ווען איך קען נישט זאגן דעם אמת צוליב די פאלשע אינגען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

ווען איך קען נישט זאגן דעם אמת צוליב די פאלשע אינגען!

שליחה דורך זר זהב »

לעטענס האט די פאלשע וועלט מיר אנגעהויבן אטאקירן פערזענדליך!

די פאלשקייט און "נייסקייט" פון רובו דרובו איז מיר קיינמאל נישט ניחא געווען, ס'עקעלדיג און מ'קען עס אפילו נישט גוט פעיקן, -- (און דאך הערן די יעניגע נישט אויף! זיי מיינען אז איינער גלייבט זיי? פליז! מ'קען אויף דיין נאז זעהן דיין ליגענט מיט'ן פאלשן צובראכענקייט אויף דיין שטערן!) איך האב עס אבער דורכגעלאזט ווי נישט מיר מיינט מען, וואס איז דאס מיינע דאנגעס?

די קלוגערע פון צווישן אונז שווייגן טאקע, זיי ווייסן אז ס'נישט! בקיצור ס'נישט! און זיי ווייסן אז די יעניגע פאר וועם זיי פעיקן לאכן זיך אונטער פון זייערע באלאניס. און פארוואס טאקע? ווייל מסתם ווען ס'קומט די צייט ווען זיי דארפן פעיקן טוהן זיי די זעלבע זאך. איי יענער לאכט דיך אויס, אבער וואס קען מען טוהן? אזוי גייט די וועלט פארפאלן!

(איינער איז נאך מיט מיר?)

איך צייל מיר צווישן די קלוגערע, און זאל יענער קראכן ווען ער פרעגט מיר פארוואס איך בין נישט געקומען צו זיין שלום זכר, וואך נאכט, אפשערן, טיי אווענט - קאפי צופרי, קידוש, ברית, ארעמע חתונה, און וואו נישט? -- איי יענער פרעגט? האט ער געפרעגט! איך גיי נישט אנהייבן קעקעצן מיט די פאלשע צובראכענע תירוצים ווייל יענער וויל אזוי! און בכלל פון וואו האט יענער די חוצפה צו פרעגן פארוואס איך האב זיך נישט באטייליגט ווען ער ווייסט גאנץ גוט אז ווען ער ווערט געפרעגט די זעלבע קשיא ווערט ער אומבאקוועם?!
אבער ווי געזאגט איך מאך זיך נישט וואוסענדיג.

און דא קום איך צו וואס באדערט מיר, ס'ווערט פערסאנעל! דהיינו? אונז קלוגע ווערן ב'עוול'ט פון די נארישע פעיקערס. ווייל אונז קלוגע טראכטן גאר טיעף... איז הער צו.

איינער מיט וועם איך בין אביסל אין גוטן אבער נישט עפעס מורא'דיג לאזט מיר א וואויסמעיל ערב שבת אז ער מאכט א זכר און ער וועט זיך פרייען מיר צו זעהן. איך בין געווארן אביסל העפי און גלייך דעסיידעט אז איך גיי גיין! ס'זייער שיין געווען פון אים ער האט געלאזט אזא שיינער דיטעילט מעסעדזש, און ס'נישט מער ווי רעכט צו גיין אין א זומער שבת - ווען ווייניג אידן זענען אין שטאט - צו א שמחה פון איינעם מיט וועמען דו קענסט זיך. און ווי אויך האב איך זיך געוואלט טרעפן מיט חבירים אין אזא ליידיגער שבת ווי עס איז דא אין די סיטי. -- איך בין געווען שבת ביי מיין שווער, ביי די פלייש האבעכזיך באזעצט אויפ'ן קאוטש און איינגעדרימעלט ביז... איינזע.

ווען איך האב זיך אויפגעוועקט אריינצוגיין אין בעט (און את חטאי מזכיר, איך האב ליידער נישט געבענטשט) בין איך זעהט אויס נישט געווען גענוג וואך צו געדענקן אז איך האב זייער שטארק געוואלט גיין צו א שלום זכר! -- אינדערפרי האב איך זיך דערמאנט, און איך האב זיך אויפגעגעסן! ס'האט מיר געבאדערט! -- ווען איך בין געגאנגען 2 טעג שפעטער צו די וואכ-נאכט בין איך שיעור דורכגעפאלן! איך האב אים געוואלט זאגן: יוי! דו האסט נישט קיין אנונג ווי שטארק כ'האב געוואלט באמת קומען! באמת! איך האב זיך פלעין פארדרימלט און ס'האט מיר באמת געבאדערט! -- אבער ניין, איך האב זיך געטראפן שטים איך קען נישט עפענען מיין מויל אים זאגן מיינע אמת'ע געפילן! פארוואס? ווייל די זעלבע ווערטער ווערן גענוצט טויזענטער מאל א טאג ביי דע אלע פעיקערס וואס האבן קיינמאל אין פלאן נישט געהאט צו קומען צו דיין שמחה!! און איך קען נישט זיך אזוי לאזן דערנידערן ווי די אלע פעיקע נארישע מענטשן!
----------------------

היינט אינמיטן טאג איז מיר א מחשב'לה אריינגעפלויגן אין קאפ אז איך האב שוין זייער לאנג נישט גערעדט מיט איינע פון מיינע פעטערס וועלכע איך האלט זיך זייער נאנט (און איך האב אינגענצן פארגעסן פון אים) ווי לאנג? מסתם א דריי פערטעל יאר זיכער. בעליוו מי אר נאט... פריער באקום איך א קאל פון יענעם פעטער! ער וויל עפעס א טובה... ווען איך האב געזען זיין נאמען אויפ'ן סקרין איז מיר אינסטינקטיוולי ארויפגעקומען די פאר ווערטער וואס איך גיי אים אט אט זאגן. "האלא! איך האב פונקט היינט געטראכט אז איך האב שוין לאאאאנג נישט גערעדט צו דיר און און און... אבער ניין, ס'שמעקט נישט גוט, ס'סאונד פעיק. איז עס געבליבן ביי א פלעינעם טריקענעם: "האלא?"

די צוויי עפיזאדן אין די לעצטע פאר טעג האט אריינגעברענגט אין מיר א דערביטערניש און אן אפשיי אקעגן די יעניגע וואס מאכן מיר חרוב מיין וועלט'ל און לאזן מיר נישט זאגן דעם אמת. -- אבער ווער ווייסט? אפשר וועל איך איינזעהן איין טאג אז מ'דארף דזשויענען די "קרא"?! אויב וועט עס קומען צו אזא מצב וועלעך אבער גיין צו א פראפעסיאנלער ליגענער ער זאל מיר "גיידן" אז הדרך אשר ילכו בה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

זר טייערע ווייס נישט ווי גיט די זאגסט יעדע ווארט איז אמת ויציב
הלואי זאל איך שוין קענען איבער לאזען פאלטשע חנופה
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אויב ביסטו אן איש אמת ווי די לייגסט אראפ דארפסטו נישט מורא האבען צו זאגען דער אמת, ווייל מען קען דיך דאך, און מען ווייסט אז די זאגסט דעם אמת.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יא, זאלסט וויסען "זר" טייערער, אז דעם אמת קען מען נישט פעיקען,
אפילו ווען אנדערע ניצען די זעלבע פראזען ביים פעיקען, אבער טאמער די זאגסט דעם אמת ווערט עס נתקבל על הלב,

אזוי ווי חז"ל זאגען אונז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב,

דארף נישט מורא האבען צי זיין ווער די ביסט אין צי זאגען דעם אמת, רוב מאל וועסטו גוט פארען, ס'קען זיך אלץ מאכען דורעכפעלער, אבער מיטען אמת פארט מען די בעסטע,

פארפאלען ס'איז א עולם השקר אין ס'דא אסאך פעיקער'ס, אבער לאז עס נישט פארדרייען דיין לעבען, די גיידער דיין וועג אין זאלסט וויסען אז די עיקר איז נישט די ווערטער וואס מען זאגט די עיקר איז די הארץ וואס ליגט אינטער דעם, הערצער פארשטייען זיך אין ווען א מענטש זאגט דעם אמת ווערט עס נארמאל נתקבל גוט,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איחוד פעלד האט געשריבן:אויב ביסטו אן איש אמת ווי די לייגסט אראפ דארפסטו נישט מורא האבען צו זאגען דער אמת, ווייל מען קען דיך דאך, און מען ווייסט אז די זאגסט דעם אמת.

איי סעקאנד דעט, איך זאג וואס איך האב צו זאגן און אויב טראכסטו אז עכט בין איך נישט איינגעשלאפן נאר איך זוך א תירוץ, דעטס יור פראבלעם, אויב ווילסו דוקא קענסטו נוצן די זעלבע תירוץ ביי מיר, כ'וועל מיך נישט באליידיגען.

פראפעסער האקט, יא יא, ווי אר אן די סעים פעידזש.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'געווען ווען איך פלעג יא זאגן דעם אמת (ווען ס'געווען אמת פארשטייט זיך), און יענער האט אזוי געשאקעלט ציט'ן קאפ ווי איינער זאגט "קאט איט"...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

געפילטע פיש האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אויב ביסטו אן איש אמת ווי די לייגסט אראפ דארפסטו נישט מורא האבען צו זאגען דער אמת, ווייל מען קען דיך דאך, און מען ווייסט אז די זאגסט דעם אמת.

איי סעקאנד דעט, איך זאג וואס איך האב צו זאגן און אויב טראכסטו אז עכט בין איך נישט איינגעשלאפן נאר איך זוך א תירוץ, דעטס יור פראבלעם, אויב ווילסו דוקא קענסטו נוצן די זעלבע תירוץ ביי מיר, כ'וועל מיך נישט באליידיגען.

פראפעסער האקט, יא יא, ווי אר אן די סעים פעידזש.

יא אבער מיין שוואכקייט לאזט מיר נישט האבן די מחשבה אז יענער זאל אפילו וועלן טראכטן אז איך בי. עס. אים.

-- קען גאר זיין אז עפעס איז ראנג מיט מיר!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן: -- קען גאר זיין אז עפעס איז ראנג מיט מיר!

קען זיין, חז"ל לערנען אונז אז ווען מ'טוט א ריכטיגע זאך, לא יתבייש מפני המלעיגים, מאך דיך נישט צו טוען פון וואס יענער טראכט, טו וואס מ'ברויך און ווייס ביי דיר אז האסט געטוהן גוט. אין אנדערע ווערטער, לעב נישט פאר יענעם.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך לעב פאר יענעם? קען זיין. איך גלייב אבער אז ווען איך לעב פאר יענעם וואלט איך נישט אינגארט ווען איינער פרעגט מיר וואו איך בין געווען ווען איך האב טאקע נישט געהאלטן ביים קומען... מ'קען גאר זאגן אז די אנדערע סארט לעבן פאר יענעם!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

למעשה וויל יענער הערן א פעיק'ע עקספלעינעשאן,ווי איידער גארנישט סא זארג דיך נישט אזויפיל,אז ס'וועט סאהנדען פעיק ווייל יענער האט עס ליב!!
פארשפארט