![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?
שמואל הלוי האט געשריבן:יעצט נאכגעקוקט אויך אין נטעי גבריאל [נישט אין נטעי ההרים], און ער איז אויך מתיר תספורת און כיבוס, נאכמער גאר ער איז אפילו מתיר געהעריג כלי זמר אום מוצאי ת"ב שנדחה, אבער בבשר ויין זאל מען יא מחמיר זיין.
דאס איז גאר א אינטערסאנטע הלכה, ס'טייטש אז מ'מעג אויספאסטן בשעת ס'שפילט שיינע לעבעדיגע מוזיק, און מ'מעג זיך אפשערן, מ'מעג וואשן וועש, אבער פלייש און וויין דאס שוין נישט...
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?
לבלר האט געשריבן:אינטראסאנט דברים שבצנעה איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, אזוי פאסקענט קלאר די רמ"א, (הגם דא משנה ברורה האט צדדים להקל), אין פאר וועם איך זאג דערוועגן לאכט פין מיר. פארוואס?
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געהערט אמאל אן עקסטריעם ווארט פונעם סערדעהעלער רב ר' משה ניישלאס זצ"ל, --ווי באקאנט פלעגט ער אויסנאם שטארק מיקל זיין פאר פרויען דאס פאסטען--, האט ער געזאגט: א פרוי טאר נישט פאסטען, אדער איז זי מעוברת, אדער א מינקת, אויב איז זי נישט איינע פון די צוויי דאן איז עפעס נישט גלאטיג מיט איר און דארף סתם אזוי נישט פאסטן!...