גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך וויל גיין באזוכן די לייברעריס אין מאנהעטן ווי די JTS און די YU איך וויל וויסן צו עס איז אינטערעסאנט אויך סתם צו באזוכן אדער בלויז ווען ווייסט וואס מען וויל זעהן דארט,
יעדער נושא האט זיין סעקשן, ובמילא גייסט צו איין ספר האסטו גלייך לעבן 20 ספרים איסער דעם נושא און דאס איז פשוט א גישמאק. פארשטייט זיך סתם גיין וועסטו נישט פילן אקאמפלישט.
JTS העלפט ארויס אסאך מער בסבר פנים יפות, ניט ווי אין YU וואו זיי געבן א שלעכטע פיליענג ווען מ'בעט פאר הילף (פון מיין איקספיריענס לכה"פ). די פראבלעם איז אז JTS איז פארמאכט פרייטיג.
פאר דעם וואס דו גייסט קוק אין די קאטאלוג אנליין אויב זיי האבן די ספר, איך שרייב אפילו אראפ די נאמבער פאר דעם ניט צו דארפן שטיין דארטן זוכן אויפן קאמפיוטער.
בכלל איז די אווירה אסאך גישמאקער אין JTS, ווייניקער מענטשן (ניטא קיין סקול גלייך לעבן), און ס'דא אזעלכע פריוואטע צימערלאך וואו מ'קען זיצען רואיק.
אין עצם ספרים איז יש בזה מה שאין בזה.
אגב, JTS פארמאכט זיך נאך אפאר חדשים פאר דריי יאר, כאפט אריין...