אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

שליחה דורך קאך_לעפל »

היינט אידערפרי זיפענדיג א הייס גלעזעל קאווע, און פיבערהאפטיג פלאנירן ווי אזוי צו דעקן דעם באנק, האב איך מיך אנגעשטויסען אין דאזיגען נייעס באריכט, איך קוק דאס אזוי שנעל דירך און מיטאמאל בום.. איך האב געגבן א לאז אראפ דעם הייסען גלעזעל קאווע אויף דער אספאלאט, און ווי פון זיך אליינס האט זיך געגבן א שיס ארויס פון מיין מויל א זאפטיגע קללה, אדש אז דער בני בית האט זיך צועפענט אויף מיר א פאר ברייטע אויגען, און געמיינט אז איך בין פון זונען אראפ, און מיט רעכט. דא האט איר דער באריכט וואס האט מיך אזוי צו שטורמט..

מאת בני ברקי

ממש מפחיד - י.י. שעובד בקופת העיר נעצר בחשד שלא דיווח על הכנסות של שכירות מ7 דירות שבבעלותו וכולם שותקים, אברך צעיר מנהל בקופת העיר יש לו כבר 7 דירות בבעלותו

עד מתי קופת העיר תהיה בפיקוח הרבנים, קופה כזו חייבת להיות בפיקוח רואה חשבון וברכת הרבנים, הרבנים חברי העמותה לא יודעים שלאדון יפה יש כמה דירות מהמשכורת שהוא יושב 'בכולל' ומתנדב 'בחינם' בקופת העיר

ואם לו כבר 7 דירות כמה יש לאחרים, אותם עדיין לא תפסו, כשיוודע האמת תזדעזעו

כל הנותן כסף לקופות האלו עליו לדעת כי 95 אחוז יורד לכיסם של הראשים והמנהלים,וחמשת האחוזים הנותרים מתחלקים רק בין המקורבים, עדיף לתת ישירות לעניים מאשר לתת לגנבים


צרכי עמך ישראל מרובים, דאס געברויך פון כלל ישראל איז ליידער גאר גרויס, אין יעדע אידישע הויז איז איז ליידער פארהאנען מצבים וואס מען דארף ליידער צוקומען צו הילף פון אחב''י. כלל ישראל איז טאקע געבענשט מיט פול-ערליי וואוילטעטיגע ארגעזאציעס וואס העלפן ארויס דעם כלל און דעם אינדעווידואלע יחיד, עס איז כמעט נישטא קיין פראבלעים וואס פארמאגט נישט קיין ארגענעזאציע וואס זאל ארויסהעלפן מיט דעם פראבלעם.

איר האט נישט אויף שבת מאכען? נישט געזארגט תומכי שבת וועט צו לייגען א פלייצע! איר ליידט אויף ציקער? נישט געזארגט רעים מתוקים וועט צו לייגען א פלייצע! איר האט ליידער אין שטוב א חולה און איר קענט זיך נישט באכלעפשענען, גייסטיש און פינאנציעליש? נישט געזארגט אר.סי.סי.עס וועט צולייגען א פלייצע! איר האט א פלעט טייער אין מיטן די נאכט? נישט געזארגט חברים וועט צו לייגען א פלייצע! איר קענט נישט אטעמען אין מיטן נאכט? נישט געזארגט חברה הצלה וועט צו לייגען א פלייצע! עס דיכט זיך אייך אז דער גויאישער שכן קוקט קרים צו אייער ריכטונג? נישט געזארגט חברה שומרים וועט צו לייגען א פלייצע! איר מיטשעט זיך ארום מיט קינדער האבן? נישט געזארגט עי. טיים וועט צו לייגען א פלייצע! איר ווילט זיך שמד'ען? נישט געזארגט פוט סטעפס וועט צו לייגען א פלייצע! איר שמאכט אין טורמע? נישט געזארגט דרור וועט צולייגען א פלייצע! אזוי ווייטער און ווייטער...

דאס איז דער שיינקייט און פראכט פינעם כלל ישראל, איש את רעהו יעזורו.. דער מאנסטעפעציע פון חסד וואס הערשט ביים כלל ישראל איז ממש צום שטוינען!

און ווי פארשטענדליך ווי דער גוטער בוך זאגט: אז עס איז נישטא קיין בענזין, שטופ אהער און שטופ אהין, עס גייט נישט, עס פארט נישט דער מאשין: די אלע חסד אפאראטען קאסטען אפ שווערע מיליאנען, אז זיי זאלן קענען פינקוציענירן ווי געהעריג, וישראל קדושים הם נתבעים ונותנים, דער ציבור לאזט זיך קאסטן ממון ודמים פאר די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס, מען לויפט צו די דינער'ס הערן דעם שירה קאפעליע מיטן ילד הפלא, מען פארט אויף שיפן, מען גייט צו ציבורישע פלייש-בראטענאציעס, מען שטעלט אריין אין די זשערנאלען ווארימע ברכות פאר די געטרייע עסקנים, מען קויפט מער ראפל-טיקעטס ווי לאטערי טיקעטס. אלעס ווייל דער ציבור וויל זיך העלפן איינער דעם צווייטען, און קוקן ארויס אז די ארגענעזאציעס זאלן קענען אנגיין מיט א פעסטקייט... אשרי העם שככה לו...

אלעס פיין און וואויל. אבער וועט מען זעט אז די "עסקנים לשם שמים" די "געטרייע גבאי צדקה", לעבן זיך א חיים טובים, און געבן בלויז א נישטיגע %5 פון די געשנארטע געלטער, וואס אידן גיבן מיט מסירות נפש פאר צדקה פארן צוועק, און מיט די איבריגע געלט מאכן זיי זיך א חיים טובים אדש ביזן זיך איינהאנדלען 7 בתים פינעם ציבור'ס געלט, ברענגט דאס אז דער ציבור זאל גענצליך פארלירן צוטרוי צו די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס,

און בכלל דער שלעכטער געפול וואס מענטש באקומט, אז ער איז אריין געפאלן אין די נעץ פון די כיטרע באנדיטען, איז דאך שרעקליך. ער האט געזעהן דער בילד ווי הרב קנייבסקי מיט ר' ישראל האגער לייגען אריין ערב יום כיפור זייערע 20 שקלים אינעם קיפות העיר קאסע, מיט פארמאכטע אויגן, אדער ווי דער גאב''ד דריקט דעם סענד באטען פינעם כלי, דעריבער האט ער זיך אנגעשטרענגט צו געבן יותר מכפי יכלתו, גלייבענדיג נעבאך אין די "אפענע ישיעות און רפואות" וואס די לייצים טיהן הייס פארשפרעכען פאר די וואס העלפן זיי זיך איינהאנדלען זייערע 7 בתים. דאס לייצנות וואס די "געטרייע עסקנים" מאכן פינעם תמימות'דיגר ציבור איז דאך נורא ואיום....

נישט בחינם איז פארהאן הלכות אין שו''ע יו''ד ח''ג ווי אזוי א צדקה קאסע דארף זיך פירען....
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אויסגעצייכנטע ארטיקל.
:like

נו העלפן א איד זיך איינהאנדלען זיין אכטע דירה איז עפעס א קלייניגקייט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Wow אזעלכע געטרייע טענעטס!! נישט פארציילט ביז יעצט ווער זייער באלעבאס איז???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז א גוטס, גאר בא'טעמ'ט אראפ געלייגט דער אנגעווייטאגטער נושא. אבער לאמיר דיר זאגן דאס אז עס שטייט מאת בני ברקי, מיינט אז עס קומט פון בעולמם של שאולזאהן וואס דאס שטעלט די פאקטן אינטער א פראגע את צייכן.

לגבי שרייבן לאמיר דיר אויפמערקן. אנשטאט שרייבן דער שווערע ווארט ווי אספאלאט (אספאלט) שרייבט מען די פשוטע ווי ערד/פלאר אדער פאדליגע אויב איר רעדט פון אייער היים.און ווען מען שרייבט 'אדש'שרייבט מען עס אזש ווייל אז נישט ליינט זיך עס אדער ווי לינזען אדער ווי אדמו"ר שליט"א.

אזוי צו אזוי, האסטו גוט געטון מיטן ארויפ ברענגן א טאפיק וואס דארף שוין פון לאנג ווערן געשטעלט אינטערן פארגרעסערונג גלאז.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך בין נישט באקאנט מיט די אנדערע קופות צדקה, אבער קופת העיר האט אין א"י א אלטע רעפוטאציע פון קאראפציע און שווינדל, פארדעם איז זייער עיקר פאנדרעיזינג דאהי און נישט דארט ווי מען קען זיי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אויב לעבן מיר טאקע אין אזא גן עדן התחתון א דאנק די עסקנים און ארגאניזאציע אנפירער, דאן פארוואס קומט זיך זיי נישט אראפ צו נעמען א גרויסער פראצענט, נאך אלעם זענען מיר באזארגט מיט אלעם אויפן בעסטן און שענסטן אופן אן זיך צו דארפן אפילו זארגן אויף עפעס א פראבלעם, און דאס איז א דאנק די שעפערישע ארבעט פון די עסקנים
קאך_לעפל האט געשריבן:
עס איז כמעט נישטא קיין פראבלעים וואס פארמאגט נישט קיין ארגענעזאציע וואס זאל ארויסהעלפן מיט דעם פראבלעם.

