א גריס פון ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

א מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).

הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0309.JPG
IMG_0309.JPG (456.06 KiB) געזען געווארן 2264 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

עטליכע בילדער פון די כותל פון די הייעך. דאס איז פון א פריערדיגע ניסעה וואס אונז זענען געווען אין ארץ ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0316.JPG
IMG_0316.JPG (413.37 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
IMG_0315.JPG
IMG_0315.JPG (387.94 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
IMG_0314.JPG
IMG_0314.JPG (406.22 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
IMG_0313.JPG
IMG_0313.JPG (403.84 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
IMG_0311.JPG
IMG_0311.JPG (447.42 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראש הישיבה האט געשריבן:א מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).

הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.

אינטער דעם מנורה ווייס איך נישט ווער עס שטייט. אבער אריין און אלטשטאט - ממש אפאר גאסן פון דער מנורה - איז דא א מעזויאם פון די כלי ביהמ"ק מעט די בגדי כהנים זייער פונקטליך נאכגעמאכט, און זיי זאגן אז דאס האבן זיי געמאכט פאר'ן ביהמ"ק השלישי.

איך וואלט נישט אזוי שנעל געגלייבט אז ס'איז זייער מנורה, פשוט ווייל מ'קען נישט אזוי שנעל באקומען רשות אהינצושטעלן זאכען. אויך, לויט ווי איך געדענק האבן די חברה זיך עפעס אן עצה געגעבן מיט מחלוקת ראשונים, און אלס האט געשטימט, (עכ"פ לויט הרב קוק און הרב הרצוג זיכער)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ונבנתה העיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טיטול
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

לויט ווי איך פארשטיי פון די טאוול ביי די מנורה, באלאנגט די מנורה פאר די מיוזיעם.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איינער פון די זאכן וואס איך דארף נאך שרייבן איז הרב אלימלך בידרמאן. כדי דער עולם זאל מיר נישט פארשטיינערן, מוז איך מאכן א קורצע הקדמה. איך בין בטבע אלץ אפן פאר נייע געדאנקן. ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל פלעג איך גיין זעהן מענטשן וואס זענען מער באקאנט כדי צו זיין תוהה על קנקנו. איך האב געגעסן ביי הרב דניאל פריש כמה פעמים, ביי הרב אברהם מלעלוב, ביים קרעטשניפער, און געגאנגען זיין הרב בנימין ראבינאוויטש הרב עקיבא ראבינאוויטש, ועוד הרבה מהם. דא אין אמעריקא האב איך געוואלט גיין זעהן הרב העלבראנס נאך מיין חתונה, אבער מיין ווייב האט געוויינט צו מיר אז עס איז א קאלט און זי האט מורא אז איך גיי פארכאפט ווערן. לעצטנס גיי איך נישט אזויפיל צו די נייע אויףגעקומענע שטערנס, צוליב דעם וואס על פי רוב דערקענט זיך שוין פון וואסארא סארט מענטשן לויפן אים נאך, צו קענען זעהן וואס יענער האט (אויב ער האט) צו פארקויפן. למשל מיר אינטרעסירט נישט ראקאוו, פשוט ווייל די מענטשן וואס לויפן אים נאך על פי רוב זענען לדעתי קטני בעלי דעת (נאך א גוזמא), און שווער צו גלייבן אז איך האב וואס צו זעהן. הרב קלוגער אדער הרב קעניג (צפת) בין איך יא אינטרעסירט ווייל איך זעה א קאלירפול עולם וואס ציהט צו זיי. (איך גלייב אז איך האב קיינעם דא נישט באליידיגט)

ומכאן צו הרב אלימלך בידרמאן. שמו יצא לתהילה, זיינע קונטרסים זענען מופץ אין אלע היימישע געגענטער. אבער עס האט מיר נישט צופיל אינטרעסירט צוליב דעם וואס על פי רוב האב איך פארשטאנען פון די ציבור וואס איז מתלהב, אז חוץ פון שיינע מעשיות און ציבור אנשים תמימים האט עס מיר נישט אינטרעסירט.

פאר איך בין געפארן קיין מירון איז נתפרסם געווארן אז ר' אלימלך גייט זיין אין מירון אויף שבת. מען האט מיר געפרעגט פון אלע זייטן גייסט זיין שבת אין מירון? ווי ביי רבי אלימלך בידרמאן? איך האב אלץ געענטפערט אז איך פאר צו רבי שמעון און איך דארף נישט קיין מידעלמאן זאל מתווך זיין צווישן מיר און רבי שמעון. עס איז גענוג א חידוש אז כדי צו קאנעקטן צו גאט זאל מען דארפן רשב"י אבער נאך פארהאנדלער האט מיר נישט אויסגעפעלט.

למעשה האב איך געוויסט אז איך מוז אריינפאלן איינמאל צו רבי מיילך צוליב צוויי סיבות. איינס וואס גיי איך ענטפערן פאר יעדער וואס פרעגט מיר ביסט געווען ביי רבי מיילך? דער עולם איז דאך אזוי אדוק אין אים אז מען וועט מיר אהנקוקן ווי א משוגע'נע, וואס ביסט נישט אריין צו רבי מיילך? עה א שאד. צווייטנס, ווי נישט ווי האט מיר גענייגערט אביסל צו זעהן מאי האי, וואס איז דאס וואס ציהט אזא גרויסע ציבור, אז מען פארט פון חוץ לארץ נאר אויף צו קענען מיטהאלטן א שבת בצל רבי אלימלך.

ביי שלש סעודות איז די ראש הישיבה אריבער. איטרעסאנט אז הרב יצחק דוד גראסמאן איינער פון די גרעסטע און באקאנסטע חרדישע רבנים אין ארץ ישראל, איז געקומען מיטהאלטן פאר א שעה צוויי. (ער איז גראדע אויך א קרוב)

עס איז געווען א מחזה צו זעהן. א ציבור פון בערך 200-250 זיצן און זענען זיך מתחמם לאורו. לויט ווי עס זעהט אויס איז אלעס דארט נישט פרעדיקטעבעל. מען קען נישט וויסן וואס קומט נעקסט. ער זינגט און שרייט און רעדט זאגט א מעשה און זינגט די מעשה, און זאגט איי עפעס א קליינטשיגע קבלה'לע, ווייזן פאר רבי שמעון אז מען מיינט עס ערנסט. כן בקודש חזיתיך. ער פארציילט מעשיות מיט נעמען פון מענטשן וואס האבן זיך אינטערגענומען צו אוועקגיין פון דעם שמוטץ און דורך דעם געהאלפן געווארן אז יענען איז א גרויסע בעל צדקה.

ער זאגט תורה שטייעדיג. עס איז דא אין די צענטער א גרויס ספעס און ער שפאצירן בשעת ער רעדט, ער קוקט ארום אויף אלע פיר זייטן זאגנדיג און זיגנדיג די דברי התעוררות.

איך האב נישט קיין סאך וואס צו זאגן, נאר אז עס איז געווען שיינע מעמד צו זעהן.[/justify]
באניצער אוואטאר
בן עזאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך בן עזאי »

נאך אן אינטערסאנטע זאך אין א"י, אנדערש ווי אין אמעריקע. זענען א גרויס חלק פון די אינטערסטעיטס לאורכה ולרחבה פון א"י בלויז איין ליניע אין יעדע ריכטו, אהן קיין אפטיילער אינצווישן. ווען מען וויל פעסן א צוויטע קאר, ברויך מען אריינפארן אין די קעגנאיבערדיגע ליניע.

איך האב מיטגעהאלטן ווי א קאר פארנט פון מיר היאט געוואלט איברעכאפן א דאפלטע טרעילער, און איז אריינגעפארן אין די ליניע פון די קעגנקימנדע טראפיק.
למעשה האט ער זיך פאר'חשבונ'ט און א באס איז אים אקעגנגעקומען גאר נאענט, אזש ס'שוין נישט געווען מעגליך צו פארמיידן א צוזאמשטויס.
מה עשה? די דרייווער פון די דאבל טרעילער האט זיך אריינגעריקט אויפ'ן שאלדער, און אזוי זענען אלע דריי אריבעערגעפארן אויפאיינמאל!

זאגט נאר, אין אמעריקע קען מען אויך זעהן אזאנס?
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין יא פון די גרויסע מעריצים פון רבי אלימלך בידרמן.
לייגסט זייער גוט אראפ דעם בילד, פון אן אאוטסיידער'ס קוק ווינקל. כ'האב שוין אנגעמערקט בעבר אז כ'פלאן נאך אפצושרייבן א הערליכע באשרייבונג אויף דעם איש גדול, אלס איינער וואס קען אים פון דער נאנט. ווען מ'ענדיגט מיט אמשינוב, גייט מען בעז"ה באשרייבן רבי אלימלך בידרמן.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]אלע יארן פיר איך זיך נישט דוקא צו זיין ביי די הדלקה. מה כל הרעש? איינער צינד דארט אהן די הדלקה, נע, איך בין נישט געקומען צו די שאו, איך בין געקומען צו רבי שמעון. מען קען זיך פרייען ווען אימער ווי אימער בשמחת רבי שמעון. דאס יאר האב איך מחליט געווען אז נאך אזויפיל מאל וואס איך בין געווען ביי רבי שמעון, מעג איך אויך איינמאל מיטהאלטן די הדלקה אויפן דאך פון די באיאנער רבי. איך האב געלאזט מיינע פילינגס פריי און געפרואווט צו מיטלעבן די מאמענט.

איי וואס זאל איך זאגן? איה העט? איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן. די שטאטע ניגוני התעוררות פאר די הדלקה. עס האט נישט קיין ווערטער די מצב דארט. די הרגשים ווערן אויסגעצויגן וואס א מינוט. ביז ביז ביז מען זעהן אויף די סקרין ווי ער גייט צינדן אין די מוזיק הייבט אהן לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען הייבט זיך אין די לופטן, מען ווערט וועיטלעס (weightless)! די שמחה וואס איז דארט דא, לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.

שפעטער אינמיטן די נאכט, ווען איך בין צוריק צו מיין אכסניא, זעה איך אז מען גרייט זיך אויף עפעס אן הדלקה דארט!

הקיצור נאך א האלבע שעה קומט אהן די רב הכותל הרב ראבינאוויץ, מיט זיין טאטע אב"ד ירושלים, מיט א גאנצע גרופע פון בערך פופציג חברה, מיט אפאר גיטארס א קיבארד, ארה'לע סאמעט, און נאך אפאר מנגנים. עס הייבט זיך א גאנצע קומזיץ, מען גרייט זיך צו אן הדלקה. עס איז געווען גאר א געשמאקע קומזיץ. דערנאך האט הרב ראבינאוויץ געזאגט דברי התעוררות לכבוד המאורע, און דערנאך עודך א הדלקה מיט ריקודים, דאס האט אהנגעהאלטן א לענגערע צייט, ביז מען האט זיך געזעצט צו א סעודה לכבוד הרשב"י.

דאס איז געווען סתם א פערזענליכע אומגערעכטיטע באנוס וואס איך האב באקומען יענע נאכט.[/justify]


דא האט איר א לינק פון די צענטראלע הדלקה היי יאר פון באיאן.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

עס איז מיר היינט אהנגעקומען א בילד פון הרב חיים שלום דייטש. עס איז פון יאהרן צוריק ווי ער לערנט פאר א שיעור אין 770 (זעהט אויס אז ער איז אמאל געגאנגן א פלאטשיקע הוט). איך האב נישט געטראפן אין וועלעכע אשכול עס צו לייגן. אבער צוליב איר חשיבות לייג איך עס דא.
בייגעלייגטע פיילס
הרב חיים שלום דייטש מוסר שיעור.jpg
הרב חיים שלום דייטש מוסר שיעור.jpg (225.51 KiB) געזען געווארן 1983 מאל
זעמיל מילכיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
געפינט זיך: שטעטעלע ק.
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זעמיל מילכיגער »

לויט מיין אינפארמאציע איז הרב ר' חיים שלום געווען א ליטאי, ער האט געלערנט ביי הרב שך און ווער ער איז נתפס געווארן צו ליבאויטש האט זיך הרב שך ממש געזעצט שבעה, און דאס איז טאקע געווען איינע פון די שטארקע זאכען וואס האט אנגעצינדען הרב שך קעגן ליבאויטש.
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ער קומט פון א חסידישע שטוב.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

מער וועגן אים זעה אין וויקיפידיה

און דא.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

א אינטערסטאנטע נקודה האב איך באמערקט אין ארץ ישראל. אלעס וואס געשעט גייט מיר אן. זאלעס זיין בחירות, פוליטקה, ביזנעס, אדער יעדער זאך וואס מען זעט און מ'האלט אז ס'יאז נישט ריכטיג, לאזט מען זיך הערען, מעג עס זיין ברבים, אין פראנט פון פרמעדע מענטשן, זאל זיין וואס זאל זיין מ'קען נישט טאלערירין קיין אומ'יושר. (אנדערש ווי מ'איז געוווינט "מיינ"ד יא"ר א"ן ביזנע"ס").

איך בין געפארן אויף'ן באס אין די הייליגע שטאט (אגב פרעג נאר א יוד מיט א קליין קאפעלע וואו ער וואוינט "בעיר הקודש" איז די ענטפער, מיט אזא געגועים).

ביי איינע פון די תחנות נאך וואס די נהג האט ארויפלאזט די פארער, און האט שוין פארמאכט די טיר איז פון א זייטיגע געסל ארויסגעלאפן א פרוי און געפאכעט מיט די הענט אז מ'זאל ווארטן אויף איר, קוים זי כאפט די אטעם אבער זי לויפט און פאכעט, איך האב דאס באמערקט און אנדערע האבן אויך באמערקט (די נהג האט נישט), די חילוק פון מיר און די אנדערע איז געווען א זיי לעבען אין ארץ ישראל, פלוצלינג האבן זיך געהערט קולות פון אלע זייטן פן די באס:

אהה, נהג, נהג, תעצור, רגע, נהג וכו',

מ'האט געקענט מיינען אז ס'איז דא א באמבע אויף די באס, עס האט געשריגן א יונגע חיילת פון די זייט און א עלטערע יוד פון די אנדערע זייט, כולם קורים בפה אחד נהג תעצור!

און די נהג האט זיך אפגעשטעלט און אויף געמאכט די טיר, און מיט א שעמעדיג פנים (ווי ער וואלט באגאנגען אן עולה) איברגעבעטן די פרוי וואס האט קוים עספיעט נאכצו יאגן די באס.

איך האב דעמאלטס געטראכט צו זיך, אין אמעריקע וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געשען, קודם כל ווער דארף וויסן אז איך האב באמערקט, צווייטנס, זאל איך גיין שרייען און זיך אננעמען פאר א מענטש וואס איך האב קיינמאל אין מיין לעבען נישט געזען, און מסתמא וועל איך זיי מער קיינמאל נישט זען, דריטינס, מן הסתם זענען דא מענטשן אויף'ן באס וואס יאגן זיך זאל איך זיי גיין שטערען?, פערדענס די באס דרייווער האט נישט געזאגט "איים סארי דעטס די פאליסי",

די אמת איז אז ווען ס'וואלט געווען מיין ברידער וואס לויפט דארט וואלט איך אויך געשריגן, און דאס איז טאקע די סוד פון די יושבי ארץ הקודש, זיי אלע פילן זיך ווי ברידערס.
פארשפארט