דִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

דִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר:

שליחה דורך קאך_לעפל »

שטייענדיג אין די טעג וואס כלל ישראל טרויערט אויפן חורבן בית המקדש, אין די טעג וואס מיר האבן ליידער אלעס פארלוירן צילוב אונזערע זינד, און מיר זענען פארטריבען געווארן פון אונזער הייליגע היים-לאנד ארץ ישראל אין גלות אריין, מיר האבן פארלוירן אונזער כבוד און גלאנץ, מיר האבן פארלוירן אונזערע אמת'ע נאנטשאפט מיט אונזער הייליגע טאטע אין הימל, די שכינה הק' וואס האט געוואוינט דא ציווישען אונז, האט זיך אומגעקערט צו איר וואוין-ארט אין די הויעכע סעפערן, ואותנו עזבו לאנחות. ווער ווייסט ווי לאנג נאך אונז וועלן דא אפזיצען אין דעם פינסטערן גלות, וואס אין לך יום שקללתו אין מרובה מחברתה...

ווען דער גרויזאמער רשע און מאסן-מערדער, דער שר הטבחים ועבד ביש נבוזראדאן, האט פארטריבען די אידן אין גלות אריין, און געפירט די רעשטליך איבערלעבער, די שארית הפליטה פון דעם שרעקליכען חורבן אראפ קיין בבל בארפעסיג און געשמידט אין שווערע אייזענע קייטען, האט דער ג-טליכער נביא ירמיהו דאן געווארענט די אידישע קינדער ווי פאלגענד:

"וְדִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר, אֲשֶׁר הִגְלֵיתִי אֶתְכֶם שָׁמָּה, וְהִתְפַּלְלוּ בַעֲדָהּ, אֶל-השם: כִּי בִשְׁלוֹמָהּ, יִהְיֶה לָכֶם שָׁלוֹם".

אז כלל ישראל זאל פארשען צו דער פרידן פון דער לאנד ווי זיי ווערן פארטריבן, און מתפלל זיין צום אייבישטען צו די פרידען פינעם קעניגרייך, ווייל מיט איר פרידן וועט פאר אונז אויך זיין פרידען.
דאס הייסט אז אידן דארפן ארויסקוקען אויף די הצלחה פינעם מלכות, און זיין צו פרידען מיר אירע אינערליכע און אויסערליכע פאליטיק און געזעצן, טראץ דעם וואס איז אין קעגענזאץ אונזער אייגענער פאליטיק, עס זעהט טאקע אויס ווי א זאכליכע פארלאנג וואס לייגט זיך אויפן שכל, אבער מיט א טיפערע בליק האט ירמיהו פון אונז געבעטען גאר א קאמפליצירטע בקשה...

לאמיר זעהן וואס עס האט לעצטענס פאסירט, לאמיר א בליק אריין טאן אין די לעצטע געשענענישען...

1) ווי עס איז באוויסט אז נאך דעם וואס דער שאך איז פארטריבען געווארן פון איראן, איז אויפגעשטאנען אין איראן א גרויסע רשע און א אפענער און אויסגעשפראכענער שונא פארן כלל ישראל דער אימאם אטיילה חאמעיני שר''י, וואס האט באלד אנגעהויבן צו פרעדיגען אפען אז ער פלאנירט להרג, ולאבד את כל היהודים, טף ונשים ביום אחד, און ער גייט דעם גאנצען ארץ ישראל'דיגען אידענטום גענצליך פארניכטען הילי''ת ח''ו.

נעמליך אז מאנכע פון די מהרסייך ומחרבייך ממך יצאו'ניקעס פרובירן טאקע אראפצושטעלן א פאלש בילד, אז דער כאמעיני האט בלויז פיינט מדנת ישראל און נישט דעם כלל ישראל, אבער מיר ערליכע אידן וואס האבן מקבל געווען דעם דעת תורה האמיתות מבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש רבינו מסאטמאר זי''ע, האבן כמה פעמים געהערט ווי אזוי רבינו הקוה''ט האט געזאגט בלשונו הק: "א גוי וואס האט פיינט מדנת ישראל איז נישט צילוב זיי זענען עובר אויף די שלוש שביעות החמירות וואס דער אייבישטער האט באשוואוירן דעם כלל ישראל, אדער צילוב דעם וואס זיי שמד'ן אויס די ילדי תמן ומאראקא, נאר פשוט ווייל ער איז א וויסטער אנטיסעמיט".

דער רשע חאמיעני באוואפענט זיך מיט דעם שעדליכסטער און מערסט-טויטליכער וואפן וואס איז נאר אמאל געווען זינט דעם וועלטס-באשאף, און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער סייענטיסט און פיזייקער צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען פארוואס דער רשע נויטיגט זיך אין אזא סארט שעדליכער וואפען, איראן איז אצינד נישט אין קיין מלחמה צושטאנד, און זיי זענען געבענשט מיט אויל, זיי האבן בלויז אצינד איין איינציגע שונא מדנת ישראל. אין דער שכל זאגט קלאר אז אין פאל עס וועט זיך מאכן א קאנפארטאציע פון איראן מיט מדנת ישראל, איז שטארק יתכן אז איראן וועט זיך באנוצען מיט דעם שעדליכער וואפן קעגן איר דם-שונא מדנת ישראל, וואס דאס מיינט קלאר א פולשטענדיגע קאטאסטרופע אויף אחב''י היושבים שמה בהר הקודש בירושלים.

ביזן היינטיגען טאג האבן זיך די פירער פון אונזער מלכות של חסד גאר שטארק ארויסגעשטעלט קעגען אט די שרעקליכער געפאר, און זיי האבן שטענדיג פרובירט צו בלאקירן איראן'ס מעגליכקייטען צו קענען ערצייגען אזא טויטליכער-וואפען, פארשטייענדיג דעם שרעקליכען געפאר וואס שטעקט אין דעם, טראץ דעם וואס מדנת ישראל זעלבסט פארמאגט אויך דער טויטליכער וואפן, און נעמליך אז מדנת ישראל וועט זיך ערשט באנוצען מיט דעם טויטליכער וואפן קעגען איראן, קען מען זיך אוודאי פארשטעלן וואס די ריאקציע פין די איבער א ביליאן ווילדע אראבער אין די וועלט וועט זיין, דעריבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, איז נוקליארע וואפן אין די הענט פין איראן ווי א אנגעלאדענטען ביקס אין דיי הענד פון א נאריש צווילדעוועט קינד.

אבער אצינד האבן אנדערע ווינטען זיך גענומען בלאזען אין וואשיגנטאן, דער אמטירטען פרעזידענט מר. כאסעין אבאמא הי''ה, האט געשלאסען א בונד מיטן שטן, און ער האט ערלויבט פאר איראן דעם באנוץ פון אירעניאום פאר "בלויז פרידערליכע צוועקען", דער לעכערליכקייט דערפון שרייט דאך ארויס, ווייל איינמאל מען האט שוין איראניום איז ביזן בויען א מאכטפולע אטאם באבמע בלויז א קאצן-שפרינג, און אנדערע ווערטער אמעריקא האט געגעבן דעם גרינע ליכט פאר איראן זיך צו באוואפענען מיטן אטאם, טאקע אומאפיצעל אבער והמבין יבין.

כלל ישראל אין דער גאנצער וועלט פאלגט נאך די אנטוויקלונגען מיט שרעק און אגנסט, אבער ליידער קען מען גאר נישט טאן. דער נביא ה' ירמיהו האט אונז אנגעווארענט:
"וְדִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר, אֲשֶׁר הִגְלֵיתִי אֶתְכֶם שָׁמָּה, וְהִתְפַּלְלוּ בַעֲדָהּ, אֶל-השם: כִּי בִשְׁלוֹמָהּ, יִהְיֶה לָכֶם שָׁלוֹם".

2) דער לינקע ליבלעריזעם האט אפגעהאלטן גאר א זעלטענעם נצחון, ווען דער העכסטע אמעריקאנער געריכט האט ליגעלאזירט תועבה, דער נבואה פינעם ג-טליכען נביא ישעיהו כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו איז ליידער פארפולקאמט געווארן, חקי סדום ועמורה ניתן בוואשיגנטאן הבירה.

כלל ישראל איז באזארגט אויפן מצב, עס איז גענוג ביטער און שווער מחנך צו זיין אונזערע קינדער אזוי ווי עס איז, און דער געזעץ וואס וועט ארין ברענגען די ארגסטע שמיץ אין אונזערע גאסן וועט צו דעם נישט צו העלפן. אבער וואס קענען מיר דען טאן אין עיצה ואין תבינה נגד ה' דער נביא שרייט:

"וְדִרְשׁוּ אֶת-שְׁלוֹם הָעִיר, אֲשֶׁר הִגְלֵיתִי אֶתְכֶם שָׁמָּה, וְהִתְפַּלְלוּ בַעֲדָהּ, אֶל-השם: כִּי בִשְׁלוֹמָהּ, יִהְיֶה לָכֶם שָׁלוֹם".

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר