ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך [NAMELESS] »

בליל תשעה באב, יבכיון בנים
וביום עלי ארץ, דמעות כנחלים
אורות חשוכים, וקומות כפופים
כל זקן וישישה, בשפתם קינתם

אחד על שממות הראשון, חלוקו קרועה
והשני על בית חשמונאי, לבו שסועה
והזקנה ממעל, על מרתא בת בייתוס
זולגת מיללת, ועיניה לתשועה

והנה ממול, השעון הגדול
שתיים עשרה, מכה בקול
והספסלים מיותמים, מקיר לקיר
ללידת בן דוד, כי עוד יבוא העיר

ופה ושם, עוד לא כולם עזבו
המאחרים לקום, עוד יש בפיהם קינה
"לא" הם אומרים, גלות זה לא הכל
ואיה הזוועות, הגירושים והשחיטות?

האין זה הזמן, לבכות את התמוז?
והאייר והשבט, ושאר חדשי המוות?
נשבה לארץ ונדום, עד כי גמרנו לספור
או עד כי חדלנו, כי אין מספר

והם יושבים ובוכים, ולבם בל עמם
גם מחשבותם עם, הנחנקים והנתלים
ועם השרופים והנדקרים, והנקברים חיים
עם השלדים והשיניים, השערות והציפורניים

ואני עומדת מן הצד, מתוסכלת ומתמיהה
איכה, לחורבן בית עצים אבנים נדמיתי
הכי תחשבי חלייך לשברי, זועקת רוחי
האם לביטול סנהדרין, תמשולי סבלי

נדדת את הרבה, לכל קצוות וארצות
הוי! לו יכלו בנותי, מקל נדודים לירצות
עלי הרים וגבעות, ועמקי שפלים
אז היו רצים אצים, כריקודי נשפים

עליך ידמעון, עלי ביטול זבחים ועולות
מי יתן ראשי מים, על תמידי קרבנותי
תמיד בבוקר בבוקר, וכל היום עד העלות
ומערב עד ערב, הקטר איברים במשרפותי

לך השאיר רב טבחים, מדלת בנייך
וגדליהו, ויבנה עם חכמיו, להציל
לי אם ישאיר שר טבחי, מדלת בניי
גם השר גם הדל, גורל אחד לעאזל

לך, על דליקת בית תפילה
לי, על שריפת מתפלליה
לך, על קולות מחרפיה
ולי, על יללת טפיה, עולליה

לך, על ארמון אשר נוטש
ועל שם אשר חולל
ומה אדמה לך, חילולי חללי
עיט עלי פגרים, עלי אוכל יוטש

דום לך אב, אל תתעברי למעניתי
הניחה לי ואשבה, לבדי בפינתי
לא לך זר לערב, קינתך בקינתי
ואהימה מימים ימימה, בקול שתיקתי
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זיער הארציג, פון וואו?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון וואו? וואס הייסט פון וואו, פון מיין הארץ, פון מיין געוויסן.

איך האב זיך אין די טעג פארשריבן עפעס א שטיקל פאעזיע אויפן חורבן אירופה מיטן געדאנק עס ארויפצושטעלן פאר די חברים שוין היינט, אין דעם טאג וואס כלל ישראל באקלאגט און באוויינט אלע אירע חרבנות. נאך איידער איך האב עספיעט ארויסצושיקן דעם בלוטיגן טויב אויפן געוועב איז מיר ארויף אויפן געדאנק א צווייטע מחשבה. כ'האב געשפירט ווי דער חורבן אליינס באווייזט זיך צו מיר מיט אלע שטעכעדיגע קאלירן און רוימט מיר אריין אין אויער אריין שטילערהייט, גלייך מיט די שורות און די פינטעלך "נישט היינט, חלילה וחס". ס'וואלט געווען א זינד פון מיין זייט אנצוטשעפענען דעם ביטערן השמדה ווי עפעס א מינדערוויכטיגע אבר המדודל צו א צרה וואס האט אונז באטראפן א צוויי טויזענט יאר צוריק.

די ווערטער זענען געווען קלאר און דייטלעך, זייער שטארק און צום פינטל.
וויל איך דאך נישט עובר זיין אויף הכובש את נבואתו. נו האב איך לפחות געמוזט מיט אייך טיילן דעם גייסטליכן קינה פון א גייסטלאזער שאטן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

די לשון נקבה האט מיר געמאכט א ספק, צו דאס מיינט דיין נשמה, אדער א פרוי וואס האט דאס געמאכט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביידע נישט. די שואה אליינס, בכבודה ובעצמה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דאן האב איך דרך ארץ פאר איהם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך דעת תורה »

דאס איז א מחלוקה צווישן די שואה און רבינו קלונימוס (דוכט זיך, איינער פון די מחברים פון די קינות וואס מ'זאגט דארט אויף גזירות תתנ"ו) וועלכער איז מסביר אין די קינה די סיבה פארוואס ער האט עס אריין געשטופט צו זאגן אום תשעה באב, און דאס איז וויבאלד מ'קען נישט צולייגן נאך טעג פון קלאג אויף כלל ישראל, נוצט ער אויב דעם טאג ט' באב שוין צו קלאגן אויף דעם חורבן אויך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו ס'דען עפעס א פארגלייך?! איין נאכמיטאג אין אוישוויץ אין ראוש אוערס קען איינשלינגן גאנץ גזירת תתנ"ו פאר קינוח סעודה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך דעת תורה »

פראצענטועל? גזירת תתנו האט גאר שווער באטראפן די מיטל אלטער קהילות אין אשכנז, וואס איך מיין ס'איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז 3 אדער 4 מיליאן פון די 6 מיליאן זענען געווען דירעקטע אייניקלעך בן אחר בן פון יענע קליינע קהילות. פאר די אידן פון אשכנז איז געווען א קנאפע נחמה אז אין ספרד בליט דאס יהדות, פאר זיי איז דאס געווען א שואה של ממש.

אויסער דעם, ביים חורבן בית שני איז אויך געשאצט באלד אדער איבער א מיליאן הרוגים ל"ע, ווער רעדט נאך פון ביתר, א נישטיגע 52 יאר שפעטער וועלכע האט לויט אלע מקורות פארשאטנט די טראגעדיע פון חורבן ירושלים (מיטן אויסנאם פון דעם בית המקדש גופא). דאך טרעפט מען נישט מען זאל האבן א פראבלעם צו וויינען אויף די גזירות אום ט"ב, און ס'איז לאו דוקא ווייל אלעס איז א טפל צום חורבן המקדש, נאר פשוט ט"ב איז א נאציאנאלער טרויער טאג, א יום מוכן פאר בכיה לדורות נאך סאך פארן חורבן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

Wow. דאס האט מיר באנומען ביז די טיפענישן פון די נשמה. מי יתן והיה מען זאל מתקן זיין דאס צו זאגן אין דעם יום השואה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דעת תורה, אויב נעמסטו דיינע ציפערן פון יוסיפון, זיי זענען באקאנט צו זיין אומפארלעסליך און שרעקליך מגוזם, ווי אלע היסטאריע ביכער פון יענע תקופה.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויפגעוועקט!!
לכבוד תשעה באב הממשמש ובא (דעמאלס גייט שוין זיין אפגעשפארט. מוז מען יעצט אריינכאפן)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך א איד »

פשיהא, פאר די טויזננטסטע תגובה, האסטו זיך איינגעהאלטן אזוי לאנג?????
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך נעגעל וואסער »

יאיר האט געשריבן:דעת תורה, אויב נעמסטו דיינע ציפערן פון יוסיפון, זיי זענען באקאנט צו זיין אומפארלעסליך און שרעקליך מגוזם, ווי אלע היסטאריע ביכער פון יענע תקופה.

לפי די גמרא אין גיטין נז קומט אויס גוזמאות פון ציפערן! דארט ווערט געברענגט צווישן אנדערע שרעקעדיגע נומבערס אזוי; "ששים רבוא עיירות שהיו לו לינאי המלך בהר המלך וכל אחת ואחת היו בה כיוצא מצרים!", דאס איז א קיי"ל פון 36,000,000,000! (פיר מאל אזוי פיל מענטשען וואס געפונען זיך יעצט אויפן כדור הארץ!!) חוץ פון דעם איז געווען 3 שטעט וואס האט געהאט 1.2 מילאן מענטשען.

זאג מיר נישט אז ס'איז א גוזמא..
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פארוואס נישט?
אוודאי איז עס א גוזמא.
נישט געוועהן אזויפיל מענטשען אמאהל
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך מי אני »

מ׳קען אפשר זאגן בדרך מליצה אז דאס איז דער פייטן [ר׳ מנחם ב״ר יעקב מוורמייזא] מרמז אינ׳ם קינה מעוני שמים, ״שמני שואה ונתץ את הבית״. והיינו, דעם ענין פונ׳ם קינה וואס אונזער מגיד האט פארפאסט: ווי די [דאס וואס אונז רופן די] שואה שטויסט זיך אן אין דעם ענין פון קלאגן נאר אויפ׳ן חורבן הבית.

(איך האב געזאגט אפאר פון די קינות וואס מ׳האט פארפאסט אויף חורבן אירופה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ישר כוח. דאס אמת איז לענ״ד אז דער חורבן אירופה מיט איהרע ארגענאזירטע דייטשע מערעדעריי מעשינען איז ערגער סיי מבחינת הרוצחים, ווי נידריג זיי זענען געפאלען אלץ ״הומען ביאינגס״, און מכ״ש צו אונז וועלכער זענען אדורך געגאנגען די עפיזאדן פאר יארן לאנג; און ״די וועלט האט געשוויגען״ ווי אליעזר וויזל ע״ה האט געשריבן באריכות. נאר וואזשע דען, דאס איז א חלק פונעם גלות און אן עקספרעסיע פון סילוק השכינה וועלכער איז אריין אין א בחינה פון הסתר פנים, ווי עס שטייט אין שירת האזינו. עס איז טאקע א פליכט אויף אונז מקיים צו זיין דעם והגדת לבנך, און דעם זכור את אשר עשה לך עמלק.
אבער אויסער דעם, וויינען מיר אויף די אבידה רוחנית פונעם בית הראשון, וועלכער האט אין זיך געטראגען גאר גרויסע השפעות. שטעלט אייך פאר אז א איד בזמן הבית האט זיך געשפירט 24 שעה א טאג אזוי ווי איר שפירט זיך יו״כ צו נעילה, צו ווי פסח ביים סדר. דאס איז אן אויסטערלישער רוחניותדיגער עקספיריענס וועלכער דאס מענטשהייט האט פארלוירען, און א יעדער סענסעטיווער נשמה לעכצטעט נאך איר ביודעין אדער בלא יודעין. און אלץ אהן א גמרא תוספות מיט א רעק״א צום לערנען, וועלכער גיט אונז היינט א טעם פון דביקות הבורא. דער געפיעל טהרה פון תרומה און קדשים ווועלכער האט ארומגענומען דער איד 24 שעה א טאג. דער אפפארטוניטי צו נעמן א טריפ אין ביהמ״ק כדי מקריב צו זיין א נדבה צום רבש״ע, און האבן א געפיעל פון אמתע קירבה און נחת רוח צו הקב״ה, ווי עס שטייט אין פסוק. דאס מורא פון א שוגג, ווייל מדארף ברענגען א חטאת, וועלכער איז גארניט געווען אזוי בטעמ׳ט.
ווער רעדט נאך דאס עקספיריענסן פון א ויזיט אין בית המקדש זעלבסט. דאס ארכיטעקאראלע ביוטי מיט גאלד און זילבער אהן א שיעור, ווערט אין היינטיגן מארקעט אין די טריליאנען דאללער, לויט די פסוקים אין נ״ך. די מוזיק, הונדערטער שפילערס און מנגנים פון די לוויים בעלי השגה. טרעפן זיך מיט די מיליאנען אידן עולי רגל זיין דריי מאל א יאהר. און שמחת בית השואבה! אשרי עין ראתה כל אלה!
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ויקונן השואה על המקוננים בחודש אב

שליחה דורך מי אני »

דעת תורה האט געשריבן:דאס איז א מחלוקה צווישן די שואה און רבינו קלונימוס (דוכט זיך, איינער פון די מחברים פון די קינות וואס מ'זאגט דארט אויף גזירות תתנ"ו) וועלכער איז מסביר אין די קינה די סיבה פארוואס ער האט עס אריין געשטופט צו זאגן אום תשעה באב, און דאס איז וויבאלד מ'קען נישט צולייגן נאך טעג פון קלאג אויף כלל ישראל, נוצט ער אויב דעם טאג ט' באב שוין צו קלאגן אויף דעם חורבן אויך.

IMG_5311.jpg

אין שו״ת היכל יצחק (או״ח סימן סא) טייטשט ער דאס אויס אנדערש. ער איז דארט לטובת דעם אז מ׳זאל קובע זיין א יום תענית פאר׳ן שואה און אז עס איז נישט קיין פראבלעם פון בל תוסיף אפילו לדעת הרמב״ן ע״ש.

(צוגעברענגט דורך איסר האיטלקי אין די אשכול viewtopic.php?f=24&t=13278&start=0. זעהט׳ס דארט צוגעברענגט די חולקים: החזון איש, הגר״מ פיינשטיין זצ״ל ועוד.)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט