ביסטו שוין קראנק פון זיין זיך
ביסטו צומישט ווער איז די איך
זענען דיינע מחשבות צוריסן
זענען פארטעמט דיינע געוויסן
ביסטו א גארנישט אין די בריאה
ביסטו גאר פון עולם היצירה
ביסטו א פארטעקל פון א מינעראל
ביסטו א באוועגונג אינעם וואהל
ביסטו א ראיה צו אלקות
ביסטו א פארלוירענע רוח שטות
ביסטו צומישט ווי מיר
אויף די זייט פון טיר
קענסטו דיינע געפיהלן געטרויען
קען מען אויף דעם בויען
זענען דיינע מחשבות בייעס
און אומריכטיג מיט איר ראיות
ביסטו גערעכט מיט די געזעצן פון מאראל
ביסטו גערעכט מיט וואס דו רופסט נארמאל
אפשר וועט זיין תשובות אויף די אנדערע זייט
אפשר איז דארט דא א בעסערע פשט אין צייט.
ביסטו שוין קראנק פון זיין זיך
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
ביסטו שוין קראנק פון זיין זיך
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
[tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag], מאכטס מיר טראכטן אויף א אנדערע ריכטונג פון, "טויש דיר די גוף וועסטו מער נישט זיין זיך". ד"ה, איז עס די אינטערפעטאציע פונעם גוף וואס איז צומישט, אדער איז די נשמה פאר זיך אויך צומישט אן קיין לבוש? באקומט מען קלארקייט ווען מ'טוט זיך אויס די קליידער? איך האף אז יא, אונזערע גופים מאכן גענוג מיט במשכ'ן לעבן, עפעס א שטיקל קלארקייט וואלט געווען נייס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.