זייער אסאך ידיעות קונה געווען דורך זיך אלעמאל דערייען אין זייטיגע בתי מדרשים כדי נישט נשפע ווערן פין א געוויסע קרייז געלערנט היבש בזמן הלימוד אין ישיבה/כולל נישט אויס געלאסט קיין גמרא שו"ע ווי אין חדר...א גוטן ידען אין רוב יודישע ענינים ימים ידברו גוט דורך געטון וואס'אמאל' האט א סאטמער חסיד באדייט
שלום עליכם נחבי טייערער, שטאק הנאה געהאט פון דיין אינטערדאקשאן, אויב ביזטו ופסי׳ס זון, זיי מוחל היט דיר נישט אריינצוגיין צו צימעס, כדי נישט נכשל צו ווערן נאכאמאל מיטן איסור לשון הרע, און דיין צונג וועט זיך ארועסשטרעקן ביז דיין אויפגעקראכן בייכל. אויב ביזטו נישט דער זוהן פון ופסי, מעק עס מיין מעסעדזש אטן נעם דיר צו די ארבעט. עניוועי וועלקאם טו די קלאב
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
וויילאיך האב געהערט פין מיינע חברים אז קאווע שטיבעל איז די זאך!!! איך בין א חסידישאר יוד אין איך האב נישט די אללע כלים וכלים שונים! אין אונז ווילען זיך א ביסל אינטערהאלטן אין די פרייע צייט
שלום עליכם. איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה. מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.
אסאך מאל אויסגעקומען דא צו ליינען אין זייער הנאה געהאט, געטראכט איך האב אסאך בויך קוועטשענישן מיצוטיילן פארן ציבור אין דא איז א געוואלדיגע גוטע פלאץ דערפאר, האב איך באשלאסן אז איך וועל מיר איינשרייבן און אויב איך וועל האבן צייט וועל איך אפשר קענען מהנה זיין א צווייטן
מפיץ אמונה האט געשריבן:שלום עליכם. איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה. מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.
come on you really need me to me about myself and how good i look and in what shtibel i daven די ווילסט מיר זאגן אז יעדער איינער האט פארציילט פונקליך אלעס דא?
מפיץ אמונה האט געשריבן:שלום עליכם. איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה. מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.
OMG וויפיל יאר מיר ווארטן שוין פאר דעם!, נאכן זוכן און זיך מוטשען אזוי לאנג האבן מיר דא ענדליך דעם אמת'ן מהלך אזוי פשוט און קלאר, וואספארא שמחה!,
Come on my friend the stage is yours let's see what you can good luck to you
אלץ איינער אין די צוואנציגער יארגאנג, וואס האט הנאה צי פארשטיין אין צי הערן אנדערע מיינונגען, האלט איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם. אן הוספה איז איבריג.
היימישע יונגעל האט געשריבן:אלץ איינער אין די צוואנציגער יארגאנג, וואס האט הנאה צי פארשטיין אין צי הערן אנדערע מיינונגען, האלט איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם. אן הוספה איז איבריג.
איך בין א שטילע היימישע אינגערמאן דאווענט ערליך האט ליב די באשעפער אין איך האב ליב אינטערסאנטע נייעס אין שטופן די צייט איך האב ליב צו הערן מענטשליכע מיינונגען אויף אלע ענינים