גלות און ארץ ישראל – פארגלייכן און אונטערשיידן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

גלות און ארץ ישראל – פארגלייכן און אונטערשיידן

שליחה דורך בר-כוכבא »

אמאל, מיט עטליכע צענדליגער יארן צוריק, איז געווען שייך און שכל'דיג צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן איבער דער באנייטער אידישער הערשאפט אין ארץ ישראל. דאס לאנד איז געווען דאמינירט מיט לינקע און אנטי-דת עלעמענטן, וואס האבן געזוכט צו סעקולאריזירן די איינוואוינערס פון לאנד און אויספורמען פון זיי א נייעם טיפ איד – א ישראל'דיגער סאברא. אזוי לאנג אין גלות, אין דער פרעמד, ביי אנדערע מענטשן אין שטוב, וואו מען האט אידן אין בעסטן פאל טאלערירט און אין ערגסטן גע'רודפ'ט און גע'רצח'נט, האט אונז אפגעטויט דאס געפיל פון זעלבסשטענדיגקייט. מיר האבן פארגעסן וואס דאס מיינט, און ווען די מעגליכקייט צו זיין אליין, ביי זיך אינדערהיים, אן האבן א צווייטן אויפן קאפ וואס זאל דיקטירן אונזערע באוועגונגען אויף טריט און שריט איז אונטערגעקומען, האבן מיר נישט געוואוסט וויאזוי מ'עסט דאס. ווער רעדט שוין ווען ס'איז געקומען מיט א פרייז פון פריקת עול – וואס איז געווען דאס מציאות אין רוב פאלן פאר רוב צייט פון דער קורצער עקזיסטענץ פונעם מאדערנעם ציוניזם.

ביז תש"ח, ווען טיילן פון דעם תנ"כ'ישן ארץ ישראל איז צוריקגעקומען צו אידן, איז שיבת ציון און אידישע הערשאפט אויפן לאנד געווען א טעארעטישער ענין, וואס איז נישט צופיל געווען נוגע אויף למעשה. שיבת ציון איז געגאנגען אינאיינעם מיט ציוניזם, און אונטער ציוניזם האט געשפאנט פריקת עול התורה. דערפאר איז געווען נישט מער שכל'דיג שארף אפצואווארפן דעם רעיון, און רוב רבנים און רביים פונעם אולרא-ארטאדאקסישן חדר האבן טאקע אזוי געטראכט.

ווען ארץ ישראל איז פאקטיש געווארן א אידיש לאנד ("די מדינה איז אויפגעקומען"), האט א ליידנשאפטליכע התלהבות ארומגענומען גאנץ כלל ישראל. יעדער האט געהאט א צד, אהער אדער אהין, און די צדדים זענען געווען עקסטרעם, אן קיין פשרות. ארץ ישראל צוריק אין אידישע הענט רירט אן א רויען נערוו ביי יעדן איד, און ס'איז געווען אוממעגליך צו בלייבן פאסיוו. מענטשן האבן אדער געלאכט און געוויינט פאר שמחה, אדער זיך פאר'חושכ'דיג פארקליבן אין א ווינקל און געוויינט אויף א נייעם חורבן. רוב אידן, פרומע און נישט פרומע, האבן געטאנצט מיט פרייד, אבער א מיעוט האט געפילט תשעה באב.

ס'האט נישט געקענט אנדערש זיין. ארץ ישראל איז געווען דער חלום נאך וועלכן כלל ישראל האט אזוי לאנג און אזוי שטארק געבענקט און געהאפט. דאס גאנצע אידיש לעבן האט זיך געדרייט ארום דעם געדאנק פון שיבת ציון אנגעהויבן ממש פון נאכן חורבן, און מיטן לאנד אין אידישע הענט איז עס געווען אדער אן אתחלתא דגאולה, אדער א משיח שקר בחינה וואס האט געשטעלט אין שאטן אלע פריערדיגע משיחי שקר דורכאויס די דורות.

לכל הדיעות איז עס אבער געווען ווייט פון א גאולה שלימה. דער פאקט איז געווען אז דאס לאנד איז געפירט געווארן דורך פרייע אידן, וואס האבן געוואלט אויסרייסן אידישקייט. זיי האבן פיינט געהאט דת און געשטרעבט צו מאכן פון ארץ ישראל א פרייע, סעקולערע לאנד, באוואוינט דורך פרייע, סעקולערע אידן. נאר וואס דען? עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אפגעשטעלט אויפ'ן מצב כמו שהיה בשעת מעשה, און אנדערע האבן געקוקט אויפן גאנצן, גרויסן בילד. די וואס האבן געקוקט אויפן מציאות פון דאן און דעמאלט, האבן באוויינט דעם מאסן פריקת עול. די גדולים וואס האבן געזען דאס כללית'דיגע בילד, האבן געזען דעם אנהייב פון א גאולה, אין וועמענס פראצעס די קעגנערשאפט צום דת איז טייל פון די חבלי לידה וואס קומט מיטן געבורט פון אזא לאנגען ווארטעניש. ביידע האבן אבער געוויינט אויף די טויזנטער אידישע קינדער וואס זענען פארלוירן געווארן פון תורה און מצוות און ביידע האבן זייער געוואלט זען די ענדגילטיגע גאולה השלימה.

דאס איז געווען דעמאלט. אין יענער תקופה האט מען זיך געדארפט טענה'ן און שפארן צי מצוות ישוב ארץ ישראל איז כדאי דעם איינשטעל פון איבערלאזן אידישקייט. היינט איז אנדערש. ארץ ישראל איז שטארק גענויגט כלפי און לטובת מסורה פון יהדות; אין חוץ לארץ, בפרט אמעריקע, וואו ס'איז אין די ערשטע יארצענדליגער נאך דער שואה געווען גרינגער צו זיין א חרדישער איד ווי דארט, איז דער מצב שוין אנדערש ווי אמאל. פונקט ווי אין ארץ ישראל בלאזן היינט שוין אנדערע ווינטן, וואס טרייבן פון לינקס אויף רעכטס, איז דער מצב אין חוץ לארץ פארקערט. שטילערהייט, פאמעליך אבער גאנץ זיכער הייבן די ווינטן אן בלאזן פון רעכטס אויף לינקס.

פינאנציעל, איז דער מצב אין לאנד אויך נישט געווען פויגלדיג, און אין די גלות לענדער, אייראפע און אמעריקע, האט געהערשט גאנץ א לייטישער שפע, בשעת דארט, אין ארץ ישראל, האט געהערשט דחקות און עניות. אבער אויך דאס האט זיך היפש געביטן. ס'איז נאך אלץ דא א שיינער חילוק פון דארט ביז די גלות-לענדער, וואו שוין מיט דער אפגעשטעלטער שפע און כסדר'דיג-פארגרעסערנדע נויט איז דער מצב פארט בעסער ווי דארט, עכ"פ פאר רוב חרדישע אידן. דאס טוישט זיך אבער. דא ווערט אלץ שווערער, און דארט, זייער שטאט און צוביסלעך, קומט דער "טוב תורה עם דרך ארץ" אריין אין דעם חרדי'שן לאגער. הונדערטער היימישע אידן זענען שוין אנגעשטעלט אויף גוטע, לייטיש באצאלטע פאזיציעס אין הייטעק און אנדערע סעקטארס, און דער אימפעט מיט וואס דאס פראגרעסירט ווערט אלץ גרעסער און שטארקער.

ס'איז זייער מסתבר אז אין די קומענדיגע עטליכע יאר וועלן די חילוקים פון דא ביז דארט זיך אויסגלייכן. די שאנסן אז א בחור זאל בלייבן ווי זיינע עלטערן וועלן דא שוואכער ווערן און דארט – שטארקער. דער ווינט פון דער גאס בלאזט דארט אויך, אבער דארט זענען די שאנסן פאר עמיצן וואס גליטשט זיך ארויס פונעם חרדישן מסגרת צו בלייבן א איד גרעסער ווי דא. כיוצא בו מיט פרנסה, וועט, ווי אלע סימנים ווייזן, דארט בעסער ווערן אפילו אין אמעריקע און אייראפע איז דער מצב ווייט נישט פויגלדיג.

וועט נישט איבערבלייבן קיין אנדערע סיבה צו בלייבן וואוינען אין גלות אויסער געוואוינהייט. מחוץ די סאטמארער קרייזן, וואו מען גלייבט נישט אין ארויפגיין ארץ ישראל, וועט א איד נישט האבן קיין אנדערע סיבה צו בלייבן אין גלות אויסער אפאטיע און די שוועריגקייטן וואס קומען מיט אזא טויש.
וואס וויל איך מיט דעם? גארנישט. סתם, חומר למחשבה.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר