הפצת אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך [NAMELESS] »

@ירא שמים, פאר איינעם וואס פאלט איין 'פלוצלונג' הרהורי כפירה און טראכט אז עס איז מחמת כישוף, פאר אזא איינעם איז חסידישע מעשיות א רפואה,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ירא שמים האט געשריבן:https://copy.com/pcC1A3870qgi2l4A
א שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.


כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.

ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדנירם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס נוצען די טייטש ארבעט פון קאפח מיינט נישט אז ער איז געבליבען כשר ביי אידען. סך הכל איז דאס א מלאכה ואינה חכמה, און איך גלויב נישט אז מ'האלט ביים פסקנ'ען א שאלה עפ''י דער נייעם טייטש פונ'ם פיהמ''ש. און ארטסקרול יוכיח וואס זייער מתרגם איז נישט קיין גרעסער מאמין ווי קאפח.
און דער חת''ס זאגט דאך ווי מיר. ער האט געגלויבט אין תורת הנסתר, כמבואר בדרשותיו. נאר נישט להלכה, ער האט אלס געקעמפט קעגען פסקנ'ען עפ''י קבלה (עי' ערך גילוח הזקן ועוד), אבער געגלייבט האט ער. אינ'ם קדמות הזהר האט ער טאקע געלייקענט, נישט אז רוב איז שקר, נאר אז אויף יעדער שטיקעל קען מען מסתפק זיין.

ליטוואק, אויף דיר וואלט איך עס נישט געגלייבט.
הרב קאפח איז געווען א ריזן גאון און פוסק, וואס זיינע פסקים זענען אנגענומען געווארן בחייו כבמותו ללא עוררין.
און וואס עפעס א רב האט געזאגט אין לעיקוואד איבערן מתרגם פון ארטסקרול, אינטרעסירט מיך גאנץ קנאפ.

ולידיעתך, אויב אפיקורס, איז דאס א ספר שכתבו מין...

ושוב פעם, וואס טוט מען מיטן ארי נוהם?


ספר שכתבו מין איז א פיינער מליצה ווען מ'דארף עס האבען. קיין עכטע באדייט האט עס נישט עפ"י דין, ועי' במשנ"ב.
די פסקים פון הרב קאפח ווייס איך נישט וואס דו רעדסט. צווישען תימנ'ער אידען אפשר, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט נאכזאגען פון איהם אין ביהמ"ד. און איך קען ת"ח גרויסע וואס זאגען נאך פון רבנות רבנים אן א פראבלעם, אבער פון קאפח האב איך נישט געהערט. אפשר איז ער א גרויסע גאון געווען (זיין ספר קעגען קבלה זעט נישט אויס קיין עמהארצישער) אבער אנגענומען איז א ביסל א גוזמא.
דער 'עפעס א רב אין לעיקוואוד' איז נישט קיין רשכבה"ג געווען, אמת. א פיינער איד יא, און ער אליינס האט גע'ארבעט אין YU, אבער אזוי אז ארטסקרול איז אנגענומען אפילו מיט דעם מאכט עס אינטרעסאנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק,
דער ספר קעגן קבלה איז פונעם זיידען, דער תרגום איז פונעם אייניקל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

וואו אזוי הייסט דער ספר ?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב פריער געצייכענט א לינק צו דער ספר, עיי''ש.
די זיידע איז בכלל נישט דערמאנט, נאר אלס גרינדער פון דער גרופע. דער אייניקעל האט ווייטער אנגעהאלטען זיין זיידע'ס דעה, און אפ''ה ווערען זיין ספרים גענוצט. איך געדענק געוויסע קנאישע בחורים וואס האבען עס נישט געוואלט נוצען, אבער עפ''י רוב איז עס גענוצט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער מחבר פונעם ספר איז הרב יחיא קאפח דער זיידע, און ער איז דער גרינדער פון די דרדעים. דער מתרגם איז הרב יוסף קאפח דער אייניקל, כאטש ער איז געווען א דרדעי האט ער קיינמאל נישט פראפאגאנדירט זיינע דעות.

הרב יחיא קאפח בילד

הרב יוסף קאפח
בילד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אויף וועמען האט ר' אלישיב געמיינט? דער זיידע איז אוועק אין תרצ''א דוכט זיך. אוודאי דער אייניקעל ווייל מ'האט ווייטער אנגעפיהרט דער מערכה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדרבה, דער הרב רצאבי שרייבט דאך קלאר אז מען זעהט אז הרב אלישיב האט נישט געוואוסט דערפון בשעתו.
דאס איז ווייל הרב יוסף קאפח האט קיינמאל נישט עפנטליך גערעדט דערפון.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך ירא שמים »

יואליש האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:https://copy.com/pcC1A3870qgi2l4A
א שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.


כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.

ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.

בוסט אנציקט געווארן ?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס איז אסור צו ליינען קעלעמאןס ביכער. שלום דין איז געווארן אאפיקורס דערפון. איך בין ליידער נכשל געווארן און געליינט בעפאר כהאב געוואוסט דערפון. ברוך השם סהאט מיר נישט געשאדט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ירא שמים האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:https://copy.com/pcC1A3870qgi2l4A
א שיעור פון איינעם ראביי קעלעמען ,
נישט אז כבין משוכנע געווארן פון וואס ער זאגט ,
אבער כמיין סאיז אינטערעסאנט צוהערן.


כ'האב צוויי ביכער/קונטרסים פון אים: Permission to Believe איבער מציאת הבורא, און Permission
to Receive איבער תורת משה.

ביידע פרובירן צו אפילירן צו מענטשן וועלכע זיכן א ראציאנאלע מהלך.

בוסט אנציקט געווארן ?


ניין. מיט א ראציאנאלע מהלך ליגט די טריק אין לאגישע געימס. כ'געדענק ביים צווייטן בלאט האט ער שוין אראפגעלייגט הנחות וואס איז אפען צו ערענסטע דעבאטע און ער האט עס נישט עקספלארט. אבער ער מיז עס האבן אלס א פודאמענט פאר זיין בנין. כ'האב עס געענדיגט דורך ליינען מיט פרוסטוראציע.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

מפיץ אמונה האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke


נאכאמאל, איך האב גארנישט מחליט געווען, איך האב בלויז דערציילט טרוקענע פאקטן.
יעצט, אויף דיין שאלה וואס איז דער שיעור. דארפסט פארשטיין איך האב נישט געזאגט דא קיין סגולה אדער א סטראשע אז ווער עס טראכט וועט אנקומען לבאר שחת.
דער מציאות ווייזט אז איינער וואס קלוגט זיך איבער אן ענין, וואס ער איז מחונך געווארן זייער שטארק צו סולד זיין פון דאס פארקערטע, אזא איינער האט נישט קיין פראבלעם זיך ארומ-צושפילן מיט עיקרי האמונה.
ומזה תבין, איין תשובה אויף אלע דיינע 15 דוגמאות. אויב איז די אלע זאכן געווען ביי איהם אינדערהיים א זאך וואס איז מחונך געווארן מיט א בלינדקייט (וואס אגב, איך בין זיך מתנגד צו אזא סארט חינוך), און ער וואקסט אויף און איז מטיל ספק אין דעם, דעמאלס איז חל דער פאקט וואס איך האב געשריבן.
און די זעלבע פארקערט, אויב איינער וואקסט אויף אין א מאדערן-ארטאדאקס שטוב, ווי קדמות הזוהר איז נישט איינס פון די עיקרי אמונה, וועט טאקע גארנישט געשעהן צו איהם, (אויסער לויט די וואס זיי האלטן אז דאס אליינס איז מעיקרי אמונה, דוכט זיך כ'האב אמאל אזוי געהערט בשם הגר"ח קנייבסקי שליט"א).


זאגסטו קלאר אז מען דארף גלייבן אין זאכן וואס מאיז מחונך געווארן דערויף אפילו סאיז הונדערט פראצענט שטותים! אזוי ווי רוב פון דעי זאכן. דאס אליין צושאקעלט די גאנצע אמונה פשוטה וואס דו ווילסט מזאל האבן, ווייל דו ביסט מודה אז סדא זאכן וואס זענען שטותים און דו ווילסט נאך אלס איך זאל גלייבן דערין ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, דאן קען דאך זיין אז אלעס שטותים!! ודו"ק

דעי תירוץ איז געווען א געפערליכע, און אויב איינער פארשטייט קלאר מיט זיין שכל הישר אז עפעס א שטות וואס מהאט אים מחנך געווען דערצו איז נארישקייטן, אוודאי זאל ער נישט גלייבן דערין, ווילאנג סאיז נישט קיין פראבלעם מיט אמונה בה'! און מיטן זאגן ער זאל יא גלייבן דערין אפילו ער פארשטייט אז סאיז נארישקייטן, און סאיז טאקע נארישקייטן, מיט דעם קענסטו צושאקלען זיין גאנצע אמונה און גורם זיין ער זאל נישט גלייבן אין גארנישט!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך שמערל »

כ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.

ניין ח"ו ער איז זיך געגאנגען דוירך רעדן מיט זיין גוטן איד צו ער זאל ענטפערן און וואס ער זאל ענטפערן מען טוט גארנישט אהן דעת תורה
עס איז יעצט בין הזמנים און עס איז שווער צו כאפן די גוטע איד
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מפיץ אמונה »

כ'זעה אז מיין אונטערנעמונג צו ענטפערן יעדע שאלה באזונדער, איז געווען אומגעראכטן, כ'האב נישט געוואוסט אז כ'גיי דא ווערן באפאלן מיט אלע קושיות.

אבער לאמיר ענטפערן א תשובה כללית, וואס וועט פארענטפערן אלע אדער כאטש רוב שאלות.

1). מ'איז דא אריינגעפארן צו די שאלה איבער קדמות הזוהר, און מ'האט עס אראפגעלייגט כאילו איך האב געזאגט אז עס איז מעיקרי הדת, און אז איך קום דא סטראשען. וועל איך נאכאמאל און ווידער אמאל זאגן וואס כ'האב שוין געזאגט דא עטליכע מאל.
ביטע קוקט צוריק וואס איך האב אלס געשריבן, כ'האב נישט געזאגט אז איינער איז מחוייב צו אננעמען דעת הגרח"ק אדער הגריש"א אין די נושא, כ'האב נאר אריינגעווארפן בסוגריים, אז עס זענען דא אנדערע וואס האלטן אז עס איז מעיקרי הדת, אבער איך זאג קלאר אז איך האלט נישט אזוי, ביי מיר איז הגר"י קאפח געווען פונקט אזא מאמין ווי הגרי"ש אלישיב, און אפילו איינער וואס לייקנט אפ די גאנצע קבלה (נישט נאר קדמות הזוהר) ווערט נאך אלס באטראכט ביי מיר ווי א מאמין כל זמן ער גלייבט אין די י"ג עיקרים.

2). אמונה פשוטה איז אקעגנזאץ צו אמונה ע"פ חקירה, דערפאר איינער וואס האט ספיקות, קען נישט זאגן אז ער גלייבט באמונה פשוטה (כ'זאג עס נישט אלס א חיסרון, כ'זאג עס אלס א פאקט, פשוט טייטש פון אמונה פשוטה מיינט: "איך בין א נאר און איך גלייב", אדער לכל הפחות "לבי אומר לי אז עס איז אמת"). און כ'האב שוין כמה פעמים געפרעגט מה נשתנה אלע אנדערע אידאלאגיעס וואס איהר האט נישט קיין פראבלעם אז איינער גלייבט אין זיי באמונה פשוטה אן קיין חקירות, און פונקט דא מיט די אמיתות התורה, האלט איהר אז איינער וואס גלייבט דערין באמונה פשוטה איז עפעס א חסרון?

3). די הוכחה פון מתן תורה, איז טאקע נישט קיין הונדערט-פראצענטיגע ראיה, און כ'האב מלכתחילה שוין געשריבן אז מ'קען אסאך מפלפל זיין דערין, איי וועט איהר פרעגן, אויב אזוי מה לנו ולצרה הזאת, וואס דארף מען עס בכלל דערמאנען, וועל איך זאגן אז דאס איז שוין א אלטע מחלוקת פון דער רמב"ם און דער ראב"ד און הלכות תשובה, ווי דער ראב"ד שרייבט אויפן רמב"ם:
"לא נהג זה המחבר מנהג החכמים שאין אדם מתחיל בדבר ולא ידע להשלימו והוא החל בשאלות קושיות והניח הדבר בקושיא והחזירו לאמונה וטוב היה לו להניח הדבר בתמימות התמימים ולא יעורר לבם ויניח דעתם בספק ואולי שעה אחת יבא הרהור בלבם על זה."
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מפיץ אמונה »

וכדומה.. האט געשריבן:זאגסטו קלאר אז מען דארף גלייבן אין זאכן וואס מאיז מחונך געווארן דערויף אפילו סאיז הונדערט פראצענט שטותים! אזוי ווי רוב פון דעי זאכן. דאס אליין צושאקעלט די גאנצע אמונה פשוטה וואס דו ווילסט מזאל האבן, ווייל דו ביסט מודה אז סדא זאכן וואס זענען שטותים און דו ווילסט נאך אלס איך זאל גלייבן דערין ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, דאן קען דאך זיין אז אלעס שטותים!! ודו"ק

דעי תירוץ איז געווען א געפערליכע, און אויב איינער פארשטייט קלאר מיט זיין שכל הישר אז עפעס א שטות וואס מהאט אים מחנך געווען דערצו איז נארישקייטן, אוודאי זאל ער נישט גלייבן דערין, ווילאנג סאיז נישט קיין פראבלעם מיט אמונה בה'! און מיטן זאגן ער זאל יא גלייבן דערין אפילו ער פארשטייט אז סאיז נארישקייטן, און סאיז טאקע נארישקייטן, מיט דעם קענסטו צושאקלען זיין גאנצע אמונה און גורם זיין ער זאל נישט גלייבן אין גארנישט!

ניין, איך זאג נישט אז מ'דארף גלייבן אין שטותים, איך זאג נאר אז דער פאקט איז אז איינער וואס הייבט אן צו שאקלען זיינע דעות קדומות, שטעלט זיך נישט אפ דא, נאר ער גייט ווייטער, און עס איז א פראבלעם.
דעריבער? זאג איך נישט אז מ'זאל בלייבן גלייבן די שטותים, נאר איך זאג אז עס איז טאקע נישט כדאי צו מחנך זיין קלוגע קינדער מיט נארישע זאכן, ווייל עס איז דא א גרויסע סכנה אז זיי וועלן אלעס אוועק ווארפן.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך מפיץ אמונה »

שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז דער מפיץ איז שוין לאנג אנטלאפן.

איך גיי נישט האבן צו סאך צייט צו ענטפערן יעדעם איינעם ממש, און איך מיין אז איך מוז צוריק ציהען פון מיין הבטחה.
אבער איך אנטלויף נישט, איך וועל פראבירן בקיצור זיך מתייחס זיין צו יעדע שאלה בכללות.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך וכדומה.. »

קומט אויס פון דיינע ווערטער אז נאר איינער וואס איז א שוטה, און ווען מרעדט אים איין א שטות גלייבט ער עס בלינדערהייט, נאר אזא איינער קען זיך האלטן ביי אידישקייט, ווייל איינער וואס איז קלוג און איז מבחין אין א שטות וואס מרעדט אים איין ער איז שוין א פארטיגער,

דו זאגסט אז מזאל נישט, איך רעד שוין נאכדעם וואס מהאט יא איינגעפרעגלט נארישקייטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וכדומה.., רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך chaims »

מפיץ אמונה האט געשריבן:
3). די הוכחה פון מתן תורה, איז טאקע נישט קיין הונדערט-פראצענטיגע ראיה, און כ'האב מלכתחילה שוין געשריבן אז מ'קען אסאך מפלפל זיין דערין, איי וועט איהר פרעגן, אויב אזוי מה לנו ולצרה הזאת, וואס דארף מען עס בכלל דערמאנען, וועל איך זאגן אז דאס איז שוין א אלטע מחלוקת פון דער רמב"ם און דער ראב"ד און הלכות תשובה, ווי דער ראב"ד שרייבט אויפן רמב"ם:
"לא נהג זה המחבר מנהג החכמים שאין אדם מתחיל בדבר ולא ידע להשלימו והוא החל בשאלות קושיות והניח הדבר בקושיא והחזירו לאמונה וטוב היה לו להניח הדבר בתמימות התמימים ולא יעורר לבם ויניח דעתם בספק ואולי שעה אחת יבא הרהור בלבם על זה."


דוכט זיך אז די ביסט געקומען פארענטפערען קשיות און דא אויף די פשוטע קשיא פארוואס דוקא יהדות ביזטו נישט הונדערט פראצענט פעסט
א שוואכע התחלה....
I can't believe I just said that...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: הפצת אמונה

שליחה דורך דעת תורה »

מפיץ אמונה האט געשריבן:כ

כ'האב שוין כמה פעמים געפרעגט מה נשתנה אלע אנדערע אידאלאגיעס וואס איהר האט נישט קיין פראבלעם אז איינער גלייבט אין זיי באמונה פשוטה אן קיין חקירות, און פונקט דא מיט די אמיתות התורה, האלט איהר אז איינער וואס גלייבט דערין באמונה פשוטה איז עפעס א חסרון?
"


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט. וואס איז דער דמיון א אידיאולוגיה צו אמונה? אידעאלאגיע איז א שיטה, א הצעה, א מעגליכקייט, און עס איז פארהאנען אסאך וואס האלטן אז זי איז א אמת'ע זאך. עס איז נישט קיין אמונה אין פאקטן, א גלויבונג געבויט אויף היסטארישע און היינטיגע מציאות. סאו האלטן לחוד און גלייבן לחוד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מפיץ איז אריינגעקומען מיט א מין גאות אז ער האט די תירוצים פאר יעדעם. ער טוט שוין אין דעם אסאך יארען. ער האט גערעדט מיט גדולים (וואס מיינט דאס? מענטשע העכער בר מצוה?) און אזוי וועט ער אפראטעווען א דור און אריינגייען צו חדש אלול מיט א לייכטער מוט.
דערווייל קיין איין ווארט האט מען נישט געהערט פון איהם צו דער זאך. נאר אז אונז זענען מיר אלע אין געפאר.
לחיים ולשלום מיט דיין הפצה.
נ נח נחמ נחמן מאומן.
We want moshiach now
God bless America.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער מפיץ איז אריינגעקומען מיט א מין גאות אז ער האט די תירוצים פאר יעדעם. ער טוט שוין אין דעם אסאך יארען. ער האט גערעדט מיט גדולים (וואס מיינט דאס? מענטשע העכער בר מצוה?) און אזוי וועט ער אפראטעווען א דור און אריינגייען צו חדש אלול מיט א לייכטער מוט.
דערווייל קיין איין ווארט האט מען נישט געהערט פון איהם צו דער זאך. נאר אז אונז זענען מיר אלע אין געפאר.
לחיים ולשלום מיט דיין הפצה.
נ נח נחמ נחמן מאומן.
We want moshiach now
God bless America.

:lol: :lol: :lol:
הנני מאשפ"ג והולך
משניניותיך ומקולך...

'יו אר עט יור בעסט'
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]...
פארשפארט