אטאקירן א צווייטער ניק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

אטאקירן א צווייטער ניק

שליחה דורך שמעון וואלף »

זייענדיג א תושב דא קומט מיר אויס פון צייט צו צייט זיך אנצושטויסן אין געוויסע ניקס וואס קריכן אויף די געהירן. איך רעדט נישט פון אזעלכע וואס האבן אנדערע מיינונגן ווי מיר, ווייל מעולם לא אמרתי קבלה דעתי. אדרבה, איך בין דא ווייל איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן. איך האב אבער א פראבלעם מיט אזעלכע וואס האבן קיינמאל קיין גוט ווארט פאר א צווייטער און זענען אזעלכע איפכה מסתברה'ניקעס אדער ווען איינער שרייבט עפעס קומט יענער און זאגט "כ'האב שוין לאנג געוויסט דערפון".

וואס קרענקט מיר יא איז אז געוויסע חברה זענען באשאנקן מיט אויסטערלישע שלעכטע מידות, וואס זענען גרייט אריינצושטעכן אין זיבעטען ריפ (קרעדיט:???) אויף אן אינטערגעציפטע פאלשער איידעלע אופן און שטעלן אן א פנים פון אומשילדיגקייט.

ווי יעדער זעהט, שטייען די גבאים אויף די וואך נישט צוצולאזן אז מ'זאל זיך פערזענליך אטאקירן איינער דעם צווייטן. איך רעספעקטיר די תקנת המקום און פארשטיי עס. אז ס'וועט צוגעלאזט ווערן, וועלן אלע שמועסן פארפארן פון די רעלסן און ס'וועט האבן יענץ פנים אזש די ליינער וועלן פארלירן די אפעטיט.

איך וויל פארשלאגן, און איך האף אז די הנהלה וועט מסכים זיין, אז דער אשכול זאל דינען אלץ א מקום מוקלט ווי מ'זאל זיך קענען אריבערכאפן און אריינשמייסן מנה אחת אפים פאר דעם וואס עס קומט זיך. איך שטעל מיך פאר אז געוויסע ניקס ווי צ.ב.ש. שמעקעדיג אדער ר' בערל וועלן בויקאטירן דעם אשכול ווייל זייערע איידעלע מידות וועלן דאס נישט קענען אויסהאלטן. אבער פאר די המון עם שטעל איך מיך פאר אז ס'וועט זיין א תועלת האבן א מעגליכקייט צו שטעלן א צווייטן אין פלאץ אן דעם וואס אנדערע אשכולות זאלן ווערן פארשמירט.

ווער ס'איז אינטערסירט זאל זיך ביטע דא מעלדן און אויב וועט זיין א גרויסע רעספאנס, עמיר פעטישענען די גבאים, מנהלים און אחראים דאס צו ערלויבן.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

קאווע שטיבל איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגן. עס איז איבערהויפט נישט ערלויבט צו קריטיקירען א צווייטע ניק, נישט אין אן אנדערע אשכול און נישט אין דעם אשכול.

ביטע זיך האלטן צו די פארשריפטן און ניווא פון שטיבל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

#טראלאלערט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שמעון וואלף האט געשריבן:זייענדיג א תושב דא.

מיט וואס ווערט מען א תושב? מיט די סכום תגובות? מיט די לענג וואס מען איז א שרייבער דא?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איך אויך,
באטיטל'ן א צווייטן אלץ טראל אן אנגעבן א הסבר, קען אויך אריינגיין בגדר אטאקירן. דארפסט נישט שפארן קיין ווערטער נאר שרייב ארויס וואס איז ראונג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

במחילת כבוד הפותח האשכול:

ווערן באליידיגט פון עמיצן וואס מען קען נישט, ווייזט אויף קטנות המוחין.
טוה א קוק: קיינער דא אין קאווע שטיבל קען דיך נישט פארזענדליך, און קיינער מיינט נישט דיך פארזענדליך, די אטאקע איז אויף וואס דער שרייבער שרייבט, דעריבער אפי' דער שרייבער רעאגירט שארף אדער ציניש, מיינט ער נישט גארנישט פארזענדליך. דעריבער דארף דיך נישט באדערן ווען איינער שרייבט אגרעסיוו אדער ציניש, סארקאסטיש אד''ג.

א ניק וואס ווערט געבאדערט פון א צווייטע ניק וועם ער קען נישט פארזענדליך, איז בלויז ווייל ער קומט אהער דא אין שטיבל זיכן ליבע און לייקן...... נישט צו זאגן אדער הערן א מיינונג אדער פארפירן א דיבאטע.... דא איז נישט קיין פלאטץ צו זיכן ליבע..... ליבע דארף מען זיכען אין א טינקלע בעדרום........... נאכן גיסן וואסער ארום דעם בעט........
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אט אזוי, אין דעם אשכול קענסטו אטאקירן, אבער גערעכט ביסטו נישט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

רבותי, איך האלט מיך איין מיט קייטן. מיינע ליפן זענען צעביסן און מיין פנים פלאמט. ס'דא איינער וואס ווען איך זעה זיין נאמען קומט מיר בייז בליט ארויף אין קאפ. איך ווייס נישט וואס צו טון פאר כעס דער קריכט דאך אזאנס אויף די נערווען אז מ'קען ציפלאצט ווערן.

הצלה!!!!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב גארנישט געוואוסט ווי שטארק איך מאך דיך נערוועז און אז איך טרעט דיר אויף די נערווען :שמייכל :?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך אויך,
באטיטל'ן א צווייטן אלץ טראל אן אנגעבן א הסבר, קען אויך אריינגיין בגדר אטאקירן. דארפסט נישט שפארן קיין ווערטער נאר שרייב ארויס וואס איז ראונג.

שמעון וואלף:ייש"כ פאר דיין פארשלאג. אבער לפענ"ד פעלט עס נישט אויס. למשל אויב איינער האט א טענה צו א געוויסן ניק קענמען זיך אדורכשמועסן און אויסלופטערן די טענה בדרך כבוד. איך בין זיכער אז דאס וועט די הנהלה יא צו לאזן. אבער סתם אריינפראקן אין יענעם אפילו לדעתי האלט איך אז ס'קומט איהם וועט נישט ברענגען קיין שום נוצן. ס'וועט נאר אנהייצן די געמיטער, און א יעדער וועט וועלן באווייזן זיין כח. נאכדעם וועט דאס קאווע שטיבל ח"ו האבן א פנים ווי ---- און ----!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינא׳אמת׳ן אריין, פאר דעם איז דאך דא אישי, נישט אזוי?
האסט א טענה צו א צווייטן מחמת איזה סיבה שהיא, שיק אים א אישי, אויב העלפט עס נישט איז דאך דא די אלערט קנעפל פאר א סיבה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צו מאכן די זאך קלאר:

אסאך ניקס האבן טענות אויף איינער וואס איז פארווייטאגט אויפן סיסטעם גענוג שטארק, אז ער פאר'חזיר'ט אלע אשכולות נאנסטאפ, צום אויפרעגוג פון יעדן רעכטדענקנדן מענטש.
מ'קען איגנארירן, או מ'קען זיך טענה'ן, און מ'קען באוואשן.

אבער ס'דא נאך א וויכטיגע נקודה.
אפילו אין א ליבעראלע סיסטעם איז אויך דא פלאץ פאר וואלן. אויב איינער קומט אריין ביי מיר אין (פארמעקט) , מאכט א חורבן און א שטינק, דעמאלס קענסטו פארלאנגען צו מאכן וואלן צו דער עולם איז מרוצה פון אים אדער נישט. אויב יא, זאל ער ווייטער אנגיין מיט דעם שפראך, אויב נישט געבט מען אים נישט קיין שום אויסוואלן חוץ פון פארמאכן דעם פיסק אין די סארט נושאים וואס רעגן אויף רוב איינוואוינער. און אויב דער שמויגער האלט נישט ביים ביהעיוון, שיקט מען אים ארויס, וד"ל.

-------------
רעדאגירט און אראפגענומען די ענישעלס פון זיין ניק, וויבאלד דער צדיק קען נישט זען זיין נאמען [אזויווי רוב ניקס...].
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סדרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע נישט אטאקירן קיין ניקים פערזענליך
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: אטאקירן א צווייטער ניק

שליחה דורך chaims »

איך האלט נישט אז מען זאל שטיל מאכען מענטשן מיט וואלן ביזט נישט צופרידען מיט זיין שפראך ליין נישט


I can't believe I just said that...
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

איך פארשטיי נישט, דא איז דא תקנות פאר א סיבה, ניין?

ווילאנג איינער קומט נאך די פארלאנגטע תקנות ביים שרייבן מיט וואסערע רעכטן ווילסטו אים אויסשפארן?? ווייל ער שרייבט נישט פונקטלעך וואס דיר שמעקט? ווייל דו האלטסט אז ער רעדט נאריש?? אפשר זאל מען דארפן דורכגיין א אייקיו טעסט פאר מבאקומט שרייב רעכטן דא?

ווילאנג ער פארדרייט נישט קיין אשכולות, פירקלט נישט אן, אדער צוברעכט סיי וואסערע אנדערע תקנות, וואס דעמאלטס קענסטו באריכטן, האט ער די זעלבע רעכטען ווי דיר צו שרייבן! ווילסט נישט ליינען איז נישט, אבער אויסשפארען? מיט וואסערע רעכט?

דא איז א פובליק פארום, און יעדער קען שרייבן וואס ער וויל ווילאנג ער שטעלט זיך צו צו די תקנות, צו סשמעקט דיר יא צו נישט!

וואס פאלט דיר ביי אז דו האסט נאך קיינעם נישט נערוועז געמאכט מיט א תגובה וואס דו האסט געשריבן?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוליב די וויכטיגקייט פונעם נושא, ולאור בקשת ניקים באישי [וואס ווי פארשטענדליך, שפירן זיך אומבאקוועם צו רעדן שארף ברחל בתך הקטנה], וועל איך זיך בעסער מסביר זיין:

וואס די לעצטע ניקס ענטפערן מיר איז, אז כ'האב נישט קיין רעכט 'יענעם' אויסצושפארן פון דא. ווילסט אים נישט נישט זען, איגנאריר אים, אבער אויסשפארן? מאן דכר שמיה!

מיין ענטפער:
איר האט אבוויעסלי נישט פארשטאנען מיין פריערדיגע תגובה. וואס איך זאג איז נישט אז היות איינעמ'ס נערוון זענען אנגעשטרענגט זאל מען אים משלח זיין. וואס איך זאג איז, אז ס'איז דא א רבים און א יחיד. אויב דער יחיד נערווערירט דעם רבים גענוג שטארק אז דער רבים וויל אים משלח זיין [און דאס מברר צו זיין, קען מען מאכן וואלן], דעמאלס איז אפילו דער ליבעראל מודה אז מ'קען אים שיקן לופטערן. והטעם: ווייל די טובת הכלל קומט בעפאר זיך מרחם זיין אויף א יחיד'ס טובה.

אין א ביהמ"ד וואו ס'איז נישטא קיין בעל תפילה קבוע, און איינער האט ליב דעם ברעטל, אבער דא עקא - ער ציט א גרינעם דינסטאג'ס שחרית אנדערטהאלבן שעה, דאן שרייט דעמאקראטיע אז אויב דער ציבור איז אומצופרידן שיקט מען אים ווייטער. אויב א נארמאלע ניק סטראשעט אויפצוהערן שרייבן וויבאלד איינער נערווערירט, דעמאלס איז העכסט צייט פאר אלע יפי נפש צו זאגן 'עד כאן'! נישט אויפן חשבון הכלל!

אויב דער רבים איז קובע אז מ'וויל אים מער נישט הערן, דאן 'הציבור אמר את דברו'. און אויב דער רבים וועט אזוי זאגן אויף מיר, וועל איך מיך אויך שיין אפגעזעגענען פון דא. סך הכל: מענטשליכקייט איז נישט צו זיין מענטשליך צו דער וואס רעדט אוממענטשליך אין סיי וואספארא אפטייטש און מיינונג [און דער קובע איבער וואס מיינט 'אוממענטשליך' איז - ווי אויבנדערמאנט - א סקר פונעם גאנצן ציבור]. מענטשליכקייט איז פשט צו זיין מענטשליך צו ווער ס'שרייבט מענטשליך אין די אויגן פון מענטשהייט [און אין אונזער פאל, אין די אויגן פון רוב חברי הקאווע שטיבל].

--------------------
און יעצט בפרטיות צו די דריי פריערדיגע ניקס ווערטער.
chaims האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען זאל שטיל מאכען מענטשן מיט וואלן ביזט נישט צופרידען מיט זיין שפראך ליין נישט


I can't believe I just said that...
גוט געענטפערט אויבן. אבער נאך א פונקטן ספעציעל פאר דיר: דו פארשטייסט נישט אז ווען איינער מאכט אויף א נארמאלער אשכול און א צווייטער פאר'מיאוס'ט עס, דאן זענען דיינע ווערטער נישט גילטיג!

וכדומה.. האט געשריבן:ווילאנג איינער קומט נאך די פארלאנגטע תקנות ביים שרייבן מיט וואסערע רעכטן ווילסטו אים אויסשפארן?? ווייל ער שרייבט נישט פונקטלעך וואס דיר שמעקט? ווייל דו האלטסט אז ער רעדט נאריש?? אפשר זאל מען דארפן דורכגיין א אייקיו טעסט פאר מבאקומט שרייב רעכטן דא?
וואס פאלט דיר ביי אז דו האסט נאך קיינעם נישט נערוועז געמאכט מיט א תגובה וואס דו האסט געשריבן?

איבער טענה א'. אפשר איז טאקע צייט צו מאכן א תקנה כפי הצעתי.
איבער טענה ב'. איך האב קלאר געשריבן אז אויב רוב עולם וועט קובע זיין אזוי איבער מיר, וועל איך פאלגן.


און צו רויטע וואנצעס מיט זיין זיסע קוואוט. טאלעראנץ האט יוצאים מן הכלל, לדוגמא: פאר א טאליבאנער... והנמשל, אז איינער וואס פארדינט נישט די רעכטן פון טאלעראנץ, באקומט עס נישט. איי וואס איז קובע ווער ס'פארדינט נישט די רעכטן פאר טאלעראנץ? אויף דעם איז דעד ענטפער: דער רבים. דער רבים איז קובע. און דער רבים אין אמעריקע קען מחליט זיין צו א טאליבאנער פארדינט טאלעראנץ, און א רבים אין קאווע שטיבל קען מחליט זיין צו א געוויסע נגע פגע פארדינט טאלעראנץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:צו מאכן די זאך קלאר:
ס'דא נאך א וויכטיגע נקודה.
אויב איינער קומט אריין ביי מיר אין [פארמעקט], מאכט א חורבן און א שטינק,

פלצתי פלצות...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: נישט אטאקירן קיין ניקים פערזענליך
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

[tag]אדנירם[/tag] דו דארפסט שפארן דיינע תגובות !!!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

מר שש, קאווע שטיבל האט שוין דורכגעלעבט אסאך שווערע צייטן מיט ניקים וואס האבן באמת פארדרייט אשכולות רעכטס און לינקס און נישט גערעדט צום דבר, איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען אבער יעדער קען טראכטען פון צווי אדער דריי ניקים און מען האט עס דורכגעלעבט. איינע פון די שיינע זאכן פון קאווע שטיבל איז אז מען טאלערירט אלע סוגים פון קאפקע ביז פאר הדור און פון ירא שמים ביז שבת אחים. אז מען וועט אנפאנגן מיט וואטוס און שגץ ארויס וועט זיך דאס נישט ענדיגן, ביז א קורצע צייט וועלן זיך אפאר איי וועלטיסן אריינכאפן און איבערנעמען די שטיבל.

בנוגע דיין טענות צו (פארמעקט) , מיין איך ביסט נישט אויפריכטיג מיט דיר, אמת ער פרעזענטירט גאר לינקע דעות, מער וויפיל די האלסט דיך ביים ערלויבן און דאס באדערט דיך, און די טענה אז ער נעווירט און חזרט אן און פארדרייט אשכולות איז סך הכל א תוצאה וואס די האסט א קעגן זיינע דעות איך מיין אז א גרויס עולם וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע דעות שפירן נישט אז ער חזר'ט אן אשכולות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: נישט אטאקירן קיין ניקים פערזענליך
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ווען א רבים איז קובע אן אומטאלערענץ באזירט אויף אומ'יושר מיינט נישט אז ס'האט האפט. כ'וויל נישט אריינגייו אין וויכוחים, אבער וויפל מאל אין היסטאריע האט די רבים קובע געווען צו פארטיליגן אדער צו בעוולה'ן אומשולדיגע מענטשן. איי ווער איז קובע וואס יושר איז? א מענטש אדער מענטשן וואס די רבים פון די מענטשהייט האלט אז ער/זיי איז א ישרן.

טאלארענץ איז נישט געמאכט פון קלעי, מ'קען איר נישט דרייען ווי א שפילצייג ווייל א רבים וויל אזוי. טאלארענץ איז געבן רעכטן פאר יעדעם גלייך, ווילאנג זיי זענען נישטא צו שאדן מאכן די מענטשהייט בגופם, בממונם אדער בנפשם. זאג מיר נישט אז ס'איז ממש פוגע בנפש ווען איינער שרייבט פארקערט אדער מאדנע וואס דעם ציבור שמעקט נישט.

וויפל מענטשן אין אונזער היימישע סאסייעטי ליידן וועגן זיי זענען אינו מן השורה. קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר די אידן אויך.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: אטאקירן א צווייטער ניק

שליחה דורך chaims »

אדנירם האט געשריבן:צוליב די וויכטיגקייט פונעם נושא, ולאור בקשת ניקים באישי [וואס ווי פארשטענדליך, שפירן זיך אומבאקוועם צו רעדן שארף ברחל בתך הקטנה], וועל איך זיך בעסער מסביר זיין:

וואס די לעצטע ניקס ענטפערן מיר איז, אז כ'האב נישט קיין רעכט 'יענעם' אויסצושפארן פון דא. ווילסט אים נישט נישט זען, איגנאריר אים, אבער אויסשפארן? מאן דכר שמיה!

מיין ענטפער:
איר האט אבוויעסלי נישט פארשטאנען מיין פריערדיגע תגובה. וואס איך זאג איז נישט אז היות איינעמ'ס נערוון זענען אנגעשטרענגט זאל מען אים משלח זיין. וואס איך זאג איז, אז ס'איז דא א רבים און א יחיד. אויב דער יחיד נערווערירט דעם רבים גענוג שטארק אז דער רבים וויל אים משלח זיין [און דאס מברר צו זיין, קען מען מאכן וואלן], דעמאלס איז אפילו דער ליבעראל מודה אז מ'קען אים שיקן לופטערן. והטעם: ווייל די טובת הכלל קומט בעפאר זיך מרחם זיין אויף א יחיד'ס טובה.

אין א ביהמ"ד וואו ס'איז נישטא קיין בעל תפילה קבוע, און איינער האט ליב דעם ברעטל, אבער דא עקא - ער ציט א גרינעם דינסטאג'ס שחרית אנדערטהאלבן שעה, דאן שרייט דעמאקראטיע אז אויב דער ציבור איז אומצופרידן שיקט מען אים ווייטער. אויב א נארמאלע ניק סטראשעט אויפצוהערן שרייבן וויבאלד איינער נערווערירט, דעמאלס איז העכסט צייט פאר אלע יפי נפש צו זאגן 'עד כאן'! נישט אויפן חשבון הכלל!

אויב דער רבים איז קובע אז מ'וויל אים מער נישט הערן, דאן 'הציבור אמר את דברו'. און אויב דער רבים וועט אזוי זאגן אויף מיר, וועל איך מיך אויך שיין אפגעזעגענען פון דא. סך הכל: מענטשליכקייט איז נישט צו זיין מענטשליך צו דער וואס רעדט אוממענטשליך אין סיי וואספארא אפטייטש און מיינונג [און דער קובע איבער וואס מיינט 'אוממענטשליך' איז - ווי אויבנדערמאנט - א סקר פונעם גאנצן ציבור]. מענטשליכקייט איז פשט צו זיין מענטשליך צו ווער ס'שרייבט מענטשליך אין די אויגן פון מענטשהייט [און אין אונזער פאל, אין די אויגן פון רוב חברי הקאווע שטיבל].

--------------------
און יעצט בפרטיות צו די דריי פריערדיגע ניקס ווערטער.
chaims האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען זאל שטיל מאכען מענטשן מיט וואלן ביזט נישט צופרידען מיט זיין שפראך ליין נישט


I can't believe I just said that...
גוט געענטפערט אויבן. אבער נאך א פונקטן ספעציעל פאר דיר: דו פארשטייסט נישט אז ווען איינער מאכט אויף א נארמאלער אשכול און א צווייטער פאר'מיאוס'ט עס, דאן זענען דיינע ווערטער נישט גילטיג!.


איך זעה נישט ווי ער פארמיאוסט ער זאגט סך הכל דעות וואס אסאך האלטען אז האלטען נישט ריכטיג
ער אטאקירט נישט פערזענליך פארדרייט נישט דער נושא מגיב זיין כנגד דעת פותח האשכול איז נישט משנה
I can't believe I just said that...
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שמעון וואלף אויב מיינסטו טאקע (פארמעקט). ער קוקט אויס צו זיין אן אנטווערפענער וואס איז זייער אנגעווייטאגט אויף פשעווארסק. איך מיין מען זאל אים לאזן עפענען א אשכול אין צימעס סזאל הייסן עפעס (פארמעקט) וואס דארט זאל ער דערציילן וואס סבאדערט אים. מיר זענען אלע דא צו העלפן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: נישט אטאקירן קיין ניקים פערזענליך
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ממש א שאנדע די אומטאלערענץ טייל ניקים ווייזן דא ארויס, אלעס צוליב יענעמס דעות. הזאת קאווע שטיבל?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט