ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

זע די דריטע און די לעצטע בילד.
8-)

http://www.vice.com/read/photos-from-th ... etwitterus
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פרייד די הארץ צו זעהן ווי אונזערע ברודער פארגעסן נישט זייער געטריישאפט צו אונזער אלטע באליבטע היים לאנד פרס וואס האט אין איר גלאררייכע היסטאריע אייביג געהאט פאר אונז אפענע טויערן און קיינמאל אונז געשטערט פון פראקטעצירן אידישקייט אפענערהייט,
לעבן זאל אונזער היימלאד פרס, נידער מיט די נידערטרעכטיגע ציונים וואס ווילן חרוב מאכן די וועלט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

@רויטע

דו נעמסט אן מיט א גלייכגילטיקייט אז דער דיעל וועט ברענגן זיכערקייט אז מדינת ישראל זאל נישט זיין באדראעט פאר 10-15 יאר, allow me to be skeptical, אבער קיין איינער פון די אפמאך אונטערשרייבער מיינען נישט דערמיט מדינת ישראלס טובה, איז לאמיר לייגן ביבי אין א זייט און פארשטיין אז דער דיעל אפפערט זייער א שוואכע אויסקוק פאר מדינת ישראלס זיכערקייט.

לאמיר אנהייבן מיט איראן גופא, איך דארף דיר נישט זאגן אז זיי האלטן באמת ביי גארנישט נאר זיצן דא ביים טיש געצווינגענערהייט צוליב די עקאנאמישע סאנקציעס. זיי זענען אבער געריבענע פערסישע סוחרים, זיי פארשטייען אז די אייראפעער, בעיקר רוסלאנד מיט כינע אבער אפילו דייטשלאנד און אנדערע, פייגערן אויך אז מען זאל אראפנעמען די סאנקציעס ווייל עס קאסט זיי אפ יערליך ביליאנען און זיי זוכן א וועג ארויס.

אין די היסטאריע פון פאשיסטן און טיראנען, פון היטלער ביז אסאד, האבן דיקטאטורן אויסגעוצט אזוי גערופענע דיעלס צו קויפן צייט און ערמעגליכן זיך צו פארשטארקן מיליטעריש. זיי ווייסן אז קיינער אין די מערב וועלט האט היינט נישט קיין אפעטיט פאר מלחמות און דאס זענען הוילע סטראשונגען, זענען זיי מסכים צו צו א דיעל וואס איז סך הכל געבויעט אויף אינספעקשאנס און זיי ווייסן מיט זיכערקייט אז זיי וועלן דאס קענן אויסשפילן. סאדאם כוסעין האט זיך ארום געשפילט מיט אינספעקטארס איבער צען יאר, נארט קארעא האט אויסגעשפילט די וועלט און צוריק געדרייט דאס רעדל לאחר המעשה ואין פוצה פה ומצפצף. איראן ווייסט וויאזוי צו שפילן דעם געים און זיי האבן דאס גוט אויסגערעכנט.

די פרטים וואס מען ווייסט וויאזוי די אינספעקשאנס וועלן צוגיין ווייזט אז עס זענען גענוג לעכער אינעם סיסטעם, לויט געוויסע עקספערטן וועט זיך איראן היפש קענען אן עצה געבן דערמיט. למשל די 24 טעג advance notice ערלויבט פאר א קאץ און מויז געים, און ערשט נעכטן איז ארויסגערינען אין סענאט אז אין Parchin וועלן די איראנער קיינעם נישט אריינלאזן נאר זיי וועלן אליין זיין די וואס וועלן מאכן די אינספעקציעס, ועוד.

איי וועסטו פרעגן איז אבאמא משוגע?

די תירוץ איז ניין אבער ער רעדט זיך שטארק איין אז דער אפמאך איז יא גענוג צו שווער מאכן דאס לעבן פאר די איראנער צו פארהוילן זייערע מעשים אשר לא יעשו און ער האלט בשיטה אז מען קען מער אויפטון דורך פרידליכע incentives.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין זיין פילאזאפיע, והיא הנותנת, אין זיין וועלט אויסקוק איז מדינת ישראל א שטער פאר זיין vision in foreign policy. יעצט אין די לעצטע פאר יאר פון זיין קאדענץ איז ער אויף א מיסיע איבערצולאזן א קאנטראסטפול legacy, א שטייגער ווי קארטער נאר ערגער, אויף וואס ער זאל קענען אנצייגן נאך זיין אמט און זאגן איך האב דורכגעבראכן און אויסגעפירט וויכטיגע ליבעראלע אגענדעס, סיי אינערליך און סיי אין foreign affairs. עס גייט אים אן מדינת ישראל long term security אין די לינקע פאה, דאס וועט שוין נישט זיין זיין פראבלעם.

ער האט זיך געטראפן א גוטן שותף אינעם נאאיווען קערי ודכוותו וועלכע גלייבן באמונה שלימה אין מאדערניזירן אמעריקאן פאליסי, פאר זיי איז זייער וויכטיג זיך מער אהערצושטעלן פאר די וועלט מיט מער ליבעראלע פרינציפן, עס גייט זיי אין לעבן צו געפעלן פאר די ארייאפעאישע פירער און זיי אנערקענען און אינדעטיפיצירן זיך מיט די אייראפעער הנחה אז דאס אז אמעריקא איז אלעמאל עומד בראש איז א פארגאנגענהייט.

דער אפמאך מיט איראן פאסט גוט אריין פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, ביז דערוויעל וועט איראן אבער ווייטער טון וואס זיי האלטן ביים טון מיט מער פארבארגענקייט, זיי וועלן קענען אינצווישן בליען עקאנאמיש און די קריטישע פאר יאר וועט זיי געבן גענוג צייט זיך צו פארוואנדלן אין א באפעסטיגטע נוקלערארע מאכט, א מציאות וואס וועט זיין צו שפעט אפצושטעלן.

ישראל איז שוין איינמאל באדראעט.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער גוט געזאגט [tag]כלבאשבוע[/tag]!
אבער דיין לעצטע שורה וואס איך קוואויט דא איז נישט אמת!
ישראל איז שוין איינמאל באדראעט.
וואס ישראל, ווען ישראל, Israel איז ביי די איראנער נאר די קליינע שטן בשעת America איז ביי זיי די גרויסע שטן, אוודאי מיינען זיי ישראל אויך, אבער זיי מיינען אמעריקא (״אונז״) בעיקר!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כלבוע
זעכציג לענדער זאגן אנדערש ווי דיר, ס׳נישט נאר אבאמא ס׳איז אלע אייראפישע לענדער, ביבי שרייט שוין מעהר ווי פופצן יאר אז איראן גייט מארגן האבן א אטאם באמבע, און ווי איז עס?

און איך וויל נוצן דיינע אייגענע ווערטער allow me to be skeptical, אבער ביבי מיינט דא זיינע אייגענע אינטערעסן !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

@שבת

זעכציג שמעכציג, זיי מיינען זיך.
The munich agreement also included the major powers of Europe.

וועגן ביביס ווארענונגען זעה מיין פריערדיגע תגובה, מפי קערי בכבודו ובעצמו.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳איז נישט די זעלבע ווי עס איז געוועהן פאר זיבעציג יאהר צוריק , רעד נישט קיין נערישקייטן , און ״איך״ גלייב נישט קיין ״איין״ ווארט וואס קומט ארויס פון ביבי׳ס מויל און יא איך בין אסאך מעהר באקוועם מיט די זעכציג שמעכציג לענדער ווי ביבי און הייקינד!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

סאיז טאקע נישט די זעלבע, סאיז ערגער, און לאז שוין אפ ביבי, הער אויס קערי אליין.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואס זאגט קערי ? לאמיר הערן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

קערי: איראן האט געהאלטן צוויי דריי חדשים ביז א באמבע פאר צוויי יאר צוריק.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?

און ווען און ווי האט ער עס געזאגט? האסט א לינק צו דעם אפשר?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

כלבא, דו ברענגסט זייער שיין ארויס די אנדערע זייט מטבע, די אלטערניטיוו פון נישט האבן א דיעל איז אבער פיל ערגער פון א אומפערפעקט דיעל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך געדענק ווען כמעט יעדע חסיד האט זיך געשוויורען אז סאדאם כוסעין האט נוקלעיר וואפן, למעשה האט ער קוים געהאט קעמלעך און ס׳האט געקאסט אמעריקא טריליאנען און אפאר טויזענט לעבענס, 10 טויזענט געזונטע אמעריקאנער יונגלעך זענען אהיימגעקומען אן הענט און פיס און אונז לאדן נאך היינט וועגן די מלחמות,

הערטס אויף צו דימונען אזויפיל!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?

דו כאפסט נישט די נקודה: דו, מיט אלע אנדערע לינקע, זענען ביזי אראפמאלן ביבי'ן ווי סתם א היץ קאפ וואס ווייסט אליינס אז איראן האלט גאר ווייט פון נוקלעארע וואפן, און פרעדיגט דאס מיט א בלעכענע פנים סתם פאר פאליטיק.
קומט קערי, און איז מודה אז זיי האבן שיער געהאלטן פאר אן אטאם.
און יעצט גיי האק אויף ביבי'ס רעטאריק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:ס׳איז נישט די זעלבע ווי עס איז געוועהן פאר זיבעציג יאהר צוריק , רעד נישט קיין נערישקייטן , און ״איך״ גלייב נישט קיין ״איין״ ווארט וואס קומט ארויס פון ביבי׳ס מויל און יא איך בין אסאך מעהר באקוועם מיט די זעכציג שמעכציג לענדער ווי ביבי און הייקינד!

אזוי האט מען געזאגט פינף און זיבעציג יאר צוריק [דהיינו, צוואנציג יאר נאכן מאכן עגרימענטס איבער דייטשלאנד עתיד], אז 'ס'איז נישט די זעלבע' בלא בלא בלא.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער, האט שוין א קלוגע חכם געזאגט.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

In his testimony, Kerry said that when the negotiations began, experts calculated that it would take Iran only two to three months to produce enough material for a bomb, the so-called breakout time.

קענסט הערן אליינס:
https://www.youtube.com/watch?v=p9qa1e57Nns
בערך 57 מינוט אין די וידיאו.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דו מיינסט טאקע אז כומעני, דער סעלפיש פאער הינגעריגע פאנאטיקער וויל שטארבן? פארלירן זיין מלוכה? קאמיטן זעלבסטמארד? די מינוט ער שיסט א נוק, קומען 10 צוריק. און זאג מיר נישט היטלער'ס זעלבסטמארד יוכיח. היטלער האט געוואלט איינעמען די וועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר אים. דא רעדט מיט פון זיכערע זעלבסטמארד דער כומעני וועט באגיין אויס שיסט ער א נוק.

באמת איז קיינער נישט משוגע צו טראכטן אז ס'וועט אמאל פאסירן, כומעני איז נישט משוגע צו הארגענען זיינע כאמאס ברודער אין די וועסט בענק מיט זיין ירושלימע באמבע, צו עזה מוסלעמענער מיט זיין תל אביב באמבע. דא רעדט מען פון power. איראן וויל ניצן די באמבע וואס ליגט טיף באהאלטן אין בונקער לעולם ועד צו קאנטראלירן די מיטל מזרח. ס'האט ווייניג צו טוען מיט סעקיורעטי און מער מיט דאמינענץ.

דאס נעמט נישט אוועק פון די פראבלעם. א שטארקע איראן איז גאר שלעכט פאר די וועלט אפילו אן ניצן א באמבע, אבער ס'פאלג מיר א גאנג ביז א רויטע ליניע און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.

אדרבה, וואס איז די אלטערנעטיוו?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:כלבא, דו ברענגסט זייער שיין ארויס די אנדערע זייט מטבע, די אלטערניטיוו פון נישט האבן א דיעל איז אבער פיל ערגער פון א אומפערפעקט דיעל.


די פראבלעם מיט די טענה איז, אז אבאמא האט כסדר געזאגט אין די לעצטע פאר יאר אז מעןן וועט ענדערש אינגאנצן נישט מאכן קיין דיעל ווי איידער צו מאכן אן אומפערפעקטע דיעל, און דא למעשה האט ער עס יא געטון.

ער האט אויך נאכגעלאזט פון אסאך אנדערע תנאים וואס ער האט אליין געשטעלט, לייען דא: http://www.wsj.com/articles/the-calamit ... 1437608955

סקוקט מער אויס אז די אלע צוזאגעכצער איז געווען א טריק נאכצולאזן פונעם פאליטישן דרוק ביז סווערט א מציאות כדי אויסצופירן זיין אגענדע.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואנצעס, זעט אויס איר דארפט הערן א שיעור איבער מוסולמענער פונדאמענטאליזם, און די איראנע וויזיע מיסודו של רביה"ק חומייני זי"ע מייסד שושלת האייטולות.

און וואס איר שרייבט איבער שיסן אייגענע ברודער, איז די שוואכסטע און אומריכטיגסטע טענה ווען ס'קומט צום מוסולמענער. והמציאות עד כה תוכיח.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?

דו כאפסט נישט די נקודה: דו, מיט אלע אנדערע לינקע, זענען ביזי אראפמאלן ביבי'ן ווי סתם א היץ קאפ וואס ווייסט אליינס אז איראן האלט גאר ווייט פון נוקלעארע וואפן, און פרעדיגט דאס מיט א בלעכענע פנים סתם פאר פאליטיק.
קומט קערי, און איז מודה אז זיי האבן שיער געהאלטן פאר אן אטאם.
און יעצט גיי האק אויף ביבי'ס רעטאריק.


אויב ברענגסטו א ראי׳ פון קערי׳ס ווערטער פארוואס רעכענסטו זיך נישט מיט זיינע יעצטיגע ווערטער אז נאכן מאכן די דיעל וועט איראן נישט קענען פראדיצירן א באמבע ? איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו זעהן די קליפ און הערן וואס ער האט צו זאגן אבער אפילו ער האט עס יא געזאגט וויאזוי קען זיין אז ער האט מסכים געוועהן צו די דיעל? ער וועט עס צולאזן אויף זיין זייגער? און ווען קען מען זיך רעכענען מיט קערי׳ס ווערטער נאר ווען עס שטימט מיט דיין אגענדע?

יא היסטערי ריפיטס איט סעלף! דארפסט נישט צוריקגיין זיבעציג יאר מיר איז גענוג 10 יאהר צוריק האבן די זעלבע מענטשען וואס זאגן יעצט אז איראן איז א סכנה פאר די וועלט האבן געזאגט אז איראק איז א סכנה פאר די וועלט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אדנירם האט געשריבן:וואנצעס, זעט אויס איר דארפט הערן א שיעור איבער מוסולמענער פונדאמענטאליזם, און די איראנע וויזיע מיסודו של רביה"ק חומייני זי"ע מייסד שושלת האייטולות.

און וואס איר שרייבט איבער שיסן אייגענע ברודער, איז די שוואכסטע און אומריכטיגסטע טענה ווען ס'קומט צום מוסולמענער. והמציאות עד כה תוכיח.


די איראנער וויזיע זאגט פאר אז ס'דארף זיין א מוסלעמענער דאמינענץ איבער די גאנצע וועלט. א פארברענטע טעהראן און א חרובע איראן איז אפגעהאקט די קאפ פון די וויזיע. די ציהל איז אז כופרים זאלן ווערן גלויביגע, נישט אז די גלויביגע דארפן שטארבן מיט די מורדים.

בנוגע שיסן אייגענע ברודער, דא רעדט מען נישט פון סתם ברודער, דא רעדט מען פון כאמאס וואס איז די פראקסי און איראנע פראנטעיר אין יענע ראיאן. ס'נישט זייער ברודער, ס'זיי אליינס. כאמאס מיט איראן זענען איין ארמיי מיט צוויי אפטיילונגען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דו מיינסט טאקע אז כומעני, דער סעלפיש פאער הינגעריגע פאנאטיקער וויל שטארבן? פארלירן זיין מלוכה? קאמיטן זעלבסטמארד? די מינוט ער שיסט א נוק, קומען 10 צוריק. און זאג מיר נישט היטלער'ס זעלבסטמארד יוכיח. היטלער האט געוואלט איינעמען די וועלט און ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט פאר אים. דא רעדט מיט פון זיכערע זעלבסטמארד דער כומעני וועט באגיין אויס שיסט ער א נוק.

באמת איז קיינער נישט משוגע צו טראכטן אז ס'וועט אמאל פאסירן, כומעני איז נישט משוגע צו הארגענען זיינע כאמאס ברודער אין די וועסט בענק מיט זיין ירושלימע באמבע, צו עזה מוסלעמענער מיט זיין תל אביב באמבע. דא רעדט מען פון power. איראן וויל ניצן די באמבע וואס ליגט טיף באהאלטן אין בונקער לעולם ועד צו קאנטראלירן די מיטל מזרח. ס'האט ווייניג צו טוען מיט סעקיורעטי און מער מיט דאמינענץ.

דאס נעמט נישט אוועק פון די פראבלעם. א שטארקע איראן איז גאר שלעכט פאר די וועלט אפילו אן ניצן א באמבע, אבער ס'פאלג מיר א גאנג ביז א רויטע ליניע און די פארניכטונג פון מדינת ישראל.

אדרבה, וואס איז די אלטערנעטיוו?


רויטע,

סשווער צו שפאקולירן ווי ווייט די אייאייטולעס פאנאטישקייט קען גרייכן און כבין גראדע מער נוטה צו דיין מיינונג לגבי דעם חלק פון דאס ניצן למעשה, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל קאפיטולירן, איראן האלט דא אין א מצב ווי זיי זענען שיעור נישט דערווארגן געווארן פון די סאנקציעס, אנשטאט אויסצוניצן די געלעגנהייט און זיי נאך מער שטופן אין ווינקל, האט מען זיך געלאזט ווערן איבערגעקלוגט.

כזאג געלאזט, ווייל סקוקט מיר אויס אז די באטייליגטע האבן טאקע געקענט ביישטיין, יעדער צוליב זיינע אייגענע סיבות.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ווי אזוי וואלט אויסגעזעהן דיין דיעל?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט