וואס איך האב צו זאגען
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אין דעם איצטיגן השראה זאגט לעיקוואד דברים יסודיים שלא שזפתם עין מעולם. לדעתי דארף דאס ווערן דער טעקסטבוך פאר יעדן וואס האט שוין אמאל אדער פלאנט אמאל צו פירן אן אינטעלעקטועלע ויכוח.
איך האב אסאך מוסיף צו זיין אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט, בפרט נאכדעם וואס איך בין געווארן געטעגט דריי מאל

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 374
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:59 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל
איך האב גאר אסאך צו זאגן אויפן נושא, מקוצר זמן ועבודה רבה וויל איך קודם מיטיילן אן ארטיקל וואס איז מצוה לפרסמו. ווען איינער טייטשט ווען דאס איבער אין אידיש (און אויסגעארבעט ווייל ער זאגט אויך איבער זאכן) וואלט דאס גאר אסאך געהאלפן אפילו עקסלאסיווער לומדי תורה צו דורך טוהן סוגיות.
Intellectually-honest and intellectually-dishonest debate tactics
www.johntreed.com/debate.html
איך בין מייעץ מ'זאל דריקן און לערנען איבער שבת.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בוךווארעם האט געשריבן:איך האב גאר אסאך צו זאגן אויפן נושא, מקוצר זמן ועבודה רבה וויל איך קודם מיטיילן אן ארטיקל וואס איז מצוה לפרסמו. ווען איינער טייטשט ווען דאס איבער אין אידיש (און אויסגעארבעט ווייל ער זאגט אויך איבער זאכן) וואלט דאס גאר אסאך געהאלפן אפילו עקסלאסיווער לומדי תורה צו דורך טוהן סוגיות.
Intellectually-honest and intellectually-dishonest debate tactics
www.johntreed.com/debate.html
איך בין מייעץ מ'זאל דריקן און לערנען איבער שבת.
אופס, איך האב נישט מצליח געווען גענוג אומקלאר צו מאכען מיין פוינט, פירסט דא אריין אין עפעס אן אלטער פוינט וואס דו קענסט אן נישט וויסען קודם וואס איך זאג ..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 374
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:59 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:דאס יכולת איבערטראכטען די וועלט אין נייע קאטאגאריעס און שפראך יעדער טאג מאכט דער מענטש שטערקער פון גאט. אין אנדערע ווערטער עס גיט עם אן אינסופו'תדיגער מעגליכקייט צו באקוקען די וועלט יעדער טאג מיט א נייער שפאקטיוו. און צו טרעפן אן אינסוף פון גאט יעדער טאג מחדש ומתחדש בטובו בכל יום תמיד.
איינער פון די גרעסטער וואונדער פונעם מענטש'ליכער שכל איז דאס מעכגליכקייט פון "נישט-טראכטן" פון אלצדונג. צו פשוט-מאכן קאמפליצירטע ענינים און פילטערן וואס איז אומוויכטיג ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי א מענטש קען טראכטן.
לדעתי איז אין-סוף די מעגליכקייט צו וויסן לדוגמא אלע אופנים וויאזוי א שאך-שפיל קען אויסקומען. וואס כדי א מענטש זאל דאס קענען דארף מען לכאורה האבן א מוח גרויס ווי א וועלט. די חידוש פון די בריאה איז העדר - נישט. אז א מענטש קען נישט-טראכטן-נאר פון וואס ער דארף יעצט צו שפילן די יעצטיגע שאך-שפיל. דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש קען מארגן טראכטן פון-דאס-ניי א מושג וואס איז נישט שייך ביי אן אין-סוף וואס האט מתחילה געהאט די כוח צו קאמפריהענדען און קאלקיאלעטן אלע מהלכים.
בקיצור, די בריאה האט באשאפן א כוח פון נישט-טראכטן וואס האט אזוי ארום געמאכט א מציאות פון חידושים און ניי-בליקן (Fresh eyes).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
איטליכע מינדערוויכטיגע תגובות.
א. מתמטיקה איז דער שפראך פון דער אוניווערס, איז במקור פון משלי גלילאו, משלי יאיר הוסף נופך משלו אז ליבע איז דער שפראך פון מענטשהייט.
ב. די דיאלאגן פון אפלטון זענען דאך אנגענומען צו זיי פרי דמיונו, איז ער דאך שוין גארנישט אנדערש פון דעם @ווייסטוועמעכמיין וואס רעכנט סך הכל אויס וואס סוקרטס וואלט ווען געענטפערט אין אזא פאל...
ג. דער מנהג פון אריינלערנען די אייגענע בוך סברות אין די ווערטער פון אונזערע פריערדיקע, שטאמט פון די וואס פארקויפן לאקשאן און מעשיות פונעם באבען. אבער אז מען רעדט שוין יא תוכנ'דיקע דיבורים, שטימט עס אויך אן פארענטפערן א מדרש.
ד. בעצם הדבר איז אזוי. אמת אז לעולם ילמד בדרך קצרה, אבער פון די אנדערע זייט איז אין הלכה כרבי מאיר ווייל ער רעדט אומקלאר. די ריכטיגער מהלך איז טאקע צו רעדן קורץ אבער די ווערטער ברויכן זיי נידל שארף אז דער מכיון זאל בלייבן אומצווידייטיג. נו צו דעם פארלאנגט זיך א מורא'דיגע בהירות און שלמות האדם, שלאו כל אדם זוכה לזה, נו אויב קען מען נישט, איז די אומקלאקייט וואס מען האט א ראיה אויף אן אינערליכע חסרון, ווייט נישט קיין מעלה איבער א צווייטן.

- נקודת החבדית
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
באתי לגני תשל"ו
ועד"ז הוא בנוגע לביטול התלמיד, שבכדי לקבל השפעה שבערכו (אף שגם אז צ"ל בביטול, מ"מ) אינו צריך להיות בתכלית הביטול, משא"כ בכדי לקבל השפעה שאינו בערכו כלל, הנה כמו שהרב המשפיע צריך להניח את עצמותו כנ"ל, עד"ז הוא גם בהתלמיד המקבל (כמים הפנים לפנים55) שצריך להיות בבחינת ביטול בתכלית. ועפ"ז מבאר (שם) מה שאמרו רז"ל56 ר' זירא צם מאה תעניתא דלשתכח מיני' תלמוד בבלי כדי שיוכל לקבל תלמוד ירושלמי, "שהמכוון, שכשלא הי' כלי ריקן והי' בידו מהשגות הראשוני' לא הי' יכול לקבל השפע העליון דא"י". וי"ל הכוונה בזה, כי בפשטות אינו מובן מה שהוצרך ר"ז לצום מאה תעניתא כו', דלכאורה, הרי גם קודם לזה הי' אצלו הביטול כדבעי [דמזה גופא שלמד והשיג תלמוד בבלי הרי מוכח שהי' בביטול, שהרי השגת התורה היא ע"י הביטול דוקא ועד אשר כל תלמיד שאין שפתותיו נוטפות מר כו'], וא"כ למה הוצרך לצום מאה תעניתא כו', ועל זה מבאר כ"ק אדמו"ר הצ"צ, שהמכוון בזה הוא שהי' צ"ל כלי ריקן גם מהשגות הראשונים. דמכיון שבכדי לקבל אור נעלה יותר צריך להיות בביטול גדול יותר, לכן, בכדי שיוכל לקבל השפע עליון דא"י [שהוא נעלה באין ערוך], לא הי' מספיק הביטול שהי' אצלו מקודם, והוצרך לצום מאה תעניתא, שצומות הוא ביטול דמציאות האדם, וביטול זה אינו מספיק עדיין והוצרך להיות גם דלשתכח מיני' תלמוד בבלי (היינו שצ"ל לא רק ביטול מציאותו בכלל כ"א גם ביטול השגתו הקודמת)
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
איז עס טאקע וואונדערליך?
אט הערט דעם ביאור לויט די נייעסטע וויסשאפטליכע אנטדעקונגען.
לאנגע לאנגע יארן, איין דור נאכ'ן צווייטן, קומען מענטשן באטראכטן די וואונדערליכע 'ראטשילד פאלאץ'. איהר מאייעסטעטישע אויסזעהן, איהרע וואונדערליכע גארטנס, די געטליכע וואסער-פאלן, היפנאזירט די מענטשהייט שוין צעהנדליגע, צעהנדליגע יאהרן.
און נישט בחינם. נישט אומזינסט קומט מען פון אלע עקן וועלט באטראכטן איר אויסער-וועלטליכען שיינקייט, נישט פאר גארנישט איז זי געווארן דעם גוט-גייענדן משל אין מויל פון די פאלק'ס מגידים - די ערהאבענסטע אויסדרוק פון גענצליכע אריסטאקראטישקייט אויף אונזער געצוימטע וועלט.
דאס איז געווען די גולת הכותרת פון באראן ראטשילד - זיין לעבענ'ס ווערק. פון איר האט ער געטרוימט אלס יונגער ביזנעסמאן, און זי וועט אפשטעמפלן זיין נאמען פאר אלע דורות אזוי צו זאגן: דאס איז דער הימלישער ארט אין וועלכע הער ראטשילד האט געאטעמט.
און וואס זי איז דארף מען נישט, און קען מען נישט, אייך מסביר זיין. געהאקטע שטיינער פון לבנון, סטאטוען פון איטאליע. אויסגעפלאנט ווי א גריכישע, מיט א זעהל פון מאדערנע ארט.
און די צונויפשטעל? אה... וואס זאל איך אייך זאגן, שטיינער אזוי געשניטן אז זוהן שטראלן זענען אויף איר ווי טרוקענע וואהלן, וואסער-טייכלעך אזוי גלאט און פול מיט קאליר אזש עס קען זיך דאכטן אז יאשקע שפאצירט אויף איהר.
-----------
אבער מער נישט. דאס איז אלס גוט געווען פאר די פרימיטיווע האלבע-מאלפעס - זיי האט טאקע גוט געפאסט אזא התלהבות. יעצט האבן וויסנשאפטלער ארויסגעגעבן זייער באריכט וואס שטעלט אלעס אויפן ארט.
נאך א לאנגיאריגע פארש-ארבעט זענען זיי דערגאנגען אז ווען מען נעמט אין באטראכט די אויפגעוויזענע פאקטן, און די קלארע געזעצן וויאזוי די וועלט ארבעט איז אלעס פארשטענדליך. עס קען קלאר אראפגעשריבן ווערן וואס, ווען און וואו דא איז פארגעגאנגען.
איז אזוי, דאס איז שוין גראדע פון לאנג באקאנט אז באראן ראטשילד איז געווען א גביר אדיר, ממש אין היסטארישע פארפארציעס, ער האט געהאט אוועקגעלייגט אין זיין באנק קאנטע שווערע ביליאנען אין קעש.
וואס האט ער געטוען? ער האט אריבערגערופן איינער פון די בעסטע בוי-מייסטער אין זיין צייט און איהם פארגעשלאגן א גלאטן פלאן: איך האב אסאך געלט, דו האסט א געוואלדיגע בוי-טאלאנט, לאמיר מאכ'ן א טויש; איך גיב דיר געלט און דו בוי מיר דעם וואונדערליכען פאלאץ.
דערנאך - זענען די פארשער דערגאנגען - האט דער בויער נישט מער און נישט ווייניגער באשטעלט די שטיינער פון לבנון און די סטאטוען פון איטאליע, און אזוי די גאנצע ליסטע - אלעס האט ער זיך איינגעשאפט אדער געלאזט מאכן מיט געלט.
ווען ער האט די אלע סחורה שוין געהאט איז ער געגאנגען און געדינגען הונדערטער ארבעטער וועלכע האבן זיך גענומען בויען טאג און נאכט ביז זי איז פארענדיגט געווארן.
נאכמער, די פארשער האבן געטראפן די היסטארישע טראנזאקציעס פון דעם גאנצן פראיעקט. זיי האבן אפילו א קלארע מאפע ווי די ביג בענג, אה... כ'מיין די בלופרינט האט אויסגעזעהן.
מער וועלן מיר קיין קעלבערנע התפעלות נישט כאפן. פארגעט איט, די צייטן האבן זיך שוין געענדיגט, מיר ווייסן גאנץ גוט וויאזוי דער וואונדערליכער פאלאץ איז געבויעט געווארן.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
וואס ליגט אונטער די ברייטע, כמעט-נאטורליכע, שנאה פונעם עמך איד צו קריסטנטום (איך אויך ווס. לעיקוואד... )?
צווישן מיר און דיר; די דקות'דיגע, פילאזאפישע חילוקי דעות צי איינטיילן געטליכקייט אויף דריי איז א סתירה מיט אחדות (און אז יא? ) וואלט נאך עני דעי געקענט זיין א מחלוקת צווישן רמב"ם און רמב"ן...
איז דעם קאוונער שוסטער'ס זאפטיגע צלם-שפיי פשוט א קאנדישענד שנאה ווייל גראדע האבן די חסידים פון אותו האיש אויסגעטיילט צרות פאר די אנטי-חסידים?
איין זאך ווייסט דער שוסטער אויף זיכער; ער גלייבט נישט אין אותו האיש.
וואטעווער 'דעט' מיענס.
א חבר מיינער, א מקושר ביי הרב קלוגער, פארדרייעט מיר דעם קאפ איבער דעם גודל הענין פון 'גלייבן' אין ר' נחמן.
הריני מוכן ומזומן. אבער וואט דע העק מיינט גלייבן אין ר' נחמן? גלייבן אז ער האט געוואויגן 150 פונט? אז ער האט געהאט שיינע פאות?

בכלל נישט שווער, און דאס האב איך געמיינט מיט 'קאנדישענד שנאה'. עס איז במקרה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: וואס איך האב צו זאגען
קלאר ווי דער טאג אז די צרות וואס זיי האבן אונז אויסגעטיילט איז איבער גענוג גורם צו זיין די שנאה, איז אבער דא נאך עפעס.
די פילאזאפישע עקרי אמונה ווי שילוש וכדומה, זענען א שיינע פאר הונדערט יאר יונגער פונעם קריסטענטום. די עיקר וואס מיר האבן קעגן זיי איז אז זיי האבן געגנב'ט אונזער רעליגיע, עס גוט געמארקעט און זיי זענען געווארן די רוב, און מיר זענען פארבליבן די לוזערס.
Sent from my SM-G900T using Tapatalk

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איך האב צו זאגען
קוקט אויס ווי די מיסיאנערן רוקן זיך דא אריין,
קוק דא http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=9319 [emoji18]

- ידיד השטיבל
- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: וואס איך האב צו זאגען
ירא שמים האט געשריבן:קוקט אויס ווי די מיסיאנערן רוקן זיך דא אריין,
קוק דא http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=9319 [emoji18]
תנוח דעתך איך בין נישט קיין מיסיאנער :grin::grin::grin:
I can't believe I just said that...
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איך האב צו זאגען
די שנאה צו עמלק איז אויך קאנדישענד?!ונבנתה העיר האט געשריבן:בכלל נישט שווער, און דאס האב איך געמיינט מיט 'קאנדישענד שנאה'. עס איז במקרה.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איך האב צו זאגען
פ׳ מטות לתת נקמת ה׳ במדין שהעומד כנגד ישראל כעומד כנגד הקב״ה,
אאיז א ענין פון שנאה איז דא דארף מען נאר וויסען וואס ליגט אונטער די שנאה פונ׳ם שוסטער .

ונבנתה העיר האט געשריבן: א חבר מיינער, א מקושר ביי הרב קלוגער, פארדרייעט מיר דעם קאפ איבער דעם גודל הענין פון 'גלייבן' אין ר' נחמן.
הריני מוכן ומזומן. אבער וואט דע העק מיינט גלייבן אין ר' נחמן? גלייבן אז ער האט געוואויגן 150 פונט? אז ער האט געהאט שיינע פאות?
אזויווי די זאגסט אז די גלייבסט אין די תורה וואס דאס מיינט נישט נאר אז די תורה איז אמת נאר אויך אז די לעבסט לויט ווי די תורה שטעלט אוועק,
וכבר חלקו הפילוסופים בין believe in ובין believe that,
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
[tag]ונבנתה העיר[/tag] וגם בך יאמינו לעולם ווייסטו יא וואס ס'מיינט ?!ונבנתה העיר האט געשריבן:
א חבר מיינער, א מקושר ביי הרב קלוגער, פארדרייעט מיר דעם קאפ איבער דעם גודל הענין פון 'גלייבן' אין ר' נחמן.
הריני מוכן ומזומן. אבער וואט דע העק מיינט גלייבן אין ר' נחמן? גלייבן אז ער האט געוואויגן 150 פונט? אז ער האט געהאט שיינע פאות?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
וואס איך האב צו זאגען
אפאר הערות איבער אפאר פון די פונקטן וואס זענען ערווענט געווארן דא:
בנוגע [tag]טאמבל סאס[/tag]’נס הערה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אבן סינא [אביסעננא] האט געזאגט אז deja vu קומט פונ׳ם זעלבן מקום אינ׳ם נפש פון וואו נבואה קומט. ולענינינו קען מען דאס מקשר זיין צו וואס [tag]לעיקוואד[/tag] האט מחלק געווען בענין די שפראך צווישן מענטשן. דהיינו, דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ב פ״ז) זאגט אז א בעל קסם (וואס איז שוואכער פון נבואה), וואס קען נאכזאגן צום מענטש השואל אותו זאכן, און נאר די זאכן, וואס דער שואל ווייסט שוין (נאר דער בעל קסם נישט), איז אזוי ווי איינער וואס קען נאר ליינען כתיבה גסה אבער נישט כתיבה דקה ע״ש.
ולענינינו אין רוב פון די שינוי דעות פון מענטשן איז נאר דא א סלייט וועריעישאן וכדברי [tag]לעיקוואד[/tag], וואס אסאך פון די חילוקי הדעות וואס קומען שעין יא פאר אין א וויכוח וכדומה קומען בעיקר צושטאנד מכח א חסרון אין מבחין זיין אין די טייפּ פון שפראך וואס ווערט באנוצט [וכעין לקרות ולהבחין בהכתיבה הדקה] וכדבריו לעיל מזה.
2). בענין ג-ט און די יוניווערס בנוגע מאטעמאטיקס.
3). בנוגע די הגבלה פונ׳ם מענטש׳נס מדע און דאס אויסרעכענען/סאלווען (טעארעטיש) דעם שאך שפיל.
4). מ׳קען נישט האבן קיין טענות אויף מיין מגיב זיין און ארויפברענגען די אשכול, ווייל אין טאקע די אשכול האט מען מעורר געווען אין די שוועריקייט מגדיר צו זיין ווי אזוי מ׳הייבט אן און מ׳ענדיגט א שמועס. ווי אויך אין די אהעם... פוילקייט פון עפענען אן אייגענעם אשכול...
אויף מיינע תגובות זענען אויך דא וואס טענה׳ן אז מ׳פארשטייט נישט וואס איך שרייב...