פון דורות אין משפחות גייט מיטן"שטעקעלע" פארביי
איך שטיי געפלעפט, איך קען די בילד קוים פארדייען
ווען פלוצלונג הער איך שנעלער! סקומט שוין א באן פונדאסניי

אויף זייער לעצטן וועג באגלייט איך מיט מיינס פיס
אין די איינגעווארפענע קרעמעטאריעם'ס זיי צודריקען
צייכענעס אויפן טיר ווייזען די געבעטן אין לעצטען היס
די גאז שוינט נישט קיינעם, קינד און קייט געטהון דערשטיקען

צו די נאקעטע באראקען מיין וועג איך ציל
צונויפגעפרעסט אויף הילצערנע שטאקן ליגן הויט און ביין
ביז מיט אכזריות מען טרייבט זיי ארויס צום אפיל
א טאג פון עבודת פרך, שלעק, מערדערייען, אוי טאטע די הארץ קען צוגיין!

מיט טרויער מיינע אויגן צום הימל איך ווענדט
ווען א פארצווייגטען בוים פארכאפט מיין בליק
מיט כעס פאכע איך צו איהם די הענט
מיט ווינדער ער קוקט מיר צוריק

מיט טרערען טו איך איהם שילדערען זיינע זינד
ווי האסטו געקענט מיט דיינע צווייגען וויגן
א מאמע געזעגנעט זיך מיט איר קינד
איידער ווערן פארניכטעט ווי די פליגן

ווי אזוי ביסטו געשטאנען פעסט מיט צווייגען ברייט
ווען אויף דיר מיין פאלק אויפגעהאנגען
די דייטש אינטער דיין שאטן גזירות באנייט
אין מיט פרייד א קויל טהון דערלאנגען

א פאשעמטער קלאפט ער מיר מיט זיינע צווייגען
לאמיר דיר אריינרוימען א סוד אין אויער
דיין זיידע האט זיין קארטאפל אינטער מיינע לאפעס געטהון לייגן
צווישען מיינע צווייגען געבליקט צו עס איז ליידיג די טויער

ר"ה תפילות אינטער מיין שאטן אפגעראכטן
מיט א ווינט א שטארקן מיינע צווייגען וויגען
פון די תקיעות זיך נישט דארפן פארכטן
איך האב דעם דייטש געטהון זיגען

מצות און אויל זענען שוין געליגען אינטער מיינע ווארצלען
מיט א כל נדרי דרשה פון א רב
נישט אפגעזאגט א תפילה א קורצען
נאר צוזאמען געבעהטן כמרחם אב

זיינע בלעטלעך אין צווייג א שאקל זיי גיבן
מיינע מחשבות פארזינקען און מיינע זיידעס
דער דייטש שוין נישטא, אבער איך בין פארבליבן
אין מיט א איכה ניגון ער וויגט, איך פארבלייב די לעצטע עדות!




היות איך בין נישט קיין פערפעקשאניסט אין גרעמער, און אין פארשידענע כללים, ולא הביישן למד איז נאך אלץ גילטיג, דערפאר ווער עס קען מיר העלפן זיך פארבעסערן איי רילי פרישעריד
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר