[center]פיר און צוואנציגסטע קאפיטל:
די שתדלנות און חכמה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער בשנות הזעם.[/center][center]פון אטוואצק קיין ווילנא.[/center]ביים אויסברוך פון צווייטן וועלט מלחמה, האט געהערשט א צומישעניש ביים פוילישן אידנטום וואס צו טון ווייטער. מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מ'דארף אנטלויפן, אבער אנדערע האבן געזאגט אז ס'נישטא וואו אהין צו אנטלויפן, און נאכמער - כל הדרכים בחזקת סכנה און ס'איז ענדערש צו בלייבן אינדערהיים. פארשטייט זיך, אז דאס איז געווען א תוצאה פון נישט חלומ'ן צו וואספארא רציחות די דייטשן זענען אומשטאנד. רבי שמעון שלום איז אבער געווען פון די מיעוט וואס האבן געהאלטן אז מ'מוז אנטלויפן אפגעזען ווי שווער ס'איז. און ער איז טאקע שנעל אנטלאפן פון אטוואצק אין די לעצטע רגע, ווען זיין פלומעניק - דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע - רבי איציק'ל, האט ארויפגעטאנצן אויפן וואגאן און איז אזוי ארום געראטעוועט געווארן, און איז אנטלאפן קיין כעלם, וואו ס'איז געווען א שיינע קבוצה אמשינאווע חסידים, און די דייטשן זענען נאכנישט דארטן געווען.
ראש השנה אינדערפרי שנת ת"ש, איז אנגעקומען א ידיעה צו אים אז די דייטשן גייען בקרוב אריינקומען אין שטאט. און אום יו"ט איז ער ווייטער אנטלאפן מיט א פערד און וואגן, טענה'נדיג אז ס'איז פיקוח נפש וואס איז דוחה אלעס. אויפן וועג האט ער אנגעטראפן דער טשעבינער רב זצ"ל וואס איז אויך אנטלאפן מבעוד מועד, און זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט שמועסן איבער די מצב. נאכדעם האט רבי שמעון שלום זיך אויסגעדריקט צופרידענערהייט, אז ער זעט אז ער האט געטון כהוגן וויבאלד דער גאון אדיר מטשעבין האט געטון דאס זעלביגע, און ער האט אויסגעפירט אז אנדערש ווי דער טשעבינער רב וואס האט שוין אספיעט צו בלאזן שופר בעפארן אנטלויפן, איז דאס אבער אים נישט געלונגען, זייענדיג אן אמשינאווער...
למעשה האט זיך דאס איבערגע'חזר'ט אין פארשידענע שטעט, ווי מ'האט באשיינפערליך געזען די אפענע אויגן, בבחינת נביא אדער בבחינת חכם עדיף מנביא, ווי ער איז אנטלאפן כוכ"פ ממש אין די לעצטע רגע בעפאר די נאציס זענען אריין. אסאך מאל האט ער גענומען מאדנע וועגן, אבער צום סוף האט מען געזען אז דורכדעם האט ער פשוט אויסגעקרויזט די דייטשן. זיין לעצטע סטאנציע איז געווען אנטלויפנדיג קיין ווילנא, וואס איז דעמאלס געווען אונטער דער ליטווישער הערשאפט, פאר גאר א קורצע תקופה, ביז די רוסן האבן איבערגענומען קאנטראל אין ווילנא.
[center]ווילנא - דער ערשטער אפשטעל פאר די פליטים.[/center]אין ווילנא זענען געווען גאר אסאך ישיבות, וואס האבן אהינגעוואגלט פון פארשידענע ישיבות פון פוילן און ליטא. א שטייגער ווי מיר, בריסק, א חלק פון ישיבת חכמי לובלין, תומכי תמימים חב"ד, נאווארדאק, און נאך. צווישן די ראשי ישיבות איז געווען ריזיגע חילוקי דעות וואס צו טון. מאנכע האבן מציע געווען פשוט צו בלייבן, אנדערע האבן מציע געווען צו אנטלויפן, ס'איז נאר נישט געווען וואו אהין צו אנטלויפן.
ביז וואו-וואס-ווען, האבן די רוסן צוריק איבערגענומען קאנטראל איבער ליטא און איר הויפטשטאט ווילנא, און די ספיקות פון די ראשי ישיבות האבן זיך נאר פארגרעסערט. געוויסע האבן מציע געווען צו בלייבן, ווייל די רוסן זענען נישט געקומען מיט קיין אפיציעלער 'להשמיד' פלענער. געוויסע האבן גע'טענה'ט, אז די רוסן זוכן עקירת הדת וגדול המחטיאו יותר מן ההורגו, און מ'דארף זוכן צו אנטלויפן. מאנכע האבן ווידער חושש געווען, אז אויב וועט מען זוכן צו אוועקגיין פון די רוסישע שליטה, וועלן זיך די רוסן רעגן אויף די וואס זענען נישט צופרידן מיטן רוסישן גן עדן, און זיי וועלן סאך מער מעניש זיין [אזויווי זיי האבן טאקע געטון שפעטער, אז די וואס האבן נישט אנגענומען זייער בירגערשאפט איז פארטריבן געווארן קיין סיביר. א זאך וואס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט פאר א הצלה פורתא, דורכדעם וואס די נאציס זענען נישט אנגעקומען אהין, משא"כ די וואס האבן אנגענומען בירגערשאפט זענען ע"פ רוב גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ביי זייער אינוואזיע אויף רוסלאנד]. הקיצור, ס'האט געהערשט א געפערליכע צומישעניש וואס צו טון ווייטער.
אין די אנגעצויגענע צייט, האט ארויסגעשיינט דער דמות פונעם אמשינאוון רבי'ן רבי שמעון שלום. זייענדיג סיי גאר ליבליך, און סיי א באוואוסטער חכימאי דיהודאי, האבן זיך אסאך אידן געקלאמערט ארום אים, פון וועם מ'האט געשעפט חיזוק אין די שווערע זמנים. ער האט געהאט אן אפן שטוב, ווי כל דכפין ייתי ויכול כאטש ער האט אליינס נישט געהאט גענוג, און בעיקר - זיך אנצואווארעמען באורו און זיך מתייעץ זיין מיט דעם אויסגערופענעם פיקח. און א באשרייבונג פון איינער וואס האט מיטגעלעבט דעם ראש השנה תש"א אין ווילנא, דערציילט ער וויאזוי ס'האט אויסגעזען ביים אמשינאווער רבי, וויאזוי די תקיעות זענען אנגעגאנגען שפעט נאכמיטאג נאכן פארשלעפטן אמשינאוון דאווענען, און וויאזוי ער האט אריינגערופן א בעל תוקע מומחה צו זיך פריוואט איבערהערן ל' קולות אלס חשש אויב ער האט נישט געהערט גענוג גוט...
בנוגע פלענער אויף לעתיד האט רבי שמעון שלום געהאלטן, אז מ'דארף זוכן צו אנטלויפן פון סיי וואו אין אייראפע, וואו ער האט געהאלטן אז די ערד ברענט אונטער די פיס. און דאן איז אונטערגעקומען די פלאן פון די וויזעס קיין יאפאן. געוויסע עסקנים האבן ארלעדיגט מיטן יאפאנעזישן קאנסול, צו קענען באקומען וויזעס קיין יאפאן פאר א מינימאלע סכום - וואס איז אויך געווען יותר מכפי יכולתם פון די פארוואגלטע אידן אין ווילנא. אסאך האבן מורא געהאט צו נעמען וויזעס, ווייל דאס וואלט געמיינט אומצופרידנהייט מיטן קאמוניזם וואס שמעקט מיט פארראט, ותוצאותיה מי ישורנה [מ'דארף צולייגן, אז רוסלאנד מיט יאפאן זענען סתם אזוי געווען אויף מעסער שטעך כידוע. נאך פון די צייטן פונעם צאר וואס האט געפירט דעם רוסישן/יאפאנעזישן קריג - וואס די רוסן האבן אגב'דיג פארלוירן]. אבער רבי שמעון שלום איז געווען פון די שטארקע שטיצער'ס פון אהינפארן. היות ער איז געווען א בארימטער עסקן [נאך ביים ערשטן וועלטס קריג איז ער געווען טעטיג אין עסקנות - כמיטב המסורת באמשינאוו, און נאכדעם איז ער געווארן א חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין פוילן], האט ער כסדר געפירט מיטינגען מיט באטרעפנדע בעלי השפעה, אז מ'זאל זען צו אנטלויפן קיין יאפאן. און טאקע א ריזן עולם וואס פלעגט זיך כסדר שואל עצה זיין מיט אים, האבן זיך געראטעוועט דורכן פאלגן זיין הדרכה צו אנטלויפן קיין יאפאן.
[center]
דאס הייליג צורה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער זצ"ל:[/center]
א באזונדערע קאפיטל פארדינט זיין קרעדיט אין ראטעווען די תלמידי ישיבת חכמי לובלין וואס זענען פארוואגלט געווארן קיין ווילנא. היות זיי זענען געווען מנותק פון די הויפטקווארטיר פון לובלין, האבן זיי נישט געהאט קיין רעכטער מענטש וואס זאל זיך אפגעבן מיט זיי, און זיי זענען געווען בחורים'לעך אן קיין קרוב וגואל. דער אמשינאווער רבי האט זיי גענומען אונטער זייערע פליגלען, און געשאפן גרויסע סכומים געלטער זיי אויפצוהאלטן אין ווילנא. שפעטער איז אנגעקומען א גרעסערע סומע פון וואס מ'וואלט געקענט געבן נארמאלע עסן פאר די בחורים, און געוויסע עסקנים פאר די ישיבה האבן געוואלט איינקויפן עסן און קליידונג וכדומה פאר די בחורים, אבער רבי שמעון שלום האט געזאגט אז מ'זאל קויפן וויזעס קיין יאפאן. אסאך האבן זיך גע'טענה'ט מיט אים, אז יאפאן איז נישט קיין זיכערע הצלה און דא דארפן די בחורים ברויט, אבער רבי שמעון שלום האט זיך איינגע'עקשנ'ט אז מ'מוז קויפן וויזעס קיין יאפאן.
א שארפע אנקעדאט האט זיך אפגעשפילט בנוגע די הצלה פון די יח"ל תלמידים, ווען איינער פון די עסקנים האט זיך גע'עקשנ'ט נישט צו קויפן וויזעס קיין יאפאן אויפן חשבון פון עסן וכו', האט רבי שמעון שלום אים געפרעגט צו ער איז מודה אין דעם, אז בזמן שביהמ"ק היה קיים און ס'איז געווען א סנהדרין, האט מען זיי געמוזט פאלגן צוליב דעם וואס זיי האבן געהאט די ריכטיגע דעת תורה. יענער האט געענטפערט אז אוודאי גלייבט ער דערין. רבי שמעון שלום האט אים ווייטער געפרעגט, צו ער גלייבט אז אפילו בזמנינו איז דא א בחינה פון סנהדרין וואס מ'דארף פאלגן זייערע הוראות, אויף וואס יענער האט ווייטער געענטפערט אז ער גלייבט אין דעם - מיינענדיג די גדולי הדור וואס האבן סייעתא דשמיא אין זייער פסקים. האט רבי שמעון שלום שארף אויסגעפירט: נו, און איך זאג אייך צו קויפן די וויזעס קיין יאפאן!! ווען די עסקנים האבן געזען ווי שטארק ער האלט זיך ביי זיינס, האט מען נאכגעגעבן און געקויפט וויזעס קיין יאפאן. דאס האט זיי שפעטער געראטעוועט דאס לעבן, פשוטו כמשמעו!
פארהאן נאך פארשידענע מעשיות וואס ווערן דערציילט איבער זיין גרויסע כח העסקנות אין ווילנא, צו ראטעווען אידן פון די עווענטועלע נאצישע רוצחים, ואכהמ"ל. אבער דאס איז נאר געווען א מעין הקדמה צום ריכטיגן גולת הכותרת, ווען ער האט געהאט אפשר די גרעסטע טייל אין ראטעווען די צענדליגע טויזענטע פליטים וואס זענען שוין אנגעקומען קיין יאפאן, וואו זיין חכמה און אצילות האבן באזונדער ארויסגעשטארט אפילו צווישן די גרויסע גדולי התורה וואס זענען אהין אנגעקומען. אבער דאס פארדינט א קאפיטל פאר זיך, בעז"ה.
אין קומענדיגן קאפיטל: תקופת יאפאן, וגלות 'שאנכיי'.