אידן צי יאזידיס, וועמענס בלוט איז רויטער?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

אידן צי יאזידיס, וועמענס בלוט איז רויטער?

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'איז תשעה באב, דער עולם איז פארנומען קוקן פילמס פון די שואה און מ'קלאגט על שבר עמינו. ס'לאזט זיך נישט גלייבן וואס טויזענטע, לכאורה ציווילזירטע דייטשן האבן געטון צו מיליאנען אומשולדיגע יונגע קינדערלעך און עלטערן, און ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און ס'וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן וויאזוי דער וועלט האט געקענט זיצן און גארנישט טון צו אפשטעלן, אדער פרובירן אפשטעלן די מערדעריי.

אבער, טייערער איד, כאפ א טשיל. מ'האט געמארדערט דיין פאלק? נישט געפערליך. שריי נישט אזוי. כ'מיין, חס ושלום, ס'איז זייער געפערליך, אבער האב נישט קיין טענות אז קיינער האט עס נישט אינטערעסירט.
ס'האט נישט קיין פשט צו אריינגיין אין פרטים, ווייל יעדער וואס לייענט דאס ווייסט סייווי. יעדער האלט מיט, ווי היינט צוטאגס, נאך יארן שרייען, קרייען און זאגאר גלייבן, אז אין די היינטיגע עפאכע קען סיסטימאטישע-מארד נישט פאסירן, ווערן טויזענטע, הונדערטע טויזענטע קריסטן, יאזידיס און אנדערע מינאריטעטן אויסגעמארדעט און געפירט ווי קעלבלעך צום שחיטה, ואין פוצה פה ומצפצף! ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן מיר חסיד'ישע אידן, קינדער און אייניקלעך פון האלאקוסט דורכלעבער געשטורעמט די גאסן פון מאנהעטן און מרעיש עולמות געווען צו פרובירן לייגן א סוף צו די מאסן רציחות און שעכטעריי. אבער? ווי כאילו לא היה זיצט מען על סיר הבשר און מ'וויינט אז קיינער האט אונז נישט נעבעך געשוינט.

איין רגע, פון Rwandan האסטו אמאל געהערט? צי ווייסטו אז מ'האט אויסגעשאכטן א מיליאן מענטשן מיט צוואנציג יאר צוריק און דו ווייסט ניטאמאל דערפון? רבותי, שטייטס אויף פון שלאף! מ'האקט קעפ, מ'קוילט אויס! יונגע קינדער ווערן געווארפן אין פייער! זכור זכור מה היה לנו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטעמיסט, כ'בין מסכים צו דיין גאנצן ארטיקל, סיידן דיין נאמען פארן אשכול.
כ'בין פארט אן 'אתה בחרתנו'ניק'.

דאס מיינט אבער נישט אז די יאזידיס האבן נישט קיין בלוט, און אז מיר דארפן נישט שטורעמען וועגן דעם.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: אידן צי יאזידיס, וועמענס בלוט איז רויטער?

שליחה דורך דעת תורה »

אפילו אויב חסיד'ישע אידן וועלן יא אויפשטורעמען די וועלט, טוישט זיך נישט די מציאות אז די וועלט זיצט על סיר הבשר און טוט גארנישט. (יאזידי'ס איז נישט אזא גוטער משל, פאקטיש האבן זיך די באמבארדירונגען אויף אייסיס - און די קאנסעקווענטע הריגות פון אמעריקאנע משכונות דורך אייסיס - אנגעהויבן נאר א דאנק די רדיפות און סכנה פאר די יאזידי'ס מצד אייסיס. אבער דארפור איז נאך אלץ א גוטער משל).

סאו בעפאר מיר ברענגען א ראייה אז די גאנצע וועלט האט אונז פיינט ווייל זיי האבן זיך נישט צופיל געקימערט אונז צו ראטעווען, לאמיר עס פשוט שטעלן אין ריכטיגן פערספעקטיוו. די מענטשהייט איז נישט ווייסעך וואסערע פיינע בריאה. זי איז זייער פויל און קימערט זיך נישט צופיל מיט א צווייטן'ס צער. וויאזוי פלעגט יאיר זיך חתמ'ן? חדלו לכם מן האדם אשר נשמה באפו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: אידן צי יאזידיס, וועמענס בלוט איז רויטער?

שליחה דורך דעת תורה »

און רעדנדיג פון די יאזידי'ס, האב איך זיך פונקט היינט אנגעשטויסן אין א אינטערעסאנטע זאך, וואס איך געדענק נישט מ'זאל בשעתו האבן גערעדט דערוועגן.

שטעלט זיך ארויס די יאזידי'ס האבן נישט אויסגעמיטן דעם גורל פון זייערע שכנים אינעם ראיאן, מ'האט זיי אויך געשטעלט אויף די ליסטע פון אייניקלעך פון די עשרת השבטים. א גלח וואס האט זיי באזוכט האט אפילו דערציילט אז זיי מל'ן זיך און זענען מקריב א קרבן פסח. כ'האב נישט קיין אנונג אויב ס'איז טאקע אמת און אויב איז עס אמת געווען דאן, צי איז עס נאך היינט אויך אזוי.

עכ"פ לפי זה איז דער קעפל נישט אויסגעהאלטן מטעם אחר. ווייל יאזידי'ס זענען מעגליך גאר אידן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט