אינטערסאנטער חידה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

אינטערסאנטער חידה

שליחה דורך פרייוויליג »

שמעו נא רבותי, פאלגענד איז א חידה, און איך וואלט זייער געוואלט הערן די מיינונג פון אונזערע מעמיקי דבר. וועגן דעם האב איך עס ענדערש געלייגט דא.
בייגעלייגטע פיילס
photo12334184457677245.jpg
photo12334184457677245.jpg (168.39 KiB) געזען געווארן 2490 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

E
[NAMELESS]

Re: חידה

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וואלט געזאגט d ניין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

D איז נישט מוכרח. קוק איבער נאכאמאל
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

פארוואס נישט c?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chusid האט געשריבן:פארוואס נישט c?

ווייל ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז א גרויסע רוב פון די פאסט איז נישט גוט אדרעסירט און די פאסט וואס קומט אן אין די צוויי טעג פון ווערן געשיקט זענען אלע אומעשעדיגטע גוט אדרעסירטע און נאך אלס יאגן זיי אן די פאסט מייסטערס אויך צו פאררעכטן און אריינצורוקן א שיינע טייל פון נישט גוט אדרעסירטע. (הלוואי אויף אונז געזאגט).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט זעה איך אז E איז אויך נישט מוכרח.

ס'קען זיין אז 24 פארצענט פון אלע פאסט - איקלודינג אלע, אבער נישט לימיטעד צו - גוט אדרעסירט און אומגעשעדיגט קומען אן אין די צוויי טעג פונעם ארויסשיקן
25 פארצענט קומט אן ציווישן צוויי און דריי טעג. חלק דערפון קען זיין נישט גוט אדרעסירטע און א חלק גוט אדרעסירט אבער געשעדיגט אין פאסט אפיס
51 פארצענט קומט אן נאך דריי טעג. אויך פון סוג ב'

יעצט איז קיין איינע פון די הנחות נישט מוכרח
A קען זיין אז די 51 פארצענט באשטייט פון די גרויסע צאל נישט גוט אדרעסירטע פאסט
B מאן יימר
C מאן יימר, ווי אויבן דערמאנט
D קען זיין A איז אמת
E שוין מקדים געווען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

Had this question on my LSATs
Besides the fasct that multiple choice questions make my knees weak this one felt impossible to answer.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:Had this question on my LSATs

[left]?None of the above wasn't one of the options[/left]
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יעצט זעה איך אז D איז אויך נישט מוכרח.

ס'קען זיין אז 24 פארצענט פון אלע פאסט - איקלודינג אלע, אבער נישט לימיטעד צו - גוט אדרעסירט און אומגעשעדיגט קומען אן אין די צוויי טעג פונעם ארויסשיקן
25 פארצענט קומט אן ציווישן צוויי און דריי טעג. חלק דערפון קען זיין נישט גוט אדרעסירטע און א חלק גוט אדרעסירט אבער געשעדיגט אין פאסט אפיס
51 פארצענט קומט אן נאך דריי טעג. אויך פון סוג ב'

יעצט איז קיין איינע פון די הנחות נישט מוכרח
A קען זיין אז די 51 פארצענט באשטייט פון די גרויסע צאל נישט גוט אדרעסירטע פאסט
B מאן יימר
C מאן יימר, ווי אויבן דערמאנט
D קען זיין A איז אמת
E שוין מקדים געווען


לאמיר רעדן פון הונדרעט שטיקלעך פאסט.
51 קומען אן <3 טעג און 49 קומען אן >2 טעג
יעצט פארוואס קומען די 51 שטיקלעך אן נאך דריי טעג?
די איינציגסטע וועג וואס א שטיקל פאסט וואס איז ריכטיג אדרעסירט קומט אן נאך 3 טעג איז אויב עס איז דעמעדזשד: In fact, correctly addressed mail takes longer than this only when it is damaged in transit
אלע פאסט וואס איז ריכטיג אדרעסירט און נישט דעמעדזשד קומט אן אין צוויי טעג.
ס'קען אויך זיין אז די סיבה פארוואס די 51 שטיקלעך קומען אן נאך דריי טעג איז ווייל ס'איז נישט ריכטיג אדרעסירט.

יעצט לאמיר גיין : A) A large proportion of the mail that is correctly addressed is damaged in transit A-E
דאס איז זיכער נישט אמת ווי ער הייבט אן אז מערסטענס גוט אדרעסירטע פאסט קומט אן ביז צוויי טעג
B) No incorrectly addressed mail arrives within two business days of being sent
אויך נישט מוכרח, מיר ווייסן נאר אז גוט אדרעסירטע, נישט געדעמעדזשטע פאסט קומט אן ביז צוויי טעג, קען זיין אז נישט-גוט אדרעסירטע קומט אויך ביז צוויי טעג
C) Most mail that arrives within two business days of being sent is correctly addressed
אויך נישט מוכרח, די נקודה איז צו טרעפן א תירוץ וואס איז מוכרח, ווי דו פרובירס צו איבערצייגען א דזשורי
E) More mail arrives within two business days of being sent than arrives between two and three business days after being sent
איז סתם ליגענט ווי די לעצטע זאץ פונעם שאלה זאגט אונז
די תירוץ מוז זיין D
די סיבה פארוואס 51 שטיקלעך פאסט קומען אן נאך דריי טעג איז ווייל ס'איז נישט ריכטיג אדרעסירט.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך האלט אז (A) אבער די ריכטיגער ענטפער איז לכאורה (D)

מיין השערה איז אבער אז A איז ריכטיג, ווייל ער זאגט קלאר איז 'אז אין פאקט ווערט דאס דעליווערט נאך דריי טעג', קומט אויס אז א גרויסע חלק זענען דעמידזשט, ווייל ווי דערמאנט 'מאכט די דעמידזש דעם ליעד טיים פאר לענגער', און אויב אין פאקט קומט עס אן טאקע שפעטער איז מוכרח אז א גרויס חלק זענען דעמעדזשט.

אבער 'לויט וויאזוי איך דארף עס פארשטיין איז', אז די פראגע איז נישט וואס קען זיין אמת נאר וואס MUST BE TRUE. ווייל אין אנפאנג האט ער געשריבן אז 'כמעט אלע' פעקלעך וואס זענען ריכטיג אדרעסירט קומען אן אין צייט. נאכדעם שרייבט ער דיר אז א גרויס חלק קומט אין פאקט אן נאך דריי טעג. סא דאס אז אלע פעקלעך קומען נישט אן אין צייט, קען עס ווייל עס זענען דעמידזשט. אבער דאס איז 'זיכער' אז אויב זענען זיי גוט אדרעסירט מוזן זיי אנקומען אין צייט. דערפאר מוז D זיין אמת.

---------
איך זע אז @ מנחם אבראמאוויטש זאגט די זעלבע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

D מוז אויך נישט זיין אמת ווייל ס'איז מעגליך אז ציווישן די פאסט וואס קומט אן אין די ערשטע צוויי טעג ליגט אסאך שטיקער געשעדיגטע
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:D מוז אויך נישט זיין אמת ווייל ס'איז מעגליך אז ציווישן די פאסט וואס קומט אן אין די ערשטע צוויי טעג ליגט אסאך שטיקער געשעדיגטע


ווילסט בעסער מסביר זיין, וואס פאר א שייכות עס האט מיט D?
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:D מוז אויך נישט זיין אמת ווייל ס'איז מעגליך אז ציווישן די פאסט וואס קומט אן אין די ערשטע צוויי טעג ליגט אסאך שטיקער געשעדיגטע


ווילסט בעסער מסביר זיין, וואס פאר א שייכות עס האט מיט D?

אז לויט וויאזוי D לויטעט אז א גרויסע חלק פון די פאסט איז נישט גוט אדרעסירט (וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט אן אין צייט), איז נישט וועגן דעם, נאר וועגן די פאקט אז געשעדיגטע פאסט נעמט לענגער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען זיין אז רוב פאסט זענען גוט אדרעסירט נאר די הויפט סיבה פון די שפעטערונגן די געשעדיגטע פאסט.
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

פרייוויליג האט געשריבן:
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:D מוז אויך נישט זיין אמת ווייל ס'איז מעגליך אז ציווישן די פאסט וואס קומט אן אין די ערשטע צוויי טעג ליגט אסאך שטיקער געשעדיגטע


ווילסט בעסער מסביר זיין, וואס פאר א שייכות עס האט מיט D?

אז לויט וויאזוי D לויטעט אז א גרויסע חלק פון די פאסט איז נישט גוט אדרעסירט (וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט אן אין צייט), איז נישט וועגן דעם, נאר וועגן די פאקט אז געשעדיגטע פאסט נעמט לענגער.

איך כאפ נישט פומקטליך וואס די מיינסט. אויב מיינסטו אז וועגען דעם קומט אן רוב שטיקלעך נאך דריי טעג ווייל אפילו ס'איז גוט אדרעסירט איז ווייל ס'איז דעמעדזשט, דאן איז עס A
A קען נישט זיין אמת ווי ער הייבט אן: Nearly all mail that is correctly addressed arrives at its destination within two business days of being sent
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

A "קען" זיין אמת, הגם נישט מוכרח אז זי איז. אנדערש ווי דו שרייבסט אז ס'קען נישט זיין אמת.

"correctly addressed mail takes longer than this only when it is damaged in transit" שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז טייל געשעדיגטע שטיקעלך פאסט זאל אויך אנקומען בייצייטענס
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

לאמיר עס צונעמען:
לאמיר צוטיילן אלע מעיל אין צוויי גרופס: 1) קארעקטט אדרעסירט, 2) אומ-קארעקקט אדרעסירט.
דערנאך לאמיר צוטיילן אין צוויי גרופס: A - געדעמעדזשט אין טראנזיט. B - נישט געדעמעדזשט אין טראנזיט.

טענה 1). יעדע שטיקל מעיל געהערט נאר צו איינס פון ביידע חלוקות. (אין אנדערע ווערטער, ער קען זיין A1, A2, B1, און B2).


די ערשטע סטעיטמענט איז מורכב פון 3 טענות.
טענה 2). לפחות רוב פון גרופ 1, קומען אן אין 2 טעג אדער ווייניגער, (צוליב דעם וואס די דעפינאציע פון "כמעט אלע" איז נישט קלאר, האב איך געטשוזט צו שרייבן "לפחות רוב").

טענה 3). די וועלכע געהערן צו גרופ 1 און קומען לענגער פון 2 טעג. זענען נאר די וועלכע געהערן אויך צו גרופ A. (גרופ A1).

טענה 4). רוב פון אלע גרופס צוזאמען קומען אן נאך דריי טעג.

פון טענה 2 און 3 צוזאמען קען מען דרינגען אז:

טענה 5). אלע וועלכע געהערן צו גרופ B1 קומען אן אין 2 טעג.

פון טענה 5, און 4, קען מען דרינגען אז:

טענה 6). גרופ B1 איז קלענער פון אלע אנדערע גרופס צוזאמען.

פון טענה קען מען דרינגען אז:

טענה 7). אויב גרופ B1 איז גרעסער פון גרופ A1, דעמאלס איז גרופ 2 גרעסער פון גרופ 1.

יעצט לאמיר אריבערגיין די options:

A- גרופ A1 איז גרעסער פון גרופ B1. עס איז נישטא קיין הכרח דערצו, (און אויך נישט קיין הכרח אויף פארקערט!).
B - קיין איינס פון גרופ 2 קומט נישט אן אין 2 טעג. עס איז נישטא קיין הכרח דערצו.
C - רוב וואס קומען אן אין 2 טעג, איז פון גרופ 1. עס איז נישטא קיין הכרח דערצו.
D - גרופ 2 איז גרעסער פון גרופ 1. עס איז נישטא קיין הכרח דערצו.
E - עס איז דא מער מעיל וואס קומט אן אין צוויי טעג, ווי וועלכע קומען אן צווישן צוויי און דריי. אויך נישט קיין הכרח דערצו.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:E

פארוואס האסטו אזוי געהאלטן ?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיך אראפלייגן דעם שאלה אביסל 'היימיש', און איר וועט זיך אליינס איבערצייגן אז קיין איין תשובה איז נישט מוכרח:

ווען משפחת מיקסעראוויטש עסט עפעס, דויערט עס זיי 'געווענטליך' נאר צוויי טעג ארויסצוזען די עסן פון זייער גוף אין בית הכסא אריין, וויבאלד די 'מיקסעראוויטש' פאמיליע איז באוואוסט מיט איר גוטע מטעבעליזם פון צומאלן די עסן שנעל.

אייגענטליך, די סיבה פארוואס נאר 'געווענטליך' ווערן זיי פטור דערפון אין צוויי טעג, און נישט 'אייביג', איז וויבאלד ווען זיי עסן טשאלנט -המסוגל לעצירות- קען עס דויערן דריי טעג צו מער, פטור צו ווערן פון די טשאלנט.

למעשה גערעדט, רוב מאל 'א מענטש' עסט, וועט דאס דויערן מער פון צוויי טעג ביז דאס ריקט זיך ארויס פון זייער גוף.

[וויכטיג אנצומערקן, אז משפחת מיקסעראוויטש קען זיין 99% באפעלקערונג פון די וועלט, אדער גאר 1% באפעלקערונג פון די וועלט, אדער סיי וואס אינצווישן].


וועלכע פון די פאלגענדע ענטפער'ס מוז זיין ריכטיג:
א. א גרויס חלק פון די עסן וואס פארט ארויס פון משפחת מיקסעראוויטש'ס גופים, איז טשאלנט.
ב. איינער וואס איז נישט חלק פונעם מיקסעראוויטש משפחה, קען נישט באווייזן ארויסצוריקן די עסן אין קנאפע צוויי טעג.
ג. רוב עסן פוןן די וועלט וואס פארט ארויס פון א מענטשנס גוף אין קנאפע צוויי טעג, קומט ארויס פון א מיקסעראוויטש פאמיליע מיטגלידער.
ד. א גרויס חלק פון די עסן אין די וועלט, קומט נישט ארויס פון משפחת מיקסעראוויטש'ס גופים.
ה. פון די עסן וואס ליגן אין א מענטשנס גוף, וועלן רוב ארויסשפאצירן אין קנאפע צוויי טעג, און די מיעוט וועט געדויערן ביז דריי טעג צו מער.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

[tag]אדנירם[/tag] דער משל איז זייער שיין.
אבער דו האסט נישט מדקדק געווען אין די צוויי/דריי טעג. ודו"ק
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chusid האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:E

פארוואס האסטו אזוי געהאלטן ?

לפום חורפיה משבשתא...

אפילו ביים מתקן זיין האב איך אויך מקלקל געווען, כ'האב געשריבן אז איך ציה צוריק פון D אנשטאט שרייבן אז איך בין חוזר פון E. (הערשט יעצט מתקן געווען)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

(כ'האב נאכנישט דורכגעליינט די דין ודברים).

מיין ענטפער איז D.

א. ער הייבט אהן אז 'כמעט אלע קארעקטע קומען אהן אין צייט (צוויי טעג), חוץ די וואס זענען געשעדיגט', קומט אויס אז כמעט אלע קארעקטע ווערן נישט געשעדיגט.

ב. אויב אזוי ווערט דאך שווער וויאזוי קען זיין אז רוב קומען אהן שפעט?

ג. אלא מאי מוז זיין אז א גרויסע טייל פאסט זענען אומקארעקטע, ממילא קען זיין אז רוב קומען אהן שפעט.

ד. איי וועט איהר פרעגן, אפשר זענען די אומקארעקטע ווייניגער ווי האלב, אבער צוזאמען מיט די מיעוט געשעדיגטע זענען זיי די רוב וואס קומען אהן שפעט?

ה. איז דער תירוץ, אין הכי נמי, D זאגט טאקע נישט אז די אומקארעקטע זענען רוב, עס זאגט נאר אז זיי זענען א 'גרויסע' טייל, און דאס מוז טאקע זיין, ווייל כמבואר בסעיף א' ווערן כמעט אלע קארעקטע נישט געשעדיגט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט