ועד להגנה מפני אלימות קנאות דתית

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

ועד להגנה מפני אלימות קנאות דתית

שליחה דורך moshav zekeinim »

א סך פראבלעמען זענען פארהאן אין די וועלט וואס זענען בכח צו צושטערן דעם מענטשנס מנוחה אדער גאר צוגרונד לייגן. יעדער גורם וואס ווערט איינערקענט אלס שטערער פונעם מענטשליכער דרך החיים ווערט אנגערופן בפי העם פראבלעם. פאראן אזעלעכע וואס ווערן בעסער קער גענומען און פארהאן וואס ווערן שוואכער קער גענומען.

צווישן די אלע פאשידענע סארטן פראבלעמען, איז פאראן א פראבלעם נישט קלענער ווי אנדערע גרויסע
פראבלעמען, וואס עסט אויף די מענטשהייט ווי געמיינע ווערים, און לאזט איבער געהארגעטע פיזיש און גייסטיש אויף וועגן און אויף שטעגן, און דאס איז דער מכת הקנאות הארורה.

קנאות איז א נאטורליכער אינסטינקט אין די מענטשהייט וואס קען צומאל זיין געבענטשט ווען עס קומט צו באקעמפן שלעכטס אויף די וועלט, גלייך ווי א מלוכה און א דזשאסטיס סיסטעם איז גוט טאמער האלט זיך עס אויפן ריכטיגן באלאנס.

איז אבער קיין סוד קיינמאל נישט געווען אז קנאות קען אנטון ריזיגער שאדן'ס אזש עס זענען געווען אזעלעכע וועלכע האבן פארציכטעט אויף די מעלות דערפון אבי דער שעדליכער קנאות סובסטאנץ זאל נישט עקזיסטירן.

די שלעכטס פון קנאות איז דרייפאכיג. 1 עס איז א טרייב קראפט צו טון אומלעגאלע מעשים אשר לא יעשו מיט כל מיני דריידלעך. 2 עס גיט א תירוץ פארן מענטש אפצוטון ווילדע מעשים. עס איז ווי א מיטוס וואס תחת חסותו קען מען טאן וואס מען וויל. 3 זייער אומאיינשטענדיגע התנהגות. (איך האף אז איך האב מיר קלאר ארויסגעברענגט).

דאס איז געזאגט געווארן אויפן קנאות מיטוס, מענטאלעטי און יצר בכלל, און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו רעליגיע, דאן איז קנאות א הויפט מחותן, און דווקא אויפן ברוטאלסטן אופן.

איך וועל נישט יעצט אריין גיין אין דער סיבה פארוואס רעליגיע וועקט די מערסטע אויף דאס קנאות גייסט. און איך וועל אויך נישט אריין גיין אין ווי ווייט גערעכט עס איז צו נישט. איין זאך איז זעכער, אז דער מכת הקנאות האט שוין געלאזט שווערע מיליאנען קרבנות.

קנאות האט נישט אויסגעקרויזט אונז אידעלעך, באופן כללי ופרטי פון ציונות ביז התנחלות פון הארגענען גויים ביז אונטערגראבן אידן. און אן דאס אריין גיין צו די קנאים למחנהם האבן רעכט צו נישט, איז אבער א פאקט אז דער מענטאלעטי און מיטוס איז מכלה ווי א ספחת נוראה שטיקער פונעם חרדישן פאפיולעישן, אין פיזישן און אין גייסטיגן שטאנדפונקט.

אויב זענען די פאליטישע קנאות גרופעס נאר שעדליך אינעם גרויסן פאליטישן פעלד וואס אויף דעם זענען כאטש פארהאן ארגאניזירטע דיפענדינגס גרופעס, איז אבער דער אלגעמיינער קנאות גייסט בעניני פרומקייט א כח וואס עס איז קיינער נישט פוצה פה ומצפצף, מיט דעם עשו'דיגן קנאות טרייב קראפט, און מיטן מיטוס פון קנאים פוגעים בו קען מען צוזעצן און צוקנאקן הונדעטער און טויזנטער איינשטענדיגע מענטשן וואס ווילן גארנישט אויסער דו זאלסט אים לאזן אטעמען.

מעשיות פון פרומקייט קרבנות זענען דא איבערן קאפ. עס מאכט זיך זאגאר אז איידעלע אידן פון שול, ארענטליכע בעלי בתים, ווען עס קומט צום ענין פון פרומקייט קנאות ווערן זיי איבערגעדרייט צו חיות טורפות ממש. עס איז קיין ספק נישט אז עס איז נישט לפי רוח התורה.

אשר על כן, עליכם אישים אקרא, קלער איך אז אפשר איז שוין צייט געקומען פשוט צו ארגאניזירן א ועד להגנה מפני אלימות קנאות., וואו יעדער קרבן פון א פרומקייט קנאי זאל זיך קענען ווענדן, און איינמאל עס ווערט פעסטגעשטעלט דורך א סטעף פון ערנסטע און געלערנטע מענטשן אז דא רעדט זיך פון א ארנטליכער מענטש וואס איז געפאלן א פרומקייט קנאות קרבן, זאל מען דעם איד העלפן מיט פראפעסיאנאלע מיטלען, און טאמער פעלט אויס א שטייפער האנט זאל דאס אויך זיין צום האבן.

ובשם השם נעשה ונצליח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

*אלימות
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: ועד להגנה מפני אלימות קנאות דתית

שליחה דורך chaims »

א גוטע געדאנק וואס גייט ליידער נישט צושטאנד קומען

I can't believe I just said that...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינט א שטייפער האנט, צום ביישפיל?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט א שטייפער האנט, צום ביישפיל?

צו קאנצענטרירן זיך אויף די אנפירערס, און גוט באקלאפן זיי אז ס'זאלל זיי פארגיין דער אפעטיט צו טעראריזירן א צווייטן. און אויב פעלט אויס, אויך איינמעלדן פאר די געזעץ אויטאריטעטן און זיי לאזן ארעסטירן...! יא...מעסירעה... :evil:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מושב זקנים: דו האסט דא אנגערירט א נקודה וואס איז הויפטזעכליך (אמאל געווען) נוגע אין ארץ ישראל. וואו ס'איז געווען א ועד נגד כפייה דתית. און אין זייער א סאך פאלן זענען זיי נישט געווען אומגערעכט. פארשטייצעך אז דארט איז אויך געווען (און ס'איז נאך אלץ ליידער דא) דא גרופעס וועלכע פראקטיצירן כפייה אנטי-דתית...!
למשל ביי דעם קרתא פארקינג לאט אין ירושלים וועלכע האט פונקציאנירט אום שב"ק, זענען די חרדים נישט גערעכט געווען מיט די הפגנות און שלעגערייען וועלכע זענען אנגעגאנגען פאר א פאר וואכן. ערשטנס. ס'איז אנגעפיהרט געווארן דורך גויים. אויך, וואלט מען נישט געקענט אפשטעלן דעם חילול שבת אין גאנץ ירושלים פון די אומרעליגיעזע וועלכע זענען געגאנגען שאפינג אין די גרויסע סטארס. ס'וואלט נאר פארמערט און פארערגערט דעם חילול שבת. ווייל די חילונים וואלטן געפארקט אין די אידישע געגנט אויב זיי האבן נישט וואו צו פארקן זייערע קארס.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אויף גרויסע פאליטישע געזעלשאפטן בין איך נישט אזוי באזארגט, זיי האבן זיך זייערע עסקנים און קאנעקשנס. בעיקר באצי איך זיך צו צו יחידישע קרבנות וועלעכע זענען אומבאהאלפן קעגן די חימה שפוכה פון פארפרומטע עקסטרעמיסטן וועלעכע דרויען אים צוצו'חרוב'ן דאס לעבן בכל מיני אופנים שונים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט