מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
קויפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קויפער »

נישט שייך צו מעסטן אויף דעם אופן, ווארום, אויב איינער פארדינט א דאללער מער פער שעה פון דיר איז ער דען רייכער פון דיר?

ווען מען רעדט פון עדיוקעישאן רעדט מען פון בילדונג וואס בארייכערט א מענטש מיט ברייטקייט אדער אמתע עקספערטיז אין א פאך, עדיוקעישאן וואס רעזולטירט אין א דעגרי ואס איז די א״ב צו ווערן אקצעפירט אין פאזיציעס וואס צאלן סאך מער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קויפער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
״מה זה בו״ה, בו״ה״ ~ליפא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיט די ארומיגע דיטעילס און שטותים, לאמיר רעדן תכלית!
ווען נעמט ער אויף?

ווער באקומט די מעשר?
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

בעל תשובה
ס׳שטימט נישט מיט די מציאות! רוב קרית יואל איינוויואנער און רוב חסידים וואס זענען געגאנגען אין ישיבה מיטשעט זיך בדרך כלל צו ענדיגן דאס חודש, משא״כ רוב פרייע אידן אין אמעריקא וואס האבן באקומען א נארמאלע education לעבן אין prosperity!.

און ווייל ס׳איז געלונגען פאר איינעם אדער א מיעוט מיינט נאך נישט אז מ׳דארף נישט אין General עדזשויקעיטן דעם עולם![/quote]
פרייע אידן? מיז נישט אז פאדינט מער פין א uneducated היימישע אינגערמאן, זיין לעבן איז ביליגער קען ער זיך ערלויבן מער.
זיין אנגעטיעכטס אויף א פשוטע דינסטיג איז נישט מער ווי $100 max, including א היט.
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

א איד האט געשריבן:מייקראסאפט האט עם אריינגעווייערט די געלט אין זיין אקקאונט?
אדער עס מיינט אז ער מיט די גאנצע קאמפאני ארבעטן יעצט ביי מייקראסאפט, און ער האט נאר רויעלטי שעירס?

Terms of the transaction weren’t disclosed. But it’s the
first big public move out of the Microsoft MSFT -0.19% Dynamics business applications teams since it was swept into the software giant’s cloud and services group as part of a massive reorg in June.
http://fortune.com/2015/07/16/microsoft-field-services
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Copy/paste

חברה,
טשיל איט טשיל איט
שלמה בוים פון קרית יואל האט געטשעקט זיין באנק אקאונט לעצטנס און ער זעהט דארט נישט די מיליאנען וואס ער האט געדארפט באקומען לויט אלע בלאגערס און אלעס ווייסערס, איבעראל רעדט מען דערפון און אינטערסאנט אז נאר ער ווייסט נאכנישט דערפון...

כ'האב זיך לעצטנס אויסגעלערנט אז אלעס וואס מ'הערט דארף מען זיך פיצן די אויערן עטליכע מאל זיכער צו מאכן אז מ'הערט גוט, נאכדעם דארף מען הערן צוויי מאל צו מ'האט גוט געהערט און נאכדעם דארף מען זעהן צו דער וואס האט עס געהערט פון געהערט האט טאקע געהערט.

אלעס וואס מ'הערט און וואס מ'לייענט, אפי' פון גוטע סארסעס, קענען זיין פול מיט גוזמאות און אסאך שטותים

איך ווייס ממקור ראשון, ראשון שבראשונים (איינע פון די שותפים זיינע), די גאנצע זאך איז מיט גוזמאות עד אין לשער. יענער זאגט מיר, ס'איז א בחינה פון ויחד, פון איין זייט פריי איך זיך אז קיינער זעהט נישט מיין נאמען דערין אבער ס'טוט מיר וויי פאר שלמה, א פיינער אינגערמאן, ער פארדינט זיך נישט אזאנס

נישטא קיין ניין און דרייסיג רעדלעך, יא דא אסאך אינוועסטירערס און נאכדערצו האלט מען נאך פארן 'קלאוזינג', ס'דארף נאך אסאך אסאך געשעהן ביז מ'וועט 'קלאוזן' און נאכדעם גייט דאס געלט נישט קומען אין 'איין' ווייער אריין אין באנק אריין, ס'איז א מעשה פון א שיינע פאר יאר ביז אלע שותפים וועלן זעהן זייערע גרייצער פונעם ביליאנערסקע מייקראסאפט (און אלע אומ-פארגינער קענען נאך פורבירן צו שטערן...)

ואידך, אפי' וואס די שותפים וועלן יא באקומען וועט נאר זיין א חלק נאכן 'קלאוזינג' און א חלק במשך די קומענדיגע יארן, און מייקראסאפט וויל אז די חברה זאלן נאך בלייבן ארבייטן אפאר יאר דערויף, ס'איז דאך אזוי מין ווייט פון גלאטע 39 רעדלעך אין באנק אריין...

למעשה לויפט מען נאך א אינגערמאן כאילו ער האט יעצט געמאכט ניין און דרייסיג מעלאנעס אבער ער אליין ווייסט נאכנישט דערפון...

עקטשולי קיינער ווייסט נישט פון וואו די נאמבער קומט בכלל, גיי ברעך זיך קאפ אין די היינטיגע סאשעל נעטווארק עפאכע...

אמת אז ס'דא א דיעל, און גראדע א גוטע ביזנעס דיעל און א פאזעטיווע זאך אז א היימישער אינגערמאן 'קען אויך' שליסן א מקח'ל מיט'ן קאמפיוטער ריז מייקראסאפט, נאר פון דארט ביז די אלע 'גרופע שטותים' איז פאלג-מיר-א-גאנג

קומט אראפ ביטע
לאזט יענעם לעבן
הצלחה ברכה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Copy/paste ווייסט געווענדלעך וואס ער רעדט.
Under influence
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

ראשעקאל האט געשריבן:שלמה בוים שרייבט וועגן די עקוועזישען
http://blog.fieldone.com/microsoft-fiel ... hloma-baum

@עזריאל קוק די לינק וואס שלמה בוים שרייבט.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

וואס איז דער סאפטוועיר וואס ער האט פארבריצירט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

@ברסלבער ער האט פראדוצירט א מולטי-פלעטפארם פראגראם פאר פירמעס וואס שיקן ארויס זייערע ארבעטערס (אויפ'ן פיעלד).

טשעק אויס זייער וועב זייטל אויף fieldone.comfieldone.com.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך א איד »

א שאד עטץ האטס מיר ארויסגענומען די לופט פון די רעדער, איך האב ענדליך קוים מיט צרות זיך פארשאפט שלמה בוים׳ס נומבער, כהאב שוין געמיינט, אז איך וועל קענען ארויסשלעפן אפאר דולער, פון דעם מולטי מיליאנער, און וואס האב איך דערפון יעצט?
אז ער זאל מיר ארויף לייגן דעם גדר פילטער.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

ברסלבער האט געשריבן:וואס איז דער סאפטוועיר וואס ער האט פארבריצירט?

ליין דא
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך ל.רוזן »

IMG-20150722-WA0000.jpg
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך ל.רוזן »

Screenshot_2015-07-22-09-08-34~2.jpg
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאס קידוש השם האט אפגעקלינגן מסוף עולם ועד סופו. דאס האט עטוואס אפגעשלאגן די טעגליכע חילול השם ווי איגענטליכע פאלנע גוים ווערן טעגליך אויסגעקויפט דורך די גינגאטישע טעק קאמפעניעס, טייל מאל לייזענדיג איבער א ביליאן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פארוואס דארף מען בכלל גיין ארבעטן אין קרית יואל?, מ׳זעט דאך א ״פאקט״ אז 60 מענטשען אין קר״י האבן פרנסה און זיי מאכן ״קידוש השם״ והא ראי׳ ס׳שטייט בפירוש אין די ״טריביון״ ? און למעשה זענען אונז די ״רייכסטע״ שטעטל אין אמעריקא!!! מיטן הילף פון השי״ת באקומען מיר די מערסטע גאווערמענט סובסידיעס פון עני שטעטל אין גאנץ אמעריקא דאס אלעס איז צו פארדאנקן אונזערע פעסטע איבערגעגעבענע פאליטשאנס מיט טשערי לייטס וואס זענען גאר מעכטיג גרויס ביי די גאווערמענט און מ׳זעט פאר א פאקט אז מ׳קען מען זיצן אין כולל און קוועטשען די באנק וואס פעלט אויס די גאנצע עדזשיוקעישאן? למעשה פעלט עס ביי אונז נישט אויס והא ראי׳ יאקאבאבביטש לעפקאוויטש קעסטענבוים שווימער און שלמה בוים האבן גאנץ פיין מצליח געוועהן אן די קאלעדזש משוגעתן!

און מ׳וועט זיי נישט פארציילן אז ס׳איז דא א גרופע פון בערך פינף מיליאן מענטשען אין אמעריקא וואס זענען אויך ״אידן״ און זיי פארלייגן זיך זייער שטארק אז זייערע קינדער זאלן באקומען די בעסטע עדזשיוקעישאן וואס איז נאר מעגליך און זיי פילן אן אלע Ivy league colleges אין אמעריקא און די רעזולטס פון דעם איז אז די גרופע אידן זענען די רייכעסטע מינאַרעטי אויף די גאנצע וועלט!!! און די וועלטס בעסטע דאקטורים, לויערס, סייענטיסטן, עקאנאמיסטן, אַרכיטעקטן, אינזדשענירן, כעמיקער, פיסיקער, אינטעלעקשולס, פיליספאָרעס, קאָמעדיאַנס, דירעקטאָרס, פּראָדוסערס, סופרים קאורט ריכטער, יועצים פארן פרעזידענט, CEO פון די גרעסטע קאמפניס אין אמעריקא, און פון די גרופע אידן וואס זענען ניטאמאל איין פראצענט פון די וועלטס population זענען אבער 60 פראצענט פון די רייכעסטע מענטשען אויף די פאָרבס ליסטע! און ווען איינער וועט אייך דעס פרעגן זאלט איר ענטפערן די סליפּי סלאופּ ארגומענט אזויווי יענער[tag]BAL TSHIVA[/tag] האט גענטפערט אז למעשה זייער לעבן קאסט נישט מעהר ווי עוורידזש שווארצער און פארטריקאַנער! זיי דארפן נישט גיין מיט קיין דזשי און דזשי סוטס און זייערע היט איז ביליגער ווי ביי קרויס און זיי באצאלן נישט קיין 180 דאללער א חודש פאר שכ״ל ווייל זיי שיקן אין פובליק סקול און זייער רענט אויף פארק עוועניו אין מאנהעטן ווערט באצאלט דורך סעקשאן אכט!

מ׳וועט זיי ח״ו נישט פארציילן אז אמאל איז געוועהן א אידישע מיידל רחל פרענקל ע״ה Rosalind Franklin פון א פרומע שטוב אין לאנדאן וואס האט זייער שטארק געוואלט גיין אין קאלעדזש טראץ איר טאטעס קעגענערשאפט און למעשה איז זי ליידער יא געגאנגען אין קאלעדזש און זי איז געוועהן איינע פון די פיר מענטשען וואס האבן אויסגעטראפן DNA און זי האט געטוישט די מעדצינישע וועלט פאר אייביג!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך היסטאריקער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: שוין נישט נוגע
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

@שבת אחים ישר כח פאר די שיינע מעשה פין מרת. רחל פרענקל ע"ה, איך האב קיינמאהל נישט גיהערט פין דעם, במילא האב איך הנאה אז זי האט געטהון וואס מיר האבן געשריבן אויבן.
לאמיר זעהן וואס מיט איהר האט פאסירט:
#1 זי האט נישט באקימען די tools מיט וואס זי זאל קענען אנקימען צי א גוטן דזאב, איז זי גיוועזן פארנימען א גאנצן טאג מיטן זיכן וועם אין וואס צי באשילדיגען? ניין, זי האט געטהון למעשה אין זיך געגאנגען לערנען אין קאלעדזש.
#2 מ' האט איהר נישט געלאזט ג'יין אין קאלעדזש, האט זי דאס באוויינט א גאנצן טאג? ניין, נאר זי האט געטהון וואס זי האט פארשטאנען איז רעכט אין געגאנגען לערנען אין קאלעדזש.
The point is , we both agree that the system doesn't do us justice, but, instead of crying about it and get nowhere, let's be construtive, let's do it on our own, if you're not allowed to go to college and you feel this is what you have to do in order to be successful, JUST DO IT.
אין פייף אן יעדעם איינער, העכער ווי די fireworks ביי מגילה ליינען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער מאמענט האט פארלוירן ביי מיר די לעצטע קרעדיביליטי, זיי לייקענען דאס וואס איז געווען באריכטעט אין "פארשידענע פלעצער" די סומע פון 39 מיליאן.
זיי ווייסן נישט ווער ראשעקאל איז, און וואס א ווארט פון איהם מיינט..
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

לעניית דעתי איז דער טרוביון און מאמענט א גרויל פון ערשטן קלאס מכמה טעמים. צום ערשט פראבירט ער נאכצומאכן דעם גוי מיטן באשרייבן פרעזענדליכע מענטשן מידי שבוע ושבוע. אויסער די שטותים וואס ער שרייבט דארט צוזאם האט ער די וואך גערירט א קלימאקס. ער גייט באשרייבן א דיעל וואס א אינגערמאן האלט אינמיטן מאכן, און ער ווייסט שוין אפילו דעם גענויען ציפער. דער דיעל, וואס מייקראסאפט שרייבט אלייין איז נאכנישט פערטיג, קודם איז עס א פארטנערשיפ, און סוף יאר וועלן זיי וועליועטען די סאפטווער אפשאצן א ריכטיגער קלאזינג נומער. די דיעל איז נאך אויפן טיש, און דער מאגאזין שרייט שוין 'קידוש השם' מיטן פונקטליכן ציפער. ווייטערדיגע קאמענטערן זענען איבריג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג האט געשריבן:לעניית דעתי איז דער טרוביון און מאמענט א גרויל פון ערשטן קלאס מכמה טעמים. צום ערשט פראבירט ער נאכצומאכן דעם גוי מיטן באשרייבן פרעזענדליכע מענטשן מידי שבוע ושבוע. אויסער די שטותים וואס ער שרייבט דארט צוזאם האט ער די וואך גערירט א קלימאקס. ער גייט באשרייבן א דיעל וואס א אינגערמאן האלט אינמיטן מאכן, און ער ווייסט שוין אפילו דעם גענויען ציפער. דער דיעל, וואס מייקראסאפט שרייבט אלייין איז נאכנישט פערטיג, קודם איז עס א פארטנערשיפ, און סוף יאר וועלן זיי וועליועטען די סאפטווער אפשאצן א ריכטיגער קלאזינג נומער. די דיעל איז נאך אויפן טיש, און דער מאגאזין שרייט שוין 'קידוש השם' מיטן פונקטליכן ציפער. ווייטערדיגע קאמענטערן זענען איבריג.

ריכטיג האט דאכצעך געשריבן אז זיי האבן נישט געשריבן אז דאס איז די נאמבער?
ליין איבער זיינע ווערטער.
האמת לאמיתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך האמת לאמיתו »

ריכטיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:יעדער איז ביזי מיט די ארומיגע דיטעילס און שטותים, לאמיר רעדן תכלית!
ווען נעמט ער אויף?

ווער באקומט די מעשר?

וועד הקרי' און די ווילידש....
אויך דער אמת מיז זיין מיט אן אמת
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

שליחה דורך ל.רוזן »

Screenshot_2015-07-24-19-23-32-1.png
Screenshot_2015-07-24-19-23-19-1.png
פארשפארט