איר האט נישט אויף שבת מאכען? נישט געזארגט תומכי שבת וועט צו לייגען א פלייצע! איר ליידט אויף ציקער? נישט געזארגט רעים מתוקים וועט צו לייגען א פלייצע! איר האט ליידער אין שטוב א חולה און איר קענט זיך נישט באכלעפשענען, גייסטיש און פינאנציעליש? נישט געזארגט אר.סי.סי.עס וועט צולייגען א פלייצע! איר האט א פלעט טייער אין מיטן די נאכט? נישט געזארגט חברים וועט צו לייגען א פלייצע! איר קענט נישט אטעמען אין מיטן נאכט? נישט געזארגט חברה הצלה וועט צו לייגען א פלייצע! עס דיכט זיך אייך אז דער גויאישער שכן קוקט קרים צו אייער ריכטונג? נישט געזארגט חברה שומרים וועט צו לייגען א פלייצע! איר מיטשעט זיך ארום מיט קינדער האבן? נישט געזארגט עי. טיים וועט צו לייגען א פלייצע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גרויסן דאנק [tag]קאך_לעפל[/tag] פארן ארויפברענגן אויפן ארענע אזא וויכטיגע נושא וואס וואלט שוין לאנג געדארפט ווערן באקאנט ביי כלל ישראל און אויסגעשמועסט אין קאווע שטיבל (אין ארץ ישראל גראדע ווייסט מען עס ליידער זייער גוט, זיי פילן עס אויף די אייגענע הויט, וד״ל).
יעצט לגבי דאס וואס [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] שרייבט אז עס איז נישט אזוי קלאר ווייל עס קען זיין אז עס קומט פון שאולזאהן, וויל איך קלאר מאכן אז דאס וואס איך ווייס וועגן קופת העיר ווייס איך נישט פון קיין ארטיקלען, און נישט פון שמיעות אין גאס, נאר ליידער ווייס איך עס ממש ממקור ראשון, איך ווייס פון א יוד וואס איז אוועק יונג פון יענע מעשה ר״ל ל״ע, איבערלאזענדיג א אלמנה מיט 8 יתומים (האלב פון זיי נאכנישט חתונה געמאכט) און די קרובים און חברים האבן געמאכט א גרויסע קאמפיין אז מען זאל שטיצן די אלמנה, כדי עס זאל זיין גרינגער צו שיקן דאס געלט (און אויך כדי מען זאל זיך נישט דארפן פלאגען צו אליינס אויסארבעטן אלע לעגאלע חלקים) האבן זיי עס געטון דורך קופת העיר, דהיינו, מען האט געהייסן פאר אלע מנדבים אז זיי זאלן אריינשיקן די געלט צו קופת העיר און צושרייבן צום צעטל א id נאמבער מיט די שם המשפחה, אז די אלע געלט וואס מען איז מנדב איז אויסדריקליך נאר פאר דער משפחה.
למעשה איז שוין איבער א יאר אין די משפחה האט גארנישט באקומען פון קופת העיר [יא, איר ליינט גוט, גארנישט! נול, זילטש, נאדא, זירא, כלום, 0000000!] און ווען די אלמנה האט זיי געבעטן די געלט כדי צו קענען לייגן עפעס אביסעלע ברויט אויפן טיש (ליידער האלט די מצב ממש אזוי שמאל) האבן זיי איר גארנישט געגעבן מיט די טענה אז די געלט גייט גיין פאר די יתומים׳ס חתונות, האט מען זיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע משפחות וואס זענען אריבער די זעלבע טראגעדיעס אז א טאטע/מאמע איז אוועק וכו׳ ווי קופת העיר איז געווען אינוואלווד וואס האבן שוין חתונה געמאכט נאכן טראגעדיע, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט די זעלבע זאך, אין אנפאנג האט מען זיי געזאגט אז מען דארף ווארטן אויף די חתונות, ווען עס איז געקומען צו חתונה מאכן האבן זיי געגעבן ממש גארנישט זאגענדיג אז די אלמנה/יתומים דארפן ברענגען באווייז אז מען קומט זיי מער פון דעם (וואס פארשטייט זיך האבן זיי עס נישט, ווייל קופת העיר האט עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פאר די משפחות).
פאר די משפחה (פון וואס איך רעד דא) איז נישט געבליבן וואס צו טון חוץ פון שיקן א מעסעדזש פאר די מנדבים אז זיי זאלן אויפהערן צו שיקן די געלט צו קופת העיר, און אז זיי זאלן אריינשיקן חשבונות פון פונקטליכע סכומים וואס זיי האבן שוין אריינגעשיקט צו די גנבים, אין האפענטליך וועט מען עס איין טאג קענען פאדערן אי״ה.
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.
ביי די מעשה (מעשות) וואס איך דערצייל האבן זיי גארנישט געפאנדרעיזד, די משפחה האט עס געפאנדרעיזד, מען האט עס פשוט ליידער אריינגעלייגט אין זייערע קלעבעדיגע הענט.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

כדי ארויס צו האבן די זאך. וואס קלערסטו איז די חשבון פון קופת העיר צו מאכן אזעלעכע אפענע גניבות? מילה נעמען א גרויסער פראצענט האט נאך עפעס א פנים כאטש עס איז לאו דוקא יושר, אבער א אפענע שווינדל קען דאך זיי צוגרינד לייגן דאס גאנצע געשעפט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

פריעד באטשי האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.
ביי די מעשה (מעשות) וואס איך דערצייל האבן זיי גארנישט געפאנדרעיזד, די משפחה האט עס געפאנדרעיזד, מען האט עס פשוט ליידער אריינגעלייגט אין זייערע קלעבעדיגע הענט.



מיין תגובה איז ארויפגעגאנגען אויף די אשכול בכלליות נישט אויף דיין תגובה בפרטיות
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר

שליחה דורך יהושע חיים »

טרענזעקשאן פי קומט זיי נישט פראצענט (למשל בערך ניינציג) און אזוי ווי מען ניצן זייער קאסע גייט עס אטאמאטיש מיט די תקנות פון זייער קאסע (פשוט די קאמפיוטער קען נישט וויסן א חילוק פון דעם צו אן אנדערע קאמפיין)
אלזא פארשטיי איך נישט וואס די פארשטייסט נישט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.


20% איז נאך פארשטענדליך, אבער 95% איז דאך הימל שרייענד, און אפילו בלויז 80%, אדער 60% איז אויך שרעקליך.

קאך_לעפל האט געשריבן:איר ווילט זיך שמד'ען? נישט געזארגט פוט סטעפס וועט צולייגן א פלייצע!

:lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.


20% איז נאך פארשטענדליך, אבער 95% איז דאך הימל שרייענד, און אפילו בלויז 80%, אדער 60% איז אויך שרעקליך.


ע"פ הלכה מיין איך מעג א גזבר צדקה נעמען נאר ביז 49%, דהיינו אז רוב דארף גיין פאר די צדקה צוועק, נישט פאר די גבאי צדקה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נתן מנחם האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.
ביי די מעשה (מעשות) וואס איך דערצייל האבן זיי גארנישט געפאנדרעיזד, די משפחה האט עס געפאנדרעיזד, מען האט עס פשוט ליידער אריינגעלייגט אין זייערע קלעבעדיגע הענט.

מיין תגובה איז ארויפגעגאנגען אויף די אשכול בכלליות נישט אויף דיין תגובה בפרטיות

און סתם אזוי פארשטייסטו יא אזא מין (תרתי משמע) מהלך?????
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

שליחה דורך גר ותושב »

לכאורה גייט די גרעסטע פערצענט פאר די וואס באקן די אותות ומופתים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז די זעלבע פארשוינען לכאורה....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט, מה דאך די ביי די אלע געבער'ס איז דא אזויפיל מופתים איז כ"ש וכ"ש די עסקנים וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט אן עשירות מופלגת וכל מילי במיטב.
#יעדעמעשההאטאצווייטעזייט
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר

שליחה דורך גר ותושב »

בן אדם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, מה דאך די ביי די אלע געבער'ס איז דא אזויפיל מופתים איז כ"ש וכ"ש די עסקנים וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט אן עשירות מופלגת וכל מילי במיטב.
#יעדעמעשההאטאצווייטעזייט

דערמאנסט מיר די באקאנטע מעשה א חסיד האט אמאל געזאגט אז זיין רבי האט רוח הקודש ווייל ער האט עים אליינס געזאגט פרעיגט עים איינער און אפשר זאגט ער ליגנט האט ער גענטפערט א רבי וואס האט רוח הקודש זאל זאגן ליגנט? די זעלבע זאך דא די גלייבסט אז די מעשיות זענען אמת און אז וועיגן דעים זענען זיי רייך געווארן איך האלט די מעשיות זענען נישט געשטויגען און זיי ווערן רייך וועיגן......
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

נתן מנחם האט געשריבן:דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.

א פאנד רעיזר מאכט 75-80% commission
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

.
למעשה איז שוין איבער א יאר אין די משפחה האט גארנישט באקומען פון קופת העיר [יא, איר ליינט גוט, גארנישט! נול, זילטש, נאדא, זירא, כלום, 0000000!] און ווען די אלמנה האט זיי געבעטן די געלט כדי צו קענען לייגן עפעס אביסעלע ברויט אויפן טיש (ליידער האלט די מצב ממש אזוי שמאל) האבן זיי איר גארנישט געגעבן מיט די טענה אז די געלט גייט גיין פאר די יתומים׳ס חתונות, האט מען זיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע משפחות וואס זענען אריבער די זעלבע טראגעדיעס אז א טאטע/מאמע איז אוועק וכו׳ ווי קופת העיר איז געווען אינוואלווד וואס האבן שוין חתונה געמאכט נאכן טראגעדיע, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט די זעלבע זאך, אין אנפאנג האט מען זיי געזאגט אז מען דארף ווארטן אויף די חתונות, ווען עס איז געקומען צו חתונה מאכן האבן זיי געגעבן ממש גארנישט זאגענדיג אז די אלמנה יתומים דארפן ברענגען באווייז אז מען קומט זיי מער פון דעם (וואס פארשטייט זיך האבן זיי עס נישט, ווייל קופת העיר האט עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פאר די משפחות).טאג קענען פאדערן אי״ה.

כווייס אויך אז אסאך ארגנעזאציע זענען אפגעפרעגט אין די וואס זיצן אויפן קאסע האקן א חיים טובים. אבער דער מעשה (פאר איינער וואס זיכט נישט נאר שלעכטס אויפ א צווייטען איד אין פרייט זיך נישט יעדער מאל א איד האט א דורכפאל ) הערט זיך דער מעשה געצויגען פון פינגער, כהאלט קלאר אז אידן האבן נישט די הארץ צו שאפן גרויס געלט אויפ א אלמנה חשבון אין דערנאך קויפן בנינים אין געבן פאר די אלמנה זירא זילטש נאדא, כהאלט קלאר די מעשה איז נישט אמת.
נאר וואס יא? מסתמא פעהלט דא ריזיגע אינפא אויפן מעשה, אזוי ווי כבין אמאל געווען אינוואלווד ביי א געוויסע צוועק, א געטרייע עסקן האט געמאכט א מיטינג צו שאפן פאר א געוויסע משפחה, הבטחות זענען דארט אריין געקומען ביים מיטינג פון ריזיגע סכומים, אין איינער פון די בני המשפחה וואס מהאט געשאפט די געלט פאר איז געווען ביי די מיטינג ער האט געהערט א מספר פון א מיליון דולר,
ער גייט צום משפחה זאגט סאיז אריין געקומען א רעדעל, שוין די משפחה ווייסט נישט פון קיין מעשיות, זיי ווילן דו מילאן דולר, איי הבטחות האט מיט למעשה ווי איך מיט הודו-נאנאש? שוין די משפחה בעהט די עסקן די געלט די עסקן זאגט כהאב אדערוויל וויניגער ווי 100קעי, די משפחה ווערט צולאסט פרעגן ביי געוויסע נדבנים אין די נדבנים זאגן ״כהאב שוין געגעבן א חלק כגיי משלים זיין בקרוב (ב״ש) הייבט די משפחה אן שרייען אויפן אומשילדיגע עסקן גנב שייגץ רשע.
יא כהאב אליין מיט געהאלטן די מעשה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין א שטיק צייט בדעה צו עפענען אן אשכול אויף מוסדות און ארגאניזאציע'ס וואס מ'וואלט געמעגט פארמאכען, אבער דאס דארף מען אייביג חושד זיין ווען מ'רעדט שטותים, מוז זיין אז דער אמת איז נישט דא. ווען אן ארגאניזאציע באשעפטיגט זיך מיט מופתים און גדולים, בילדער און קידוש ה', פארבארגענע פאראכצען צו אומעגזיסטירענדע קברים, און פארשטייט זיך אראפרייסען אלע אנדערע צדקות. ווען אן ארגאניזאציע וויל דיין געלט ווייל דער גרינדער פון דער נאמען פונ'ם קאסע האט געהאנגען זיין וועש אונטער דער זעלבע זון ווי דיין עלטער באבע, און ער איז נאך א גדול בישראל. אין די אלע פעלער דארף אנגעצינדען ווערען א רויטע לאמפ ביי יעדער מיט אביסל שכל. ובפרט ווען מ'זאגט פאראויס, אזוי ווי ביי ערבים, אז דו האסט נישט קיין שום רעכט אין ב''ד און זיי זענען מחליט יעדער סכסוך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אזוי ווי ביי ערבים, אז דו האסט נישט קיין שום רעכט אין ב''ד און זיי זענען מחליט יעדער סכסוך.

איז דא עפעס באקאנטע קראנטע אינפרמאציע איז די פלאן קלאפט נישט?
פארשפארט