גראדע האב איך טאקע נישט געזעהן גארנישט שלעכט מיט דעם בילד פון ר' אהרן'ען, פארקערט, ער עסט דוקא זייער איידל, מיטן הוט און בעקיטשע אנגעטון. אבער דער בילד פון הרב וואזנער האט מיך מער געכאפט האב איך אויף דעם קאמענטירט. אויף דעם בילד פון ר' אהרן האב איך פשוט נישט קאמענטירט. אבער פאקטיש איז עס זייער א נארמאלע און איידעלע בילד.
דער רבי זיצט אינעם עראפלאן און פירט טיש באקוועמער ווי איך אין מיין דיינונג רום... איך מיין אז נאך די חתונה תקנות זאל מען מתקן זיין עראפלאן תקנות, און ש.ש.ט. אין דער בלאט זאל האקן דערויף די נעקסטע פאר יאר....