דִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר:
שטייענדיג אין די טעג וואס כלל ישראל טרויערט אויפן חורבן בית המקדש, אין די טעג וואס מיר האבן ליידער אלעס פארלוירן צילוב אונזערע זינד, און מיר זענען פארטריבען געווארן פון אונזער הייליגע היים-לאנד ארץ ישראל אין גלות אריין, מיר האבן פארלוירן אונזער כבוד און גלאנץ, מיר האבן פארלוירן אונזערע אמת'ע נאנטשאפט מיט אונזער הייליגע טאטע אין הימל, די שכינה הק' וואס האט געוואוינט דא ציווישען אונז, האט זיך אומגעקערט צו איר וואוין-ארט אין די הויעכע סעפערן, ואותנו עזבו לאנחות. ווער ווייסט ווי לאנג נאך אונז וועלן דא אפזיצען אין דעם פינסטערן גלות, וואס אין לך יום שקללתו אין מרובה מחברתה...
ווען דער גרויזאמער רשע און מאסן-מערדער, דער שר הטבחים ועבד ביש נבוזראדאן, האט פארטריבען די אידן אין גלות אריין, און געפירט די רעשטליך איבערלעבער, די שארית הפליטה פון דעם שרעקליכען חורבן אראפ קיין בבל בארפעסיג און געשמידט אין שווערע אייזענע קייטען, האט דער ג-טליכער נביא ירמיהו דאן געווארענט די אידישע קינדער ווי פאלגענד:
"וְדִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר, אֲשֶׁר הִגְלֵיתִי אֶתְכֶם שָׁמָּה, וְהִתְפַּלְלוּ בַעֲדָהּ, אֶל-השם: כִּי בִשְׁלוֹמָהּ, יִהְיֶה לָכֶם שָׁלוֹם".
אז כלל ישראל זאל פארשען צו דער פרידן פון דער לאנד ווי זיי ווערן פארטריבן, און מתפלל זיין צום אייבישטען צו די פרידען פינעם קעניגרייך, ווייל מיט איר פרידן וועט פאר אונז אויך זיין פרידען.
דאס הייסט אז אידן דארפן ארויסקוקען אויף די הצלחה פינעם מלכות, און זיין צו פרידען מיר אירע אינערליכע און אויסערליכע פאליטיק און געזעצן, טראץ דעם וואס איז אין קעגענזאץ אונזער אייגענער פאליטיק, עס זעהט טאקע אויס ווי א זאכליכע פארלאנג וואס לייגט זיך אויפן שכל, אבער מיט א טיפערע בליק האט ירמיהו פון אונז געבעטען גאר א קאמפליצירטע בקשה...
לאמיר זעהן וואס עס האט לעצטענס פאסירט, לאמיר א בליק אריין טאן אין די לעצטע געשענענישען...
1) ווי עס איז באוויסט אז נאך דעם וואס דער שאך איז פארטריבען געווארן פון איראן, איז אויפגעשטאנען אין איראן א גרויסע רשע און א אפענער און אויסגעשפראכענער שונא פארן כלל ישראל דער אימאם אטיילה חאמעיני שר''י, וואס האט באלד אנגעהויבן צו פרעדיגען אפען אז ער פלאנירט להרג, ולאבד את כל היהודים, טף ונשים ביום אחד, און ער גייט דעם גאנצען ארץ ישראל'דיגען אידענטום גענצליך פארניכטען הילי''ת ח''ו.
נעמליך אז מאנכע פון די מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו'ניקעס פרובירן טאקע אראפצושטעלן א פאלש בילד, אז דער כאמעיני האט בלויז פיינט מדנת ישראל און נישט דעם כלל ישראל, אבער מיר ערליכע אידן וואס האבן מקבל געווען דעם דעת תורה האמיתות מבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש רבינו מסאטמאר זי''ע, האבן כמה פעמים געהערט ווי אזוי רבינו הקוה''ט האט געזאגט בלשונו הק: "א גוי וואס האט פיינט מדנת ישראל איז נישט צילוב זיי זענען עובר אויף די שלוש שביעות החמירות וואס דער אייבישטער האט באשוואוירן דעם כלל ישראל, אדער צילוב דעם וואס זיי שמד'ן אויס די ילדי תמן ומאראקא, נאר פשוט ווייל ער איז א וויסטער אנטיסעמיט".
דער רשע חאמיעני באוואפענט זיך מיט דעם שעדליכסטער און מערסט-טויטליכער וואפן וואס איז נאר אמאל געווען זינט דעם וועלטס-באשאף, און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער סייענטיסט און פיזייקער צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען פארוואס דער רשע נויטיגט זיך אין אזא סארט שעדליכער וואפען, איראן איז אצינד נישט אין קיין מלחמה צושטאנד, און זיי זענען געבענשט מיט אויל, זיי האבן בלויז אצינד איין איינציגע שונא מדנת ישראל. אין דער שכל זאגט קלאר אז אין פאל עס וועט זיך מאכן א קאנפארטאציע פון איראן מיט מדנת ישראל, איז שטארק יתכן אז איראן וועט זיך באנוצען מיט דעם שעדליכער וואפן קעגן איר דם-שונא מדנת ישראל, וואס דאס מיינט קלאר א פולשטענדיגע קאטאסטרופע אויף אחב''י היושבים שמה בהר הקודש בירושלים.
ביזן היינטיגען טאג האבן זיך די פירער פון אונזער מלכות של חסד גאר שטארק ארויסגעשטעלט קעגען אט די שרעקליכער געפאר, און זיי האבן שטענדיג פרובירט צו בלאקירן איראן'ס מעגליכקייטען צו קענען ערצייגען אזא טויטליכער-וואפען, פארשטייענדיג דעם שרעקליכען געפאר וואס שטעקט אין דעם, טראץ דעם וואס מדנת ישראל זעלבסט פארמאגט אויך דער טויטליכער וואפן, און נעמליך אז מדנת ישראל וועט זיך ערשט באנוצען מיט דעם טויטליכער וואפן קעגען איראן, קען מען זיך אוודאי פארשטעלן וואס די ריאקציע פין די איבער א ביליאן ווילדע אראבער אין די וועלט וועט זיין, דעריבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, איז נוקליארע וואפן אין די הענט פין איראן ווי א אנגעלאדענטען ביקס אין דיי הענד פון א נאריש צווילדעוועט קינד.
אבער אצינד האבן אנדערע ווינטען זיך גענומען בלאזען אין וואשיגנטאן, דער אמטירטען פרעזידענט מר. כאסעין אבאמא הי''ה, האט געשלאסען א בונד מיטן שטן, און ער האט ערלויבט פאר איראן דעם באנוץ פון אירעניאום פאר "בלויז פרידערליכע צוועקען", דער לעכערליכקייט דערפון שרייט דאך ארויס, ווייל איינמאל מען האט שוין איראניום איז ביזן בויען א מאכטפולע אטאם באבמע בלויז א קאצן-שפרינג, און אנדערע ווערטער אמעריקא האט געגעבן דעם גרינע ליכט פאר איראן זיך צו באוואפענען מיטן אטאם, טאקע אומאפיצעל אבער והמבין יבין.
כלל ישראל אין דער גאנצער וועלט פאלגט נאך די אנטוויקלונגען מיט שרעק און אגנסט, אבער ליידער קען מען גאר נישט טאן. דער נביא ה' ירמיהו האט אונז אנגעווארענט:

2) דער לינקע ליבלעריזעם האט אפגעהאלטן גאר א זעלטענעם נצחון, ווען דער העכסטע אמעריקאנער געריכט האט ליגעלאזירט תועבה, דער נבואה פינעם ג-טליכען נביא ישעיהו כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו איז ליידער פארפולקאמט געווארן, חקי סדום ועמורה ניתן בוואשיגנטאן הבירה.
כלל ישראל איז באזארגט אויפן מצב, עס איז גענוג ביטער און שווער מחנך צו זיין אונזערע קינדער אזוי ווי עס איז, און דער געזעץ וואס וועט ארין ברענגען די ארגסטע שמיץ אין אונזערע גאסן וועט צו דעם נישט צו העלפן. אבער וואס קענען מיר דען טאן אין עיצה ואין תבינה נגד ה' דער נביא שרייט:

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דער לייק איז פאר'ן זיך צוריקהאלטן פון אריינפלעכטן אז דאס זענען סימנים פאר משיח. דזשאסט קידדינג.
זייער שיין געזאגט ר' קאך לעפל.
ס'איז כדאי אנצומערקן אז מדינת ישראל איז דוקא נישט "דער איינציגסטער" שונא פון איראן. זיי ווילן האבן דעם מאניפאל אין מיטל-מזרח, איבער מוסולמענער בכלליות. זיי זענען פון דער מיעוט, זיי זענען שאאיטן.
לגבי נומער צוויי, איך גלייב נישט אז ממש דאס וועט אונטערהאקן דעם ערליכן חינוך. קאשוי רב האט טאקע געהאלטן אז די וועלט וועט קומען צו אן ענדע, למעשה איז דאס לעגאל אין אנדערע לענדער שוין פאר א לענגערער צייט, גארנישט איז געשען. אויב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט דער אינטערנעט, מיט כפירה, מיט דעם באגריף פון היימגעשלעכט דעמאלט וועט זיך נאך די וועלט מיט דעם ערליכן חינוך זיך האלטן.
זייער שיין געזאגט ר' קאך לעפל.
ס'איז כדאי אנצומערקן אז מדינת ישראל איז דוקא נישט "דער איינציגסטער" שונא פון איראן. זיי ווילן האבן דעם מאניפאל אין מיטל-מזרח, איבער מוסולמענער בכלליות. זיי זענען פון דער מיעוט, זיי זענען שאאיטן.
לגבי נומער צוויי, איך גלייב נישט אז ממש דאס וועט אונטערהאקן דעם ערליכן חינוך. קאשוי רב האט טאקע געהאלטן אז די וועלט וועט קומען צו אן ענדע, למעשה איז דאס לעגאל אין אנדערע לענדער שוין פאר א לענגערער צייט, גארנישט איז געשען. אויב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט דער אינטערנעט, מיט כפירה, מיט דעם באגריף פון היימגעשלעכט דעמאלט וועט זיך נאך די וועלט מיט דעם ערליכן חינוך זיך האלטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
יואב האט געשריבן:דער לייק איז פאר'ן זיך צוריקהאלטן פון אריינפלעכטן אז דאס זענען סימנים פאר משיח. דזשאסט קידדינג.
זייער שיין געזאגט ר' קאך לעפל.
ס'איז כדאי אנצומערקן אז מדינת ישראל איז דוקא נישט "דער איינציגסטער" שונא פון איראן. זיי ווילן האבן דעם מאניפאל אין מיטל-מזרח, איבער מוסולמענער בכלליות. זיי זענען פון דער מיעוט, זיי זענען שאאיטן.
לגבי נומער צוויי, איך גלייב נישט אז ממש דאס וועט אונטערהאקן דעם ערליכן חינוך. קאשוי רב האט טאקע געהאלטן אז די וועלט וועט קומען צו אן ענדע, למעשה איז דאס לעגאל אין אנדערע לענדער שוין פאר א לענגערער צייט, גארנישט איז געשען. אויב האסטו נישט קיין פראבלעם מיט דער אינטערנעט, מיט כפירה, מיט דעם באגריף פון היימגעשלעכט דעמאלט וועט זיך נאך די וועלט מיט דעם ערליכן חינוך זיך האלטן.
מיטן האבן אטאמישע וואפן, וועלן זיי נישט באקומען די מאנאפאל ווי לאנג מדינת ישראל פארמאגט אויך אטאמישע שפיטצן, און ווי אויך א פיל מער פארגעשריטענע מיליטער ווי איראן, דעריבער מיין איך אז מיין מסקנה אז דער בלויזער ציל פון איראן פון האבן אטאמישע וואפענס אין איר ארסענאל, איז בלויז עס צו נוצן קעגן מדינת ישראל ווען דער צייט וועט זיין רייף. בנימין נתניהו האלט אויך אזוי, און דאס איז אויך געווען דער אנגענומענער מיינונג פון דער אמעריקאנער סטעיט דיפארטמענט, און פון די סי. איי. עי. ביז ממש לעצטענס... פרעזידענט כאסעין אבאמא איז פארט דער טשיף אין קאמאנדיר, דעריבער מוזן זיך אלע רעגירונג אפטיילונגען צושטעלן צו זיין אגענדע, ווי קרום עס זאל נאר נישט זיין.
2) דער מציאות אז עס איז פארהאן תועבה איז נישט אזוי שעדליך פאר כלל ישראל, ווי דער מציאות אז מען האט דאס לעגאלעזירט, דאס ברענגט א בילד אויף די יונגווארג אז עס איז נישט קיין פראבלעם דערמיט, און דאס איז סם פאר אונזער הייליגע חינוך...
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
דיין אנאליז איבער איראן און די נוקלעארע אפמאך צווישן די P5+1 איז פול מיט טעותים, פאלשע מסקנות, גוזמאות און סתם ווילדע שפעקולאציע.
דיין זארג איבער די נאכפאלגן פון די תועבה לעגאליזאציע איז זייער אויסגעהאלטן.
פאטענציאלע פראבלעמען גייען נאך פיל ווייטער ווי דו שרייבסט.
הערשט נעכטן איז געווארן באריכטעט.
http://americablog.com/2015/07/democrat ... -week.html
דער וואס מיינט אז דאס קען נישט האבן קיין קאנסעקווענצן פאר די היימישע געמיינדעס איז זיך טועה, לדעתי.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
אנטשולדיגט, אבער "דער אמטירטען פרעזידענט מר. כאסעין אבאמא" גייט נישט צוזאמען מיט "דרשו את שלום העיר". ס'דערמאנט מיך פון אן עד וואס איינער האט אריינגעשטעלט יארן צוריק אין צייטונג ווינטשענדיג מזל טוב פאר "הגה"צ אב"ד קיט"ל בקר"י חדב"ן הגה"ק מ'וויזניץ", וואס בשעתו האט עס ארויסגעריפן בייז בלוט ביי די סאטמארע.
בכלל טרייבסטי אביסול איבער לגבי די מהרסיך ומחרביך ממך יצאו'ניקערס. ווייל דאס איז אמת אז נוקלעארע וואפן וואלט ער נישט געניצט ווען נישט מדינת ישראל עקזיסטירט. אמת, ער האט פיינט אידן אבער די מדינה מאכט זיין שנאה סאך גרעסער.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: ייש"כ פאר דעם שיינעם און גרונטליכן אנאליז און איבערזיכט פון אונזער מצב אין די וועלט. דאס ברענגט אונז אלע צו מחשבה און הירהורי תשובה. איך האב נאר געוואלט מאכן א קליינע באמערקונג איבער דעם נאמען פון איינעם פון די היינטיגע פיהרערס פון איראן. ווייל א סאך מענטשן מאכן דעם טעות. ווייל די נעמען (שר"י) זענען זייער ענליך.
דער ערשטער (אדער צווייטער) פיהרער פון איראן נאך די רעוואלוציע אין יאר 1979 למספ' האט געהייסן אייאטאלאה חומעיני. ער איז שוין געפגר'ט. דער היינטיגער פאקטישער הויפט הערשער דארט איז אייאטאלה חמינאי. דער לעצטיגער איז זייער א גרויסער רשע און ער סטראשעט ארץ ישראל און אירע איינוואוינער כמעט טעגליך מיט אטאמישע פארניכטונג, ח"ו היל"ת...!
Khomeini vs. Khamenei....אזוי שרייבן עס די ענגלישע צייטונגען...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: איך בין מחולק מיט דיר לגבי די שנאה פון די איראנער פיהרערס צו מדינת ישראל און די נפקא מינה פאר אונז אלס אידן. לויט דיר קומט אויס אז ווען ער וועט ח"ו אפמעקן מדינת ישראל פון די מאפע וועט מען זיך קענען גאנץ גוט אדורכקומען מיט איהם, ווייל זיין שנאה איז בעקר נאר צו מדינת ישראל און די ציונים. אבער נישט צו אונז אלס אידן וועלכע וואוינען אויף בעדפארד עוו. און קעיזענאוו ראוד אין לאנדאן...! דאס איז דאך די הארצלאזע און נאאיווע אדער גאר בייזוויליגע אויפפאסונג פון א סאך פון די וועלכע ער (קאך לעפל) רופט אן ..."מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו"...
אזוי ווי מיר האבן שוין כמה פעמים געשמועסט אז ביום עברה וזעם, ח"ו וועט אונז אידן נישט ביישטיין דער זכות אז אונז זענען געווען אקעיגן מדינת ישראל. נאר די שונאי ישראל וועלן אונז אלע וועלן פארניכטן, ח"ו...
מ'האט דאס געזעהן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, וואו די נאציס ימח שמם וזכרם האבן אריינגעלייגט אין דעם זעלבן גאז קאמער מיט דעם זעלבן אכזריות דעם הייליגסטן און פרומסטן איד און גרעסטן קנאי מיט דעם גרעסטן ציוני און פושע ישראל...! נאר דארט איז עס געגאנגען אין די פארקערטע ריכטונג. וואו די רעפארמער און פרייע חברה האבן באשולדיגט די ערליכע אידן אז זיי זענען גורם דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל...!

berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: ייש"כ פאר דעם שיינעם און גרונטליכן אנאליז און איבערזיכט פון אונזער מצב אין די וועלט. דאס ברענגט אונז אלע צו מחשבה און הירהורי תשובה. איך האב נאר געוואלט מאכן א קליינע באמערקונג איבער דעם נאמען פון איינעם פון די היינטיגע פיהרערס פון איראן. ווייל א סאך מענטשן מאכן דעם טעות. ווייל די נעמען (שר"י) זענען זייער ענליך.
דער ערשטער (אדער צווייטער) פיהרער פון איראן נאך די רעוואלוציע אין יאר 1979 למספ' האט געהייסן אייאטאלאה חומעיני. ער איז שוין געפגר'ט. דער היינטיגער פאקטישער הויפט הער שער דארט איז אייאטאלה חמינאי. דער לעצטיגער איז זייער א גרויסער רשע און ער סטראשעט ארץ ישראל און אירע איינוואוינער כמעט טעגליך מיט אטאמישע פארניכטונג, ח"ו היל"ת...!
Khomeini vs. Khamenei....אזוי שרייבן עס די ענגלישע צייטונגען...!
כבערל ועוד לקרא.
כומעיני איז נישט געווען קיין אפיציעלער וויסטער אנטיסעמיט [נאר שונא המדינה], כאמעניי איז יא א וויסטער אנטיסעמיט וואס באזירט זיין אנטיסעמיטיזם אויפן מדינה. [-ע"פ עדותו של רב הראשי לאירן לשעבר (שכחתי שמו) שנתן ראיון לעיתונות].
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
אין די יעצטיגע מאמענט קומט פאר א מאסן ראלי אין טיימס סקווער קעגן די נוקליארע דיעל
http://stopiranrally.org/
להקהל ולעמד על נפשם
http://stopiranrally.org/
להקהל ולעמד על נפשם
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר, א נעריש'ע אבזערוואציע םון איינער וואס שימפט און שוימט קעגן "לינקקע ליבעראליזם" אבער האט נישט קיין פראבלעם צו גענוסען פון די אלע באקועמליכקייטען וואס "לינקע ליבעראליזם" שענקט אים.
אויף נקודה 1. אמעריקא און מדינת ישראל האבען אייגענע נוקלעארע וואפן. אונז מעגן מיר אוועקרייסען אלע נוקלעארע מעגליכקייטען פון איראן און ארויפלייגען קריפלנדיגע סאנקציעס אויף זיי, אבער אמעריקע און מדינת ישרא' מעגן יא? איך מעג, דו מעגסט אבער דו מעגסט נישט? אין א פאליטישער בליק, מאי חזית דדמיך סמיק טפי?
קענסט מיר זאגען ווען מ'גייט אויפהערן נאכזאגען דעם סטופיד כוסעין אבאמא רעטאריק פון פאקס ניוס? ווייל ער זוכט אן אופן אז די אראבער אין די גאנצע וועלט זאלען אונז נישט פיינט האבען שנאת מות איז ער א קלאזעט מוסלימענער?
ווי געזאגט א מיליאן מאל, ביבי סטראשעט אז איראן גייט האבען א באמבע פאר ניינצען גאנצע יאר! ווען מיר זענען געווען קינדערלעך האט דער שמויגער שוין געהייסען באמבארדירען איראן.
2. איז טאקע א שווערער פרשה, די סופרים קורט האט לעגאלאזירט נישואין מאותו מין. אבער לגבי וואס? וואוינען צוזאמען איז שוין לעגאל פון 1776, נאר די בני התועבה האבען סה"כ געוואלט אז זיי זאלען קענען גענוסען פון "ספאוזעל פריוויליגיע" לגבי אסאך ענינים ווי עדות זאגען, ירושה וכדו'
די שאלה איז נישט געווען לגבי מאכען א סעודה און זינגען עוד ישמע, דאס וועט די גלח ווייטער נישט מאכען און אן א גלח האט מען ביז היינט געקענט, נאר לגבי די סטעיט זאל זיי געבן די לייסענס אז זיי האבען ספאוזעל פריוויליגיעס.
(זייענדיג א לאו סטודענד (און א ליבעראל) איז די מאייאריטעט אפיניען פון שופט אנטאני קענעדי סייווי אינטערסאנט און אביסעל צופידעלט)

גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
@מנחם אבראמאוויטש
עס איז נישט נאר רעגירונג אנערקענונג פון אזעלכע אזויגערופענע הייראטן.
עס האט די פאטענציעל צו צווינגען ארבייטסגעבער, לענדלארדס, געשעפט אייגנטומער אא"וו צו באדינען אזעלכע קליענטן.
http://www.economist.com/blogs/democrac ... rimination
און ווי איך האב שוין פריער דערמאנט.
http://americablog.com/2015/07/democrat ... -week.html
די אימפליקעישנס פאר היימישע אידן קען זיין זייער אומגונסטיג.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
@IsraelHatzolah: BREAKING VIDEO: Neutrei Karta Waves Iranian Flags At Anti-Nuke Rally In Times Square - https://t.co/9TrQhT1Hgc/s/2K3U
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר, א נעריש'ע אבזערוואציע םון איינער וואס שימפט און שוימט קעגן "לינקקע ליבעראליזם" אבער האט נישט קיין פראבלעם צו גענוסען פון די אלע באקועמליכקייטען וואס "לינקע ליבעראליזם" שענקט אים.
אויף נקודה 1. אמעריקא און מדינת ישראל האבען אייגענע נוקלעארע וואפן. אונז מעגן מיר אוועקרייסען אלע נוקלעארע מעגליכקייטען פון איראן און ארויפלייגען קריפלנדיגע סאנקציעס אויף זיי, אבער אמעריקע און מדינת ישרא' מעגן יא? איך מעג, דו מעגסט אבער דו מעגסט נישט? אין א פאליטישער בליק, מאי חזית דדמיך סמיק טפי?
קענסט מיר זאגען ווען מ'גייט אויפהערן נאכזאגען דעם סטופיד כוסעין אבאמא רעטאריק פון פאקס ניוס? ווייל ער זוכט אן אופן אז די אראבער אין די גאנצע וועלט זאלען אונז נישט פיינט האבען שנאת מות איז ער א קלאזעט מוסלימענער?
ווי געזאגט א מיליאן מאל, ביבי סטראשעט אז איראן גייט האבען א באמבע פאר ניינצען גאנצע יאר! ווען מיר זענען געווען קינדערלעך האט דער שמויגער שוין געהייסען באמבארדירען איראן.
2. איז טאקע א שווערער פרשה, די סופרים קורט האט לעגאלאזירט נישואין מאותו מין. אבער לגבי וואס? וואוינען צוזאמען איז שוין לעגאל פון 1776, נאר די בני התועבה האבען סה"כ געוואלט אז זיי זאלען קענען גענוסען פון "ספאוזעל פריוויליגיע" לגבי אסאך ענינים ווי עדות זאגען, ירושה וכדו'
די שאלה איז נישט געווען לגבי מאכען א סעודה און זינגען עוד ישמע, דאס וועט די גלח ווייטער נישט מאכען און אן א גלח האט מען ביז היינט געקענט, נאר לגבי די סטעיט זאל זיי געבן די לייסענס אז זיי האבען ספאוזעל פריוויליגיעס.
(זייענדיג א לאו סטודענד (און א ליבעראל) איז די מאייאריטעט אפיניען פון שופט אנטאני קענעדי סייווי אינטערסאנט און אביסעל צופידעלט)
מנחם אבראמאוויטש: אט דאס הייסט אין די גמ' ..."כותבין כתובה לזכר"...אז די רעגירונג סאנקציאנירט דעם אקט פון צוזאמענלעבן מאותו מין. וכל המסתעף...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
[left]Gay Rights May Come at the Cost of Religious Freedom
Anti-discrimination statutes are coming into conflict with laws designed to preserve freedom of conscience, especially in the private sector.[/left]
פון The Atlantic.
http://www.theatlantic.com/politics/arc ... ms/399278/

- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
נאר איין פיצי מיסטעיק...
דרשו את שלום העיר מיינט ...ירושלים!
[center]"פירוש המדרשים - במספר מדרשים מצאנו שהם הסבירו את הפסוק לגמרי אחרת: ירמיהו כתב לבני הגולה שהם צריכים לדרוש לא את שלומה של בבל, אלא את שלומה של ירושלים!"
1. דברי מסכת דרך ארץ
כך נאמר במסכת דרך ארץ בפרק השלום (הלכה כ): "אמר ר' יהושע בן לוי: אמר הקדוש ברוך הוא לישראל: אתם גרמתם להחריב את ביתי ולהגלות את בני, היו שואלין בשלומה ואני מוחל לכם, הדא הוא דכתיב: 'שאלו שלום ירושלם' (תהלים קכב, ו), ואומר: 'ודרשו את שלום העיר' (ירמיה כט, ז), ואומר: 'יהי שלום בחילך שלוה בארמנותיך' (תהלים קכב, ז), ואומר: 'למען אחי ורעי אדברה נא שלום בך' (שם, ח).
2. דברי משנת רבי אליעזר
כן אמרו גם במשנת רבי אליעזר (פרשה ד): מנין לדרוש זה את שלום זה, ולדבר זה על זה שלום, שנאמר: 'אלה הדברים אשר תעשו' [(זכריה ח, טז) והמשך הפסוק הוא: "דברו אמת איש את רעהו אמת ומשפט שלום שפטו בשעריכם"]. וכשם שחייבין אנו לדרוש זה את שלום זה, כך אנו חייבין לבקש שלום עירנו ומקדשינו, שנאמר: 'ודרשו את שלום העיר' (ירמיה כט, ז).
3. דברי המדרש תנחומא
כן אמרו גם במדרש תנחומא בפרשת ויגש (י):
בא וראה כל צרות שאירע ליוסף אירע לציון:
ביוסף כתיב: 'וישראל אהב את יוסף', בציון כתיב: 'אוהב ד' שערי ציון' (תהלים פז).
ביוסף כתיב: 'וישנאו אותו', בציון: 'נתנה עלי בקולה על כן שנאתיה' (ירמיה יב).
ביוסף: 'והנה אנחנו מאלמים אלומים', בציון: 'בא יבא ברנה נושא אלמותיו' (תהלים קכו).
ביוסף: 'המלוך תמלוך עלינו', בציון: 'אומר לציון מלך אלקיך' (ישעיה נב).
ביוסף: 'ויחלום יוסף חלום', בציון: 'בשוב ד' את שיבת ציון היינו כחולמים' (תהלים קכו).
ביוסף: 'הבא נבא אני ואמך להשתחות לך ארצה', בציון: 'אפים ארץ ישתחוו לך' (ישעיה מט).
ביוסף: 'ויקנאו בו אחיו', בציון: 'קנאתי לציון קנאה גדולה' (זכריה ח).
ביוסף: 'לך ראה נא את שלום אחיך', בציון: 'ודרשו את שלום העיר' (ירמיה כט).
4. דברי רב עמרם גאון
גם רב עמרם גאון בסידורו (סדר רב עמרם גאון (הרפנס) סדר תפילה) כתב: "והיכן מתרוממות קרנות צדיק? בירושלים. שנאמר: 'ודרשו את שלום העיר' (ירמיהו כט, ז)".
ג. מה ראו המדרשים להסביר את הפסוק על ירושלים?
יש לשאול: מה ראו המדרשים להסביר את הפסוק על ירושלים? והרי הפשט הפשוט של הפסוק הוא על בבל, כמו שתרגם יונתן, וכמו שראינו במפרשים שהובאו בפ"א!
1. הסבר על פי הפשט
נראה שהמדרשים התקשו בקושי שרמז הרד"ק.
כך כתב הרד"ק: "כי בשלומה יהיה לכם שלום - כל זמן שתמשך הגלות, כי בחרבן בבל היה להם יותר שלום - שיצאו מהגלות".
כלומר: וכי בשלומה של בבל יהיה לנו שלום?! וכי לא העדיפו הגולים שבבל תפול, והם יוכלו לשוב לירושלים?! לכן העדיפו המפרשים להסביר שהמלים "בשלומה יהיה לכם שלום" מתיחסות לירושלים!
2. הסבר על פי גזרה שוה
עוד רואים בדברי מסכת דרך ארץ בפרק השלום שלמדו זאת מגזרה שוה: "היו שואלין בשלומה ואני מוחל לכם, הדא הוא דכתיב: 'שאלו שלום ירושלם' (תהלים קכב, ו), ואומר: 'ודרשו את שלום העיר' (ירמיה כט, ז)". כלומר: כיון שנאמר בספר תהלים "שאלו שלום ירושלים" מתאים שגם האמור כאן: "דרשו את שלום העיר" מתיחס לירושלים.
ד. כיצד הסבירו המדרשים את תחילת הפסוק?
אבל עדיין קשה: כיצד ניתן לפרש את תחילת הפסוק: "ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה" על ירושלים?
כתב הגה"ק רבי ראובן מרגליות זצוק"ל בספרו "המקרא והמסורה" (סימן יט), אחרי שהביא את המדרש תנחומא ואת המשנת רבי אליעזר: "מסגנונם ניכר כי בדבריהם אלו לא באו לדרוש מקרא זה על ציון, כי אם הבנתם זו היתה בעיניהם עצם פשוטו של מקרא.
ואמנם כן יתאימו הדברים במובן זה לרוח כל הפרשה, שבה הובטחו על שיבת ציון, וראה בבלי ראש השנה ל ע"א: 'ציון היא, דרש אין לה' - מכלל דבעי דרישה'.
וגם עומק הפשט המילולי יונח על פי הסגולה שמצאו חוקרי השפה בזמן שהיתה מדוברת בפי העם, והיא 'עולה ויורד באותיות', כאשר מלה אחת מתחלת באותה אות שסיימה בה המלה שנתבטאה מקודם, תשמש האות למעלה וגם למטה, וכאילו נכתב:
'ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם משמה'.
לא יסובו דברי הנביא על בבל כי בשלומה יהיה לכם שלום על הארץ העקובה מדם עם הגולה, הארץ שעליה נאמר: 'אשרי שיאחז ונפץ את עולליך אל הסלע' (תהלים קלז, ט), אך על ציון בית חיינו, כהבנת חכמינו".
יהי רצון שנדרוש כל הזמן את ירושלים, ונזכה לראות בקרוב בשלמותה של ירושלים, בהיות בית המקדש בנוי בתוכה.[/center]
נעבער פארגעט דזשעראזעלעם!!! אפילו אין טיפן גלות נישט פארגעסן דאס היימלאנד.
און אפי' לויטן פשט אז סמיינט בבל, מיינט דאס נישט אז ס'איז א דאורייתא אדער דרבנן... עס איז קיין קפעידא אויך ניט. נאר רייץ דיר נישט ווי די טיפשים פון פיטציבערג...
אדדרבא צו בענקען קיין ירושלם איז א מצות עשה! "ולדעת קצת היא מצות עשה לדרוש בשלום ירושלים ולחכות לבא שמה"
אגב, מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו מיינט נישט אז אז עס וועלן ארויסוואקסן דערנער פון צווישן די אידן, נאר דע אפעסיט, די שלעכטע וועלן אוועקוואנדערען פון דיר, און די אידן וועלן בלייבן לויטער ריין.