מר ארכיוויסטנ'ס ארטיקלען זענען דאך אויך שוין באשריבן געווען אין פארשידענע פלעצער. איך געדענק קלאר אז די וויליאמסבורג בריק ארטיקל האב איך שוין ערגעצוואו געלייענט אמאל, כ'געדענק נישט צו אין א שטערן, אדער א אלטע בליק.. נו מסתמא דאס מיינסטו טאקע, דער בליץ וועט זיך מחיה זיין מיט זיינע אלטע ווערק, ישן נושן איז נאך בעסער ווי חדש..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

זר זהב האט געשריבן:איך רעד אבער פונעם המון עם וואס ווייסן נישט גארנישט.
פאר מיר איז דאס ענדערש א מעלה. וויבאלד איך לייען צוזאם אזוי סאך, פארגעס איך אסאך מאל וואס איך לייען. ווען איך ליין עס איבער שפעטער, דערמאן איך זיך אז כ'האב שוין אמאל געלייענט עפעס דערפון, אבער דאך לייען איך עס איבער מיט א פרישקייט.
און שפעטער קען מען מאכן אסאך געלט..... מען דרוקט עס איבער 2-3 מאל פארן זעלבן דור לייענער, און שפעטער דרוקט מען איבער פון די "ארכיוון" פארן קומענדיגן דור.
וויאזוי זאגט מען נאר.. בורא נפשות רבות וחסרונן.... להחיות בהם נפש כל חי... דורך דעם וואס איז "וחסרונן", מענטשן האבן פעלערן (זיי פארגעסן וואס זיי האבן געלייענט, און נאך אנדערע משוגעת'ן), דורך דעם איז להחיות בהם נפש כל חי, האבן אסאך מענטשן פרנסה.
דאס איז גוט ווען מ'דריקט איבער פאר'ן נעקסטן דור, און א דור איז נישט 2 יאר.. ס'איז 20 יאר. און ווי אויך האב איך אלץ געוואוסט אז ריסייקעלד סחורה איז ביליגער, די בליץ פון די חודש בעט די זעלבע 6 דאללער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
יאנקל האט געשריבן:דאס שרייבן "אויסשליסליך" אויף אן ארטיקל וואס איז פראמינענטן געדעקט געווארן בלויז צוויי יאר צוריק ווייזט נאר ווי עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם חוזק צו מאכן פון די לייענער.
הוא אשר דברנו! ער מאכט נישט חוזק פון קיינעם, נאר פון דיר און פון נאך אפאר געציילטע ליטערעט חברה אין די פיעלד. און איך דעפענד אים נישט! איך זאג נאר וואס פארא פערדן די לייענער קלייענטעל זענען און אזוי קענען זיי רייטן אויף אונז!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
מיך איז אינטרעסאנט צו וויסן וויאזוי די ביילייכטונגען למשל האט יעדע וואך פון אנפאנג א פרישע מעשה פון א צדיק לכבוד שבת, שוין באלד דריי דורות (א זיידע, זון, אייניקל) צודען האט מרת וואלערשטיין א פרישע מעשה יעדע וואך, אדער קאפירט זי אויך פון אלטע ביילייכטונגען? כ'האב קיינמאל נישט גענומען די מיה עס נאכצוטשעקן, אבער כ'בין זיכער זי איז אויך נישט אזוי ריין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מוראדיג האט געשריבן:איך וויל נישט דוקא פארטיידיגן דעם בליץ, אבער איך זע אויך נישט די ביג דיעל. זיי האבן גענומען שיינע ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן ערגעץ צוויי יאר צוריק און ווער עס האט שוין געליינט די צוויי ארטיקלעך, קען גיין צו די אנדערע ארטיקלעך..
וואס ?????
פארוואס זאלן זיי נישט געבן א דיסקאונט פאר די וואס האבן שוין געלייענט די 2 ארטיקלען?!?! וואס הייסט "גיי צו די אנדערע ארטיקלן?!?
און אויב האסטו אמאל סתם אזוי נישט ליב אן ארטיקל ווייל דיך אינטערעסירט למשל נישט די "טראנספארמירונג פון רוסלאנד'ס עקאנאמיע", ווילסטו אויך א דיסקאונט? ניין, דו גייסט פשוט צו די אנדערע ארטיקלעך. די זעלבע איז אויב דו ווילסט עס נישט ליינען וועגן אן אנדערע סיבה, ווי ווייל עס איז שוין אמאל געשטאנען ערגעץ.