(ר') מיכלע חלוץ-האגער
- פרעגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:46 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
(ר') מיכלע חלוץ-האגער
צו די פטירה פון דער סערט וויזניצער רבי ז"ל איז ארויף געקומען די נאמען פון זיין עלסטער ברודער "מיכלע חלוץ".
וויפיל מיר ווייסן איז מיכלע געווען דער בכור פון דער מקור ברוך פון סערט וויזניץ. און זיין מאמע איז געוון א טאכטער פון ר' ישכר דוב מבעלזא ז"ל.
זיי האבן זיך גע'גט. און דער מקור ברוך האט חתונה געהאט מיט א אלמנה (די מאמע פון ר' נפתלי חיים אלדער פאטער פון דזיקוב וויזניצער רבי. און זיידע פון דער מוזיקאנט מאיר אדלער).
מיט די ווייב האט דער מקור ברוך געהאט נאך 3 קינדער. ר' אליעזר ז"ל דער סערט וויזניצער רבי. ר' משה ז"ל דער ראש ישיבה. בתו ע"ה אשת הרב שטערנבוך ראב"ד אנטווערפן.
די דריי זענען געווען זייער באקאנט. אבער פון דער עלסטער זון מיכל האט קיינער נישט גערעדט. עס איז מיר אלס געווען מדרש פליאה. ווען וועלט איז וועלט וואלט ער געקענט זיין א גרויסער רבי. א אייניקל פון בעלז און פון וויזניץ!
ווער איז ער געווען? פארוואס רופט מען אים "חלוץ"? איז דאס א טשעפע אדער א נאמען וואס ער האט זיך אליינס געגעבן?
פארוואס איז ער טאקע נישט געבליבן א היימישער?
איז ער טאקע אפגעפארן? און ווי אזוי? פארוואס?
איז דא קינדער פון אים?
וואס איז געווען זיין קשר מיט זיין פאטער דער מקור ברוך? די קשר מיט זיינע ברודער?
עס וואלט געווען זייער א אינטרעסאנטער נושא וואס מען קען אסאך דרעשן דערין. און אויפפרישן היסטאריע וואס איז (בטעות? במזיד?) פארשטויבט געווארן.
איך האב נישט געקענט טרעפן א בילד פון אים.
דער עולם איז מכובד זיך צו אנרופן ווארם.

נישט יעדע פראגע האט א ענפער.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מיין גוטע יוגענט חבר וואס איז א אייניקל פון ר' מאטעלע זז"ג האט מיר פארציילט אז ווען ער (ר' מאטעלע'ס אייניקל) איז געוועהן א בחור איז ער געוועהן א גרויסע טראבעל מעיקער און האט זיך ליב געהאט צו ענדזשויען לייף און איז ארומגעגעאנגען הויליען אין פארשידענע פלעצער ביז געוויסע "גוטע" אידן זענען אריין צו זיין זיידן פארציילן די מעשים טובים וואס ער טוט, ר' מאטעלע האט אים דעמאלט אריינגערופן און געמאכט נייע תקנות און גזירות, אז ער מעג נישט ארויסגיין פון שיכון און אז ער מוז זיין ביינאכט אין בעט אין אזא און אזא צייט, פארשטייט זיך אז די תקנות האבן אנגגעהאלטן פון אסתר תענית ביז שושן פורים. ווען דער זיידע ר' מאטעלע האט אים דאן אריינגערופן צום צווייטן מאל איז ער שוין געוועהן א חתן און ער האט זיך ערלויבט אביסל צו פארענטפערן, אדער וויאזוי אנדערע רופן עס "מתחצף זיין", איז ר׳ מאטעלע געווארן גאר בייז אויף אים און ער האט אים אנגעשריגן, מיינסט איך קען דיך נישט ארויסווארפן פון וויזניץ? דער זיידע (דער אהבת ישראל זצוק"ל) האט אויך ארויסגעווארפן זיין אייניקל מעכעלע חלוץ!
(למעשה איז ער היינט א פיינער אינגערמאן און איינע פון די חשוב'ע אייניקלעך פון ר' מאטעלע וואס ער קען זיך מיט אים שטאלצירן, און ער איז היינט צוטאגס א פייערדיגע חסיד פון זיין זיידען)
(למעשה איז ער היינט א פיינער אינגערמאן און איינע פון די חשוב'ע אייניקלעך פון ר' מאטעלע וואס ער קען זיך מיט אים שטאלצירן, און ער איז היינט צוטאגס א פייערדיגע חסיד פון זיין זיידען)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
לויט דער מציבה זעט אויס אז חלוץ איז יא געווען זיין נאמען און נישט עפעס וואס מען האט אים סתם אזוי גערופען
Sent from my SM-G920P using Tapatalk
Sent from my SM-G920P using Tapatalk
א איד האט געשריבן:מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
מוז נישט זיין, ס'דא מענטשן וואס זייער אמת'ע נאמען איז בלויז יחיאל און מ'רופט זיי מיכל.
די אותיות אויפן מציבה קוקן אויס בולטות, ס'ווערט געברענגט אז ס'איז קשה לשכחה צו קוקן דערויף. איך ווייס נישט צו א בילד איז אויך א פראבלעם.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
(ר') מיכלע חלוץ-האגער
פשוט נישט קיין טעות, אין א״י דעמאלט ביי די קרייזען האט מען העברעזירט אלע אידישע נעמען וואו אויך זיין מאמע וואס האט געהייסען העניא האט זיך אין א״י גערופן גאולה ושמעתי שכן כתוב על מצבתה ,א איד האט געשריבן:מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
ריכטיג: ווייסט אפשר וואו זי ליגט ? א בילד ?
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
ריכטיג האט געשריבן:די אותיות אויפן מציבה קוקן אויס בולטות, ס'ווערט געברענגט אז ס'איז קשה לשכחה צו קוקן דערויף. איך ווייס נישט צו א בילד איז אויך א פראבלעם.
אין הר הזיתים והר המנוחות האב איך געזעהן אסאך מצבות אזוי.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- פרעגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:46 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
פאליטיקאנטן און בעלי דמיון האבן געזאגט אז צווישן דער היינטיגער בעלזער מיטן יבלחט"א דער סערטער הכ"מ האט געהערשט אן אנגעצויגנקייט אלע יארן. א שטילע קריג און א קאלטע שלום.
מאנכע זאגן אז דאס האט א שייכות צו די גט פון זיין פאטער.
איך נעם א דיסקלעמער. עס קען זיין ריין דמיון. אבער עס נייגערט מיר וואס דארט האט "באמת" פאסירט.
אסאך פראגעס האבן ניקס דא שיין גענפערט. אבער עס איז נאך עבליבן היבש אומפארענפערט. וכל הקודם זוכה.
מאנכע זאגן אז דאס האט א שייכות צו די גט פון זיין פאטער.
איך נעם א דיסקלעמער. עס קען זיין ריין דמיון. אבער עס נייגערט מיר וואס דארט האט "באמת" פאסירט.
אסאך פראגעס האבן ניקס דא שיין גענפערט. אבער עס איז נאך עבליבן היבש אומפארענפערט. וכל הקודם זוכה.
נישט יעדע פראגע האט א ענפער.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
און נישט יעדע ענפער דארף מען ענפערען.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
היה שם איזה סיפור עם הכתבים שכ׳ המקור ברוך משנותיו בבעלזא .
אגב פרעגער פון די מוטער האסטו אינגאנצן פארגעסן צו פרעגן שאלות ,
פאשטייסט אז איר סיפור מיטן זונ׳ס איז ענג פארבינדען.
אגב פרעגער פון די מוטער האסטו אינגאנצן פארגעסן צו פרעגן שאלות ,
פאשטייסט אז איר סיפור מיטן זונ׳ס איז ענג פארבינדען.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
בעל הבית האט געשריבן:ער ליגט אין רמת גן דארט ביי די רויזנע באהוש דאכצאך נחלת יצחק הייסט די בית החיים
די רוזינער חלקה איז נחלת יצחק אין "גבעתיים" נישט רמת גן
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
וועגן די מעשה פון די כתבים ווייס איך נישט מער פון וואס כהאב געשריבען כגדענק שמועסן עפעס אזא מעשה פון די צייטן וואס כהאב זיך געדרייט אין בעלזא,פרעגער האט געשריבן:אמת. טאקע. דאס מיין איך.
ווי איך האב געהערט האט זי געהאט פרומע קינדער. אין בעלז האט זיך געדרייט א זון (פון איר ז"ש) מיט א שטריימל אוו בארד.
זייער פישי די גאנצע היסטאריע.
האסט עפעס צוגעווארפן וועגן כתבים. פון וואס רעדסטו? רעדט קלאר.
וועגן הענאלע . זי האט חתונה געהאט אין א״י מיט א יוד האט ער געהייסען ר׳ נפתלי פערלוב ע״ה א פרמער איד אויף די בילדער גייט ער א בארד מיט א שטריימעל ,
און איין זון געדענק איך וואס האט געהייסען ר׳ בערל פערלאוו ע״ה ער איז אוועק לעצטנס .
ירא שמים האט געשריבן:פשוט נישט קיין טעות, אין א״י דעמאלט ביי די קרייזען האט מען העברעזירט אלע אידישע נעמען וואו אויך זיין מאמע וואס האט געהייסען העניא האט זיך אין א״י גערופן גאולה ושמעתי שכן כתוב על מצבתה ,א איד האט געשריבן:מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
ריכטיג: ווייסט אפשר וואו זי ליגט ? א בילד ?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
פרעגער האט געשריבן:פאליטיקאנטן און בעלי דמיון האבן געזאגט אז צווישן דער היינטיגער בעלזער מיטן יבלחט"א דער סערטער הכ"מ האט געהערשט אן אנגעצויגנקייט אלע יארן. א שטילע קריג און א קאלטע שלום.
מאנכע זאגן אז דאס האט א שייכות צו די גט פון זיין פאטער.
איך נעם א דיסקלעמער. עס קען זיין ריין דמיון. אבער עס נייגערט מיר וואס דארט האט "באמת" פאסירט.
אסאך פראגעס האבן ניקס דא שיין גענפערט. אבער עס איז נאך עבליבן היבש אומפארענפערט. וכל הקודם זוכה.
הוילע דמיונות כפשוטו וכמשמעו
נישט קיין כתבים נישט קיין גט נישט קיין אנגעצויגענהייט
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
און וועגן די כתבים האב איך היינט געהערט פון צוויי בלזאים אז די רב האט זייער שטארק געוואלט די כתבים אבער די סערעטע רבי ז״ל האט עס בשום אופן נישט געוואלט געבן אפי׳ א קאפי ,
ומעשה שהי׳ אז ווען סערעטע רבי איז אמאל אוועקגעפארן האט איינע פון די בעלזער חסידים פון חיפה זיך איינגעבראכן אין חדר פון סערעטע רבי מיטן ציל צו לקח׳ענען די כתבים און פונקט איז איינער אריין און עם געפאקט ביי די מעשה,
ועד היום הזה האט ער עס נאכנישט באקומען , און סאיז צום האפן אז די נייע רבי וועט עס יא ארויסגעבן לעשות רצון צדיק.