שבת אחים האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אבער וואס זאגט ער צו די אגרימענט?
דו כאפסט נישט די נקודה: דו, מיט אלע אנדערע לינקע, זענען ביזי אראפמאלן ביבי'ן ווי סתם א היץ קאפ וואס ווייסט אליינס אז איראן האלט גאר ווייט פון נוקלעארע וואפן, און פרעדיגט דאס מיט א בלעכענע פנים סתם פאר פאליטיק.
קומט קערי, און איז מודה אז זיי האבן שיער געהאלטן פאר אן אטאם.
און יעצט גיי האק אויף ביבי'ס רעטאריק.
אויב ברענגסטו א ראי׳ פון קערי׳ס ווערטער פארוואס רעכענסטו זיך נישט מיט זיינע יעצטיגע ווערטער אז נאכן מאכן די דיעל וועט איראן נישט קענען פראדיצירן א באמבע ? איך האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו זעהן די קליפ און הערן וואס ער האט צו זאגן אבער אפילו ער האט עס יא געזאגט וויאזוי קען זיין אז ער האט מסכים געוועהן צו די דיעל? ער וועט עס צולאזן אויף זיין זייגער? און ווען קען מען זיך רעכענען מיט קערי׳ס ווערטער נאר ווען עס שטימט מיט דיין אגענדע?
יא היסטערי ריפיטס איט סעלף! דארפסט נישט צוריקגיין זיבעציג יאר מיר איז גענוג 10 יאהר צוריק האבן די זעלבע מענטשען וואס זאגן יעצט אז איראן איז א סכנה פאר די וועלט האבן געזאגט אז איראק איז א סכנה פאר די וועלט!
קערי'ס ווערטער זענען נישט מיין אורים ותומים. קערי'ס ווערטער זענען גענוג פאר די לינקע וואס גלייבן זיינע סטעיטמענטס, אז אזעלכע טיפשות רייד וואס דיין מויל האט נישט געשאלעוועט די לעצטע פאר וואכן אז ביבי האט אייביג פארפירט און ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין סכנה, זאל זיך האבן ארויסגעצייגט אלס אומריכטיג אפילו ע"פ משנתו של קערי.
זאת ועוד, קערי איז מיר נישט באגלייבט אויפן עתיד, סך הכל קען ער 'אפשר' רעדן אין מציאות שעבר, ודו"ק והבן וד"ל ואכמ"ל.
און בנוגע היסטערי ריפיטס איטסעלף, האסטו טאקע נישט געענטפערט אויף מיין פונקט, האסט סך הכל צוריקגעשאסן אין קאפ אריין. אבער אנעם אריינגיין אין חילוקי הדברים שבין זה לזה [למשל, די צד אויף יא וועט מאכן ערגערע חרבנות ווי די צד אויף ניין מיט אן אומשולדיגן מלחמה], וועל איך דיר אפענטפערן זייער פשוט: ווען בוש האט פארפירט וועגן איראק, האט אים שוין מדינת ישראל איינגעמאלדן אז אויב עפעס דארף מען ערשט דילן מיט איראן. עכ"פ אין להביא ראי' לנידו"ד.