
http://www.vice.com/read/photos-from-th ... etwitterus
שבת אחים האט געשריבן:אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?
שבת אחים האט געשריבן:ס׳איז נישט די זעלבע ווי עס איז געוועהן פאר זיבעציג יאהר צוריק , רעד נישט קיין נערישקייטן , און ״איך״ גלייב נישט קיין ״איין״ ווארט וואס קומט ארויס פון ביבי׳ס מויל און יא איך בין אסאך מעהר באקוועם מיט די זעכציג שמעכציג לענדער ווי ביבי און הייקינד!
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כלבא, דו ברענגסט זייער שיין ארויס די אנדערע זייט מטבע, די אלטערניטיוו פון נישט האבן א דיעל איז אבער פיל ערגער פון א אומפערפעקט דיעל.
אדנירם האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?
דו כאפסט נישט די נקודה: דו, מיט אלע אנדערע לינקע, זענען ביזי אראפמאלן ביבי'ן ווי סתם א היץ קאפ וואס ווייסט אליינס אז איראן האלט גאר ווייט פון נוקלעארע וואפן, און פרעדיגט דאס מיט א בלעכענע פנים סתם פאר פאליטיק.
קומט קערי, און איז מודה אז זיי האבן שיער געהאלטן פאר אן אטאם.
און יעצט גיי האק אויף ביבי'ס רעטאריק.
אדנירם האט געשריבן:וואנצעס, זעט אויס איר דארפט הערן א שיעור איבער מוסולמענער פונדאמענטאליזם, און די איראנע וויזיע מיסודו של רביה"ק חומייני זי"ע מייסד שושלת האייטולות.
און וואס איר שרייבט איבער שיסן אייגענע ברודער, איז די שוואכסטע און אומריכטיגסטע טענה ווען ס'קומט צום מוסולמענער. והמציאות עד כה תוכיח.
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דו מיינסט טאקע אז כומעני, דער סעלפיש פאער הינגעריגע פאנאטיקער וויל שטארבן? פארלירן זיין מלוכה? קאמיטן זעלבסטמארד? די מינוט ער שיסט א נוק, קומען 10 צוריק. און זאג מיר נישט היטלער'ס זעלבסטמארד יוכיח. היטלער האט געוואלט איינעמען די וועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר אים. דא רעדט מיט פון זיכערע זעלבסטמארד דער כומעני וועט באגיין אויס שיסט ער א נוק.
באמת איז קיינער נישט משוגע צו טראכטן אז ס'וועט אמאל פאסירן, כומעני איז נישט משוגע צו הארגענען זיינע כאמאס ברודער אין די וועסט בענק מיט זיין ירושלימע באמבע, צו עזה מוסלעמענער מיט זיין תל אביב באמבע. דא רעדט מען פון power. איראן וויל ניצן די באמבע וואס ליגט טיף באהאלטן אין בונקער לעולם ועד צו קאנטראלירן די מיטל מזרח. ס'האט ווייניג צו טוען מיט סעקיורעטי און מער מיט דאמינענץ.
דאס נעמט נישט אוועק פון די פראבלעם. א שטארקע איראן איז גאר שלעכט פאר די וועלט אפילו אן ניצן א באמבע, אבער ס'פאלג מיר א גאנג ביז א רויטע ליניע און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.
אדרבה, וואס איז די אלטערנעטיוו?