אפגעזען וואס די טעם אין די מחלוקת צווישן די צוויי גדולי עולם זכותם יגן עלינו, איז געווען. איז אבער זיכער אז די דתן ואבירם'לעך פון יענעם דור האבן געשפילט א גרויסע ראלע דערין. איך האב בסייעתא דשמיא געטראפן אן אינטערסאנטן זאך אין די ענין, וואס איז לפע''ד כדאי אראפצוברענגן.
אין ספר ''שמוש'' פארפאסט דורכן יעב''ץ אנטקעגן כת ש''ץ, צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אראפ א בריוו פון זיין ידיד
ליפמן כהן מהנובר וואו ער פארציילט אים די השתלשלות פון די מסירה און ויכוח מיט די פראנקיססטן. סוף פונעם בריוו שרייבט ער:
וכאן נמצא כאן היה ס' תפארת צבי על פשטים. ובפתיחה שו''ת לאותו רשע. והשיב מה שהשיב לו. וקודם סיום התשובה מסיים בזה''ל למרום שבתי יעלה ויבוא בנפש יהונתן. בודאי כונתו על האי רשע שחיק טמיא צבי שבור.
Annotation 2020-05-24 235947.jpg
אין אנדערע ווערטער דער בריוו שיקער ליפמן כהן דערציילט פארן יעב''ץ אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר ר' יונתן שרייבט קלאר אין א תשובה אז ער אינדנטעפצירט זיך מיט ש''ץ, און איז גאר א גלגול פון אים.
לאמיר זיך נישט פוילן אן לאמיר אפירנעמען די ספר ''תפארת צבי''. יאפ! גלייך אנהייב איז טאקע דא א תשובה געשריבן דורכן ר' יונתן. אבער די ציטירטע באמבאסטישע ווערטער זענען בכלל נישט ווי ליפמן כהן האט ציטירט. אט ליינט:
ראיתי לפנות עצמי מעמלי להודיע לו דעתי בקצרה דברי שוחר טובתו. וה' ינחני בדרך אמת ושלום לכל ישראל ושלומו דמר יסגה וירבה ויחזירה למקום איתן מושבו במהרה ולמרום שבת יעלה ויבוא כחפץ אוהבו הטרוד יהונתן
Annotation 2020-05-25 173344.jpg
ווי מיר זען איז טאקע דא א תשובה פון ר' יונתן. אבער די ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פארן יעב''ץ, אז ר' יונתן האט כלומפרשט געלאזט פאלן, איז נישט געשטויגן און געפלויגן. ס''ה איז עס א ברכה פון ר' יונתן פאר א רב אז ער זאל זיך שטארקן וכו' ווי עס איז איינגעפירט זיך צו ווינטשן. און איז במזיד פארדרייט געווארן דורך ליפמן כהן. זען מיר דאך קלאר ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן די מחלוקת. דער יעב''ץ איז אנגעהעצט געווארן דורך געמיינע יונגן.
עס ווערט אבער נאך מער אינטרעסאנט ווייל ווארשיינדלך קען איך אייך פארציילן פארוואס טאקע דער ליפמן כהן פון הנובר האט געשפירט פאר וויכטיג אנצוהעצן א מחלוקת צווישן צוויי גרויסע.
א זוך אין ''אוצר החכמה'' דערציילט אז דער גאון ר' דוד אופנהיים זצ''ל איז געווען אן איידעם ביי... יאפ! ליפמן כהן מהנובר.
נא איז וואס?
אויב אזוי איז פארשטאנדיג פארוואס ליפמן כהן האט געטראגן א שנאה כלפי ר' יונתן (פארשטייט זיך בגדר השערה). ווי באקאנט איז צווישן די צוויי גדולים ר' דוד ור' יונתן גארנישט געווען אהבת דוד ויונתן. אויב אזוי קען מען גוט פארשטיין פארוואס ליפמן כהן, זאל וועלן צוגיסן אויל צום פייער און פיטערן דער יעב''ץ מיט ליגנטס, נישט לאזן די צוויי זייטן קומען צו א פארשטענדיגונג. ועל הכלל כלו יצא, ווער ווייסט וויפיל אזעלכע אנגעווייטוגטע שווערס און איידימער זענען געווען, ביי די מחלוקה און ביי יעדע אנדערע מחלוקה צווישן גדולי עולם.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.