מיימון האט געשריבן:כאטש איך האלט ווי דעת הגר''י קאפח זי''ע לגבי דעם זוהר, מיין איך אבער אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז געווען א אנגענומענע מהלך בימים ההם קעגן זוהר, אין יענע יארן איז קבלת האר''י געווען מפורסם איבעראל און איז אפילו אריין אין הלכה דורך דעם מגן אברהם און דאכט זיך אז עס איז נישט דא קיין איין פוסק אויסער דעם תשובה מאהבה וואס רעכנט זיך נישט מיט'ן זוהר, אריינגערעכנט דעם יעב''ץ אליין אין די תשובות און אין סידור, דער מלחמה אנטקעגן לימוד הקבלה איז צוגעגאנגען אויף א פונקט פארקערטן מהלך אז מרוב קדושתו איז נישט מעגליך פאר אנשים פשוטים וכו' וכו', כאטש עס זענען זיכער געווען אזעלכע רבנים וואס האבן זיך נוהג געווען מיט'ן סיסטעם פון שקרים קדושים אבער צו זאגן אפענערהייט איז נישט געווען בנמצא אין אשכנז און פולין, און אפילו אין איטליה וואו עס זענען געווען גרעסערע דענקער איז דער ארי נוהם געווען א שטארקע חידוש, און ווען נישט זיין הויכע פאזיציע וואלט עס נישט מעגליך געווען.
ספרים אנטקעגן ארי נוהם איז דא דער אימת מפגיע על הארי פון ר' אליהו אמוזג, און עס איז אנגענומען אז דער חוקר ומקובל פון רמח''ל איז אויך געשריבן געווארן קעגן דעם ארי נוהם, כאטש אנדערע זענען מפקפק דערין.
הן הן הדברים אשר דברתי עם תוספת ביאור. דער נקודת השאלה איז געווען אויב דער יעב"ץ איז געווען א חידוש בדורו. אויף דעם האב איך געשריבען אז בדורו איז דער זוהר געווען אנגענומען ביי אלעמאן. דאס אז דער נודע ביהודה און דער תשובה מאהבה האבען מפקפק געווען, און דער חתם סופר אויך, איז דייקא בעקבות דער יעב"ץ נישט בנוסף אליו.
דער גאנצע נוסח "וואס ווייסען מיר?" "ווער קען וויסען?" איז א אופן פון הפצת שקרים וכזבים. מיר ווייסען גאנץ גוט פארוואס די גאוני הדור פון דער רבי רבי יונתן האבען זיך קעגען געשטעלט, אבער פון פריער א הקדמה קצרה.
איינער האט אמאל געזאגט צו רבי חיים וואלאזינער א פשט אין וואס מיר זאגען "ועיר האלהים מושפלת עד שאול תחתיה" אז "עיר" איז מלשון "התעוררות" און דער פיוט מיינט צו זאגען "ועיר האלהים" דער "התעוררות צום גאט" איז "מושפלת עד שאול תחתיה".
האט רבי חיים עם געזאגט: בשלמא אויב ירושלים וואלט אויפגעבויט געווען אין מאסקאווא (Moscow) וואלט חרב געווען, דארף מען אזוי טייטשען, אבער אויב ירושלים איז חרב און מאסקאווא שטייט פארוואס קען מען נישט טייטשען: ועיר אלהים - און דער שטאט פון גאט - מושפלת עד שאול תחתיה?!
דאס זעלבע איז מיט'ן רבי רבי יונתן. עס איז קלאר כשמש בצהריים אז די גדולי הדור האבען זיך קעגען געשטעלט צוליב די סיבה וואס זיי האבען קלאר ארויס געזאגט פון מויל - זיי האבען געהאלטען אז ער האט געגלייבט אין שבתי צבי ותו לא מידי. פארוואס מוז מען זוכען "פשטים" ווען קיין קשיא איז נישט פארהאן. דער איינציגסטע פראבלעם איז אז דער רבי רבי יונתן איז דאך געווען א רבן של כל בני הגולה און עד היום הזה כל בית ישראל נשען עליו. ענדרעש ענטפערען אויף דעם "תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות" ווי באקען מעשיות שלא היו ולא נבראו. דער פני יהושע האט קלאר ארויס געזאגט וואס ער האלט. דער נודע ביהודה האט נישט געוואלט מספיד זיין רבי יונתן און ער האט עם נישט אריין געלאזט אין פראג ווען רבי יונתן האט געוואלט אוועק לויפען פון אלטונה צוליב די רדיפות. רבי יעקב עמדין און זיין שוואגער דער אמסטערדאמער רב האבען עם געהאלטען פאר א שבתי צבי'ניק. קוים מיט צרות האט רבי יונתן געקענט טרעפען איין גדול - דער גר"א - ממדינה רחוקה וואס האט עם געשטיצט. חוץ פונעם גר"א האבען נאר זיין תלמידים עם געשיצט.
קוק
דא # 82 דברים נפלאים אז אפשר האט דער גאון עם אויך נישט געשיצט. קוק אויך דארט # 48 לגבי דער שיטה פונעם נודע ביהודה, און אויך #53 לגבי די נוסח פון די מצבה פון עלקעלע אייבשיץ (אשת הכרתי ופלתי) און אויך #119 די בריעף פונעם נודע ביהודה.
איינער האט דא פריער מפלפל געווען מיט ליימאן'ס השערות. מען דארף וויסען אז ליימאן איז אן ערליכער און ער היט זיך דער פענע און מויל ווען ער רעדט וועגען רבי יונתן, אבער ער שרייבט דברים כהווייתן. קוק אוך #95 וואו מען קען זעהן די נוסח פון די קמיעות וירא העם וישפוט אויב מען דארף זוכען "פשטים" פאר דער פני יהושע'ס התנגדות